היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » זאגן תהילים: אייגנטומער פון "ישיבה ווארלד" אין קריטישן צושטא...

זאגן תהילים: אייגנטומער פון "ישיבה ווארלד" אין קריטישן צושטא...

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2597913

Ziskeit » 22/3/2009 21:21

זאגן תהילים: אייגנטומער פון "ישיבה ווארלד" אין קריטישן צושטאנד
דער אייגנטומער פון ישיבה וואורלד איז געווען אין די קעטסקילס שבת. ער איז געווען אינוואלווד אין א שווערן עקסידענט ווען זיין מאוביל היים האט זיך איבערגעדרייט אויפ'ן וועג. ער איז יעצט אין א קריטישן צושטאנד אינעם העריס שפיטאל מיט שווערע וואונדן אויף די שדרה.

ר' בעריש פרייליך און אנדערע עסקנים זענען מיט אים יעצט אין שפיטאל.

דער יונגערמאן הייסט יהודא. ווער ס'האט א נאמען פון זיין מאמע'ן זאל ביטע ארויפלייגן

מען דארף מכיר טובה זיין פאר דעם איד פאר'ן אנפירן א סייט וואס איז גענצליך ריין פון לשה"ר, ניבול פה און אלע אנדערע שמוץ.

זיין סייט איז א קידוש השם און א מוסטער פאר יעדן איינעם.

פלונימבפ » 23/3/2009 03:28

נו וואס איז זיין נאמען?

zeidel » 23/3/2009 13:04

זייט מתפלל פאר יהודה ברוך בן צירל
זייט מתפלל פאר יהודה ברוך בן צירל לרפואה שלימה בקרוב בתושח"י

Ziskeit » 25/3/2009 22:21

פרייליכע נייעס, ער איז ארויסגעגאנגען פון אן ערנסטע סכנה. ער ליידט נאך אלץ ביטערע יסורים אבער ער איז שוין מער נישט אין א געפאר.

אין זכות פון האלטן די גרעסטע אידישע נייעס סייט ריין און ערליך און פריי פון לשון הרע, האט דער אויבערשטער אים געהאלפן.

הבדלה_מנין » 26/3/2009 06:32

זיסקייט, אז די ווייסט אזוי גוט וואס טוט זיך אין הימעל, אפשר זאגסטו אונז אין וועלכער זכות איז דער אייגנטומער פון "וואס איז נייעס" געהאלפן געווארן אז ער קיינמאל נישט אריינגעגאנגן אין א מצב סכנה??

טאטלע » 26/3/2009 17:30

שוטה זאג מיר אין וואס פאר א זכות זענען אלע רשעים אין אפיקורסים געזינט אין שטארק ווי פערדען 

אךשמח » 26/3/2009 18:04

זיסקייט,

עקזעקטלי דאס וואס "הבדלה מנין" שרייבט איז די סיבה פארוואס מען מאכט נישט אפ קיין חשבונות פון הימל!

מאן יימר אז דאס איז דער זכות צוליב וואס ער איז ארויס מכלל סכנה?

זאל איך דיר ברענגען משלים פון די גרעסטע אידן וואס זענען ליידער טראגיש אומגעקומען אין עקסידענטן טראצדעם וואס זיי זענען געווען כולו לה'?