ברעיקינג: מאחורי הפרגוד טראנסקריפטן
23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2599685
ס'איז יעצט ארויסגעקומען די טראנסקריפטען פון די מאחורי הפרגוד
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
אוי ווי!
עס כאםט א שרעק די רשעות פון דעם מסור עזריאל גליק, וואס ער טוט מיט אן אלטן איד פון 90 יאר, ווי זעמיר געווען ביז איצט פארוואס האט אזא אכזר געזינגען ידיד נפש?
אז ער שטארבט דארף מען אים באגראבען אין סועאר, אזא געמיינער אכזר!
עס כאפט א ציטער!
ס'איז נישט צום באגרייפן וואספארא רישעות דא איז אפגעטוען געווארן. נישט איינמאל א יאר, נאר זיבן יאר אין איין צו, רוטין.
זיצט דארט א רבן של ישראל, א צדיק וקדוש עליון, א זוהן און אייניקעל פון די גרעסטע פריערדיגע צדיקים. דער ממשיך דרכו פון רבינו הקדוש בעל דברי יואל זי"ע, דער עמוד האש, דער פירער פון די גרעסטע עדה הקדושה און דער אלטער משמש האט נישט בעסער וואס צוטוען נאר אויסניצן זיין טיפען עלטער און שוואכן זכרון פון רבין זכרונו לברכה און פאדרייען קאפ איבער יודל ווערצבערגער'ס ניגונים...
זריעל איז פארנומען אז מענדל שווימער האט געפענט א ביהמ"ד פאר זלמן לייב'ס חברה, א זאך וואס דער רבי פארשטייט ניטאמאל וואס דאס איז.
די רבי זאל וויסן אז יענקל כהנא איז ראש הקהל, יא יענקל איז עס. אויך זאל דער רבי וויסן אז מ'האט געשטויסן זלמן לייבן, געהעריג געשטויסן, געשלאגן, געשטויסן, יא, יא. ס'דא א קאורט, יא א גרויסער קאורט, א קאורט, א קאורט....
דער זריעל האט אבער בעסער'ס. ער קומט שפעטער מיטן רעבעצין. די רבי ווייסטאך אז ער האט א רעבעצין...
נעבעך!
דאס רישעות איז עד אין לשער.
עס כאפט א ציטער!
ס'איז נישט צום באגרייפן וואספארא רישעות דא איז אפגעטוען געווארן. נישט איינמאל א יאר, נאר זיבן יאר אין איין צו, רוטין.
זיצט דארט א רבן של ישראל, א צדיק וקדוש עליון, א זוהן און אייניקעל
פון די גרעסטע פריערדיגע צדיקים. דער ממשיך דרכו פון רבינו הקדוש בעל דברי
יואל זי"ע, דער עמוד האש, דער פירער פון די גרעסטע עדה הקדושה און דער עלסטער זוהן מיט זיינע הייסע חסידים האבן נישט בעסער וואס צוטוען נאר אויסניצן זיין טיפען עלטער פון רבין זכרונו לברכה און זיך ארומקריגן איבער יודל
ווערצבערגער'ס ניגונים.
, פאר דעם איז גיווען די גרעסטע מצווה איגערצודרייען די טישן
פאר דעם האט מען נישט געטארט מיטזינגען ביי די הייליגע הקפות
נעבעך
דאס רשעות איז עד אין לשער
..
טייערע אידן. מ'שרייבט ביליגע זאכן און און מ'איז דורך דעם מבזה שוכני עפר, נאך דערצו א איד וואס איז געוועהן א רבי פון די גאנצע סאטמארע קהלה קדושה איבער 25 יאהר.
אוי לאותה בושה ואוי לאותה כלימה. נישט ר' זריעל שרייבט דא אויף הייד פארק, נאר ווער עס וויל ארויס ברענגען אז די רבי איז געוועהן אין א שוואכן מצב לעת זקנתו, חז"ל זאגן אז מבזה זיין א ת"ח ברבים איז א עון פלילי, די וועלכע רופן זיך חסידי כ"ק אדמו"ר רבי אהרון שליט"א זענען מבזה זייער אייגענעם רבי'ן לשעבר.
ביטע טראכט איבער וואס איר טוט, איר נעמט די שמוציגע וועש פון לאנדרי באקס און הענגט דאס אויף די גאס.
למה הדבר דומה, ווען איינער נעמט זיין אייגענעם אלטן טאטן פון אשל אברהם, ער זעהט ווען ער איז אין א שווערן מצב, ער טוט עהם אויס די מלבושים און פירט איהם ארויס אויף בעדפארד עוועניו אז די קינדער זאלן פון עהם לאכן.
רוב חסידי ותלמידי רביה"ק האבן מחליט געוועהן אז ער איז דער מנהיג פון סאטמאר פון אלוטל תשל"ט און מיט 30 יאהר שפעטער, קומען אינטער נארישע אינגע מוחות און מ'האט דאך א נייע געצייג דער הייד פארק וואס מ'ניצט עהם צו באשמוצן.
דאס ווייזט די ביליג'קייט פון די אזוי גערופענע חסידים פון היינטיגן דור.
שעהמט אייך צו טון אזעלכע זאכן.
זאג נאר, צבי הירש,
האסטו איבערגליינט דיין תגובה בעפאר דו האסט א דריק געטוהן
דאס קנעפל "שלח", אדער האסטו געלאזט דיינע פינגערלעך טוהן
די ארבייט און דיין מוח האט געשוועיבט אינעם נייעם בית החיים?
אזא נאריש ארטיקל האב איך שוין לאנג נישט געזעהן, דא זעהט מען ווי
א רי"ש שי"ן עי"ן צאפט דאס בלוט פון א אלטן צובראכענעם איד ואס ווייסט
נעבעך נישט וואס מען וויל פון זיין לעבן, און דו באשילדיגסט גאר די מפרסמי עושי רשעה,
לאמיך דיר זאגן, צביהירש, עס איז קיין בושה צו ווערן אלט, און עס איז קיין עוולה צו
זיין קראנק, ווען א קינד ברענגט דעם אלטן קראנקן טאטן אין ביהמ"ד און יעדער זעהט
ליידער זיין מצב איז קיין שום עוולה נישט, קיין שום בזיון, די עוולה איז ווען אזא רשע מרושע
מיט ביליגע נגיעות צאפט דאס בלוט פון א איד וואס ווייסט ליידער נישט בין ימינו לשמאלו
דער ביליגער פערשוין איז עתיד ליתן את הדין, מיר אלע חסידי ותלמידי רבינו הקדוש
בעל ברך משה זי"ע האבן קלאר געוויסט זיין מצב, מיר זענען דאך כסדר אריין צו עהם זיך צו געזעגענען
און פארלאזט דעם שטוב מיט טרערן אין די אויגן און מתפלל געווען צו הקב"ה אז מרן רבינו
משה בן ברכה סימא זאל האבן א רפואה שלימה במהרה, פאר אונז איז זיין מצב נישט קיין נייעס,
די נייעס איז אז דער עזריאל גליק האט פארקויפט זיין נשמה צו די רשעים אכזרים און זיך מתחבר
געווען צו זיי אויפן ביליגסטן אופן, און ביי אונז געזינגען ידיד נפש ווי א גיטער פריינד, און דריבער
ליגט אויף אונז א חוב קדוש מגלה צו זיין פרצופו האמיתי.
אינטרעסאנט, אלע שונאי סאטמאר, וואס האבן משפיל געווען און מבזה געווען אונזער הייליגן רבי'ן זי''ע
די אלע האבן אויפאיינמאל אנגעהויבן צו שרייען אז דער רבי ווי זלמן לייב פאר רב, איי דעם רבינ'ס
רצון האט דיך קיינמאל נישט מחייב געווען, את אשר טיהר טמאת, און את אשר טימא טיהרת,
את אשר אסר היתרת, ואת אשר היתיר אסרת, בני יואל איז מותר געווען און שערי חמלה איז אסור געוען,
דער רב שליט''א וואס ער האט געקרוינט איז אסור געווען און די שקצים וואס ער האט מרחק געווען זענען ביי
אייך הייליג געווען, אבער ווי באלד עס איז געווארן קפצה עליו זיקנה, און ער האט ליידער נישט געוויסט
וואס עס טוהט זיך, דאן זענט איר שנעל געווארן זיינע הייסע חסידים,
און געשריגן אז דער רבי וויל אזוי און מען טאר נישט מהרהר זיין אחרי רבו,
מיר זיינע געטרייע חסידים האבן קלאר געוויסט זיין הייליגן רצון און קיינמאל זיך פון דעם נישט אוועק גערירט,
ווען א טאטע שרייט דינסטיג אז ס'איז שבת קודש ווערט נאך דינסטיג נישט שבת קודש, מען לאזט א טרער
און מען פארט אין דזשאב, אבער איר האט געמיינט אז איר האט געכאפט דעם טאטער, די חסידים שוטים
ווי דער משתמש פלעגט אונז צו רופן וועל איך האבן אין איין טאג, מען וועט מאכן דעם רבין זאגן און די
קעלבלעך וועלן פאלגן, נו, היינט איז אלעס היסטארי, די פערדן די יאקאבאוויטשלעך, לעפקעלעך, טירנוערס
און שאר שונאי סאטמאר האט ער אריין געכאפט אין איין טאג, אבער די חסידים וואס האבן קלאר געוויסט
רצון קדשו די האבן זיך א דריי געטוהן און תיכף מקבל מרות געווען פון היינטיגן רבין שליט''א נאך בחיים
חיותו פון זיין טאטן כרצון קדשו פון בעל ברך משה זי''ע, עס האט נישט געהאלפן אייער שרייען אז מיר פאלגן
נישט דעם רבין און אז מיר זענען בועט ברבו, ווייל מיר האבן צוריק געשריגן אז מיר ווייסן קלאר רצון קדשו
און דאס איז נאר משה גבאי מדבר מגרונו של רבינו משה, סא, היינט צו טאג ווען מיר ברענגן קלארע
באווייזן אז מיר זענען גערעכט געווען, האט איר די חוצפה צו שרייען אז "מיר" זענען גאר די וואס
זענען מבזה דעם רבין, נישט די שקצים וואס האבן עהם געצאפט דאס בלוט, ניין, "מיר" זענען די שקצים
ווייל מיר האבן די חוצפה מגלה זיין פרצופם פון די רשעים,
צבי הירש, דאס האט נישט געארבייט ווען דער ברך משה האט געלעבט און אוודאי נישט היינט צו טאג
ווען כלל ישראל ווייסט למי החותמת ולמי הפסולים, ווער עס זענען די אמת'ע חסידים פון רבינו בעל
ברך משה זי''ע און ווער עס האט אויסגעניצט זיין אלטקייט פאר זייערע אייגענע אינטערעסן.
צבי הירש, זאלסט מיר שטארק אנטשולדיגן, אבער האסט געשריבן א שרעקליכע נארישע תגובה.
נאכן דורך ליינען דעם טראנסקריפט און צוזעהן דאס רישעות וואס די "נאנטע" מענטשן צום רבין ז"ל האבן געטוען מיט אום וואגסטו נאך ארויפצולייגן א נאסן לאלעך אויף זיינע געטרייע חסידים?
ווי 'יענקעלע11' האט שוין זייער גוט ארויסגעברענגט. ס'איז עפעס אן עוולה אז א איד איז אויף דער עלטער נישט געזינט? ס'מאכט זיך ליידער זייער אפט, מ'פארשעמט נישט קיינעם און מ'איז נישט מבזה קיינעם.
די וואס פארפירן דארט ביי אום אין שטוב אין די צייט וואס ער ווייסט נישט וואס מ'וויל פון אום אבער זיי ווילן דווקא ארויסקוועטשן א ווארט פון אום, זיי זענען די רשעים!!
די וואס האבן אום אויפגעשטעלט פאר א גרויסער ציבור אידן אין ביהמ"ד אויף ראדני סט. אז ער זאל זאגן אז ר' זלמן לייב איז רב און ער האט נישט געוויסט וואס צוזאגן ביז יונה האלפערט האט אום געגעבן א צעטיל בפני כל עם ועדה. די זענען די רשעים!!
די אידן וואס זענען שוין זיינע חסידים זינט די פטירה פון רבין ז"ל דער דברי יואל און זענען געלאפן צו זיינע תפילות און טישן אפילו מ'האט זיי ענג געמאכט דאס פלאץ. די וואס האבן נאך פארפירט אריינצוגיין מיט א קוויטל אפילו מ'האט זיי פארווערט. זיי זענען זיינע חסידים! זיי בליטיגן צו זעהן וואס מ'טוט דא מיט זייער געטרייען רבי, ווי מ'נעמט אן אלטער איד און זיצט אויף זיין קאפ מיט קולות עצימות, ווייל אפשר אזוי וועט ער זאגן עפעס קעגן זיין ליבער עלטסטער זוהן.
אויסצודרייען דעם דאשיק און זאגן אז זיינע געטרייע חסידים זענען גאר די רשעים איז פשוט קעגן דעם נארמאלן שכל און נאר א איינער מיט א קרומען מהלך קען שרייבן אזאנס.
נעבעך אייגענע חסידים פין א רבי זאלן אזוי מבזה א רבי וואס לעבט שוין נישט אפי' לאמיר זאגען אז ס'איז פאלטש איז עס א געפעליכע ביזיון אין אויב איז עס אמת איז עס זעכער א ביזיון עס איז נישט צי פארשטיין
עס איז פונקט ווי רבינו בעל ברך משה האט געטאן נאכדעם וואס רבינו בעל דברי יואל איז נסתלק געווארן, ווער ער האט זיך אויפגעשטעלט אין ביהמ"ד סאטמאר קליימער, און געזאגט אז ביים פעטער איז געווען אינשי דלא מעלי און ער האט זיי שטארק אראפגעריסען, און ער האט ארויס געברענגט, אז רביה"ק איז געווען אין תפיסה ביי די רשעים, און ער איז נישט שולדיג אויף די אלע רשעות ורציחות וואס די אינשי דלא מעלי האבן אפגעטאן פארן ציבור.
דאס זעלביגע איז איצט ווען מען טוט מפרסם זיין פאר די גאנצע וועלט, אז רבינו בעל ברך משה זצ"ל איז געווען אן איש קדוש, און די אלע רציחות וואס זענען אפגעטאן געווארן אונטער זיין נאמען די לעצטע 10 יאר, האט מיט אים נישט געהאט קיין שייכות נאר מיט די אנשי דלא מעלי, און ער איז געווען נעבעך אין תפיסה ביי די רוצחים.
די דרשה פון אינשי דלא מעלי איז געווען אין מחנה עצי חיים סיגעט, היינט מחנה ... התורה.
זעקס אזייגער פארטאגס איז ער געווען ביי זיך, אפאר שעה דערויף האט ער געכאפט א קאלעך אטאקע פון וואס ער האט זיך קיינמאל נישט ערהוילט....
פארוואס ר' אהרן האט געהאלטן דעם ''ווער עס טשעפעט משה גבאי'' דרשה איז אומפארשטענדליך, וועלכע נארמאלע מענטש וואלט געזאגט הויך אין שוהל וואס זיין פארקאלעכטע טאטע האט געזאגט??? עס איז דאך ממש א פגיעה אין כיבוד אב!
| פרוכטבאר כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | פארוואס ר' אהרן האט געהאלטן דעם ''ווער עס טשעפעט משה גבאי'' דרשה איז אומפארשטענדליך, |
|
JUST TO CORECT YOU
די דרשה האט געזאגט די רבי ז"ל (ברך משה) אום חוה"מ נאכען (אדער אינמיטען) דאווענען.
יעצט קענסטו ווייטער שעלטען....
און ביי די וועי.. וואס דיין תגובה קומט דא אריין פארשטיי איך אויך נישט.
בערל 550 די מאכסט זיך צונאר פארן עולם, ר' אהרן האט געהאלטן די דרשה.
בשעת די קראצט זיך היינט די פיס אין מקוה פרעג דיין חבר וואס איז שוין העכער 15 ער וועט זיכער געדענקן די דרשה.
תוקן על ידי פרוכטבאר ב- 27/03/2009 16:36:47
דער ברך משה זצ"ל האט עס געזאגט. 100 פראצענט.
ערב שביעי של פסח אינדערפרי ביים דאווענען איז די רבי ז"ל ארויף אויפן ארון קודש און דאס געזאגט
איך בין געווען ביי די דרשה, ס'איז אזוי ווי בערל זאגט: ערב שביעי של פסח צופרי נאכן דאווענען, דאס איז געווען דעם ערשטן שחרית נאך דעם אומפארשטענדליכע א גוטן מועד! ווען א ביהמ"ד געפאקט מיט טויזענטער אידן זענען זיך צוזאם געקומען הערן דעם חוהמ"ד דרשה כמידי שנה בשנה. [יעדן חוה"מ פסח איז פארגעקומען אזא צוזאמקום, מה נהדר היה המראה, אסאך אינטערעסאנטע זאכן איז פארגעקומען יעדעס יאר, למשל איין יאר ווען דער רבי זי"ע האט גערעדט נאכדעם וואס רבינו שליט"א האט געענדיגט אפזאגן זיין פלפול, האט דער ברך משה פארטייטשט דעם: בשעה שהחכם יושב ודורש וכו' הקב"ה מוחל לעוונותיהם של ישראל, האט ער געזאגט: אזא טיף פלפול קוים קוים וואס איך האב דאס געקענט מיטהאלטן, איך בין זיכער אז א גרויס חלק פונעם ציבור האט נאר אויסגעהערט און נישט פארשטאנען, דאס אז דער ציבור איז ווייטער געזיצן מיט סבלנות, אויף דעם הקב"ה מוחל עוונותיהם של ישראל ודפח"ח.., איין יאר האט דער רבי זי"ע גערעדט פונדעם "משוגענעם רוצח כהנא" א משוגענער וואס ער איז האט ער אפאר מאל איבער'גע'חזר'ט. - פאר די וואס געדענקן נישט, דער משוגענער כהנא, האט זיך אריינגעכאפט צו א תפלה ביי די אראבער'ס, און ווען זיי האבן זיך געביקט דארט מיטן פנים אראפ האט ער ארויסגעשלעפט זיין ביקס אין אריינגעשאסן אין זיי און אויסגעהארגט מיין איך 40 שטיק פון זיי] עניוועי נחזור לענינינו, דעם חוה"מ פסח תשנ"ט האט אויך געדארפט צו זיין דעם יערליכן דרשה, נאר דער ברך משה האט די לעצטע מינוט באשלאסן עס צו קענסלין.. איך ווייס נישט פארוואס.. דעם נעקסטן צופרי האט רבינו זי"ע געזאגט דעם סטעטמענט, אויך האט ער ביי דעם דרשה געזאגט: איך וועפ נישט!
איך בין זיכער ס'איז דא א טעיפ דערפון. און אז נישט, איז מיין ניק גענוג קראנט אז עטס זאלטס'ס גלייבן.
צודערזאך, והעיקר שכחת, ווי ער האט געזאגט "איך האב אין מיין לעבן נישט געהאט אזא צער", און פון דאן אן האט זיך נעבעך אנגעהויבן די טרויעריגע בארימטע שפיכת דמים עפאכע אויפן רבי'ן ז"ל דורך זיינע אייגענע משמשים, ווי יעדער געדענקט איז דער רבי פון יענע צייטן אן רוב מאל געווען דערשלאגן און נערוועז, נו אוואדי, אז זיינע אייגענע קינדער זאגן אז ער וועפט, און האבן אויף דער עלטערט אנגהויבן פירן א מרידה קעגן איהם, איז ווי געזאגט "די גרעסטע צער און לעבן". נעבעך נעבעך, דאס הארץ ציפט, השם ינקום דמו!!!!
אנטשולדיגט אבער עטס לייקנטס אדרשה וואס הקדוש (איה הקדישה) ר' אהרן טייטלבוים האט געהאלטן וואו ער האט געזאגט אז די טאטע האט איהם געזאגט אז ווער עס טשעפעט מיט משה גבאי איז אזוי ווואו מ'טשעפעט איהם אליין, עד כאן דברי הרב מכאן ואילך בנו ותלמידו... דער אטאע איז דער איינציגסטער אויטאריטעט יאן די קהילה אין די ענינים.... וכו'
די רעדסט פון 2 באזונדערער זאכן.
די רבי ז"ל האט געזאגט חוה"פ תשס"ט די דרשה אויפן ארון קודש אז ער "וועט נישט מוחל זיין בזה ובבא ווער עס וועט טשעפענען משה גבאי" און רבינו שליט"א האט איינמאל געזאגט אז זיין טאטע האט אום געהייסן זאגן די און די ווערטער, די באקאנטע א-ב דרשה.
thats what i m talking about!
צודערזאך.
כהנא איז נישט געווען דער צודרייטער וואס איז אריין אין מערת המכפילה, יענער האט געהייסן ברוך גאלדשטיין.
מאיר כהנא איז געווען דער מייסד פון די מיליטאנטישע "כך" פארטיי וואס האט פארלאנגט אז מ'זאל טראנספערירן אלע אראבער ארויס פון די מדינת ישראל גרעניצן, און נאך ענליכע ווילדע מתנחל'ישע פארלאנגען.
ער איז געשאסן געווארן דורך אן אראבער אין ניו יארק, דוכט זיך אין יאר תשמ"ט.
יאפס, גערעכט, שכוח פארן דערמאנען.