היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מאנגעל אין טשיקען פלייש

מאנגעל אין טשיקען פלייש

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2599723

רבי_יונה » 25/3/2009 21:36

נעכטן האט די שטאטישע אינספעקטארס אפגעשפארט וויינלאנד טשיקען שעכט הויז.

אפאר וואכן צוריק האט אפגעברענט די G&G טשיקען שעכט הויז.

קרית יואל בית השחיטה איז געווען פארשפארט די לעצטע צוויי וואכן, צוליבן איבערבויען.

זאגן די סוחרים אז עס הערשט איצט א שרעקליכע מאנגעל אין פלייש.

איז דא נאך כשר'ע טשיקן שעכט הייזער?

tzvibp28 » 25/3/2009 22:09

ווענט זיך פאר וועם!

טאטלע » 25/3/2009 22:32

צבי איך בין דיר זייער שטארק מקנא

פילסט דיר בעסער ?

האקאבו » 26/3/2009 01:02

האטס נישט קיין מורא.
הגז"ל וועט זיך נאכאמאל אנטוען דעם הארטן היטל.
והכל על מקומו יבא בשלום.

רבי_יונה » 26/3/2009 02:28

יעצט געהערט אז וויינלאנד גייט שוין מארגן זיין אפען.

ווייסט איינער צו g&g איז נאך צוגעשפארט?

באראפארקער » 26/3/2009 04:41

אין ערגסטען פאל, וועט מען קויפען אפאר לעבעדיגע עופות אין מארקעט, און אריבער נעמען צום שוחט, באצאלען שכר טירחא פאר שחט'ן אפאר עופות, אליין כשר'ן און זאלצען, און עס וועט זיין ביליגער און בעסער.