היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » קידוש בית החיים החדש

קידוש בית החיים החדש

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2597307

רבי_יונה » 22/3/2009 06:02

איך האב געזעהען שב"ק צעטעלן אין ביהמ"ד אז די וואך מיטוואך גייט מען מקדש זייין די נייע בית החיים אין קרית יואל, און מען דארף פאסטן, און געבן כופר נפש.

ווייסט איינער די פרטים פונעם מעמד?

גייט מען שוין אראפ נעמען די גדר?

ארגינעלער » 22/3/2009 06:53

וואס די האסט האסט געזעהן אינטערסירט מיך גאנץ ווייניג
שאול פערלשטיין האט קלאר געזאגט אלף חי' שרה " אלעס בלייבט ביים אלטען"

רבי_יונה » 22/3/2009 20:07

פערלשטיין האט געמאלדן אז מיטוואך גייט ער עסן און עסן א גאנצען טאג, אזוי וועט די בית החיים נישט קענען מקודש ווערן... און ער וועט ווייזן ווער עס איז בעל הבית...

אדמיראל » 25/3/2009 01:20

אזוי ווי דער מרא דאתרא טאר זיך נישט געפינען אין די שטאט וואס מען איז מקדש א בית החיים
וועט כ"ק מרן רבינו שליט"א  היינט נאכט דינסטאג זיין אין וויליאמסבורג (אזוי ווי געווינדליך )
אין מארגן א גאנצען טאג וועט ער אויך זיין אין וויליאמסבורג
שחרית וועט מרן רבינו שליט"א דאוונען אין ישיבת באר התורה

בלומבערג » 25/3/2009 06:55

וואס איז מיטן גיוועזענעם פרעזידענט פון חברה קדישא ר' עזריא-ל וועט אויך מיטהאלטן דעם קידוש החמה- אער קידוש בית החיים

האקאבו » 25/3/2009 18:15

רבינו שליט"א דאווענט היינט אין ישיבה באר התורה  ווי ער האט געלייגט תפילין פאר 4 בחורים אריינגערעכנט עפעס א בחור פון תורה ודעת, און זאגט דארט א דרשה צום סיום הזמן

פארן דאווענען האט רבינו שליט"א אפגעשטאטעט א לענגערע סופרייז באזוך אין די וויליאמסבורגער מצה בעקעריי און איז ארום געגאנגען בערך 45 מינוט  אין אלע אפטיילונגען ביים קנעט,ן וועלגערן, רעדלן, ביים אויווען, ביים פאקן, א.א.וו. אויך איז פונקט דארט געווען דער רודניקער רבי וואס איז געקומען באקען די מצות פאר בני קהלתו

רבינו שליט"א איז געווען מורא'דיג איבערראשט פונעם געוואלדיגן זהירות וזריזות פונעם סיסטעם אין די מצה בעקעריי, אויך איז דארט געווען דער מורא הוראה מובהק וממונה מטעם דעם רב שליט"א אין די בעקעריי הג"ר הערש לייב ברנשטיין שליט"א וועלכער איז דארט מידי יום ביומו עטליכע מאל אין טאג און האט פונקט אהנגעטראפן ווען דער רבי שליט"א איז אהנגעקומען

רבי_יונה » 25/3/2009 18:21

איינער האט פרטים פונעם מעמד קידוש בית החיים?

איצט האב איך געזעהן ווי דער מסור קוטשי וואלי צוזאמען מיט שמשון פראווענען די מעמד קידוש בית החיים ביי גרינ'ס רעסטאראנט, זיי האבן נישט אויפגעהערט צו עסן איין פיצא נאכן צווייטען אלס פראטעטס צום מעמד אינעם תענית.

קוטשי האט געזאגט אז פונקט ווי עס איז א מצוה צו עסן ערב יום הקדוש איז היינט ערב ר"ח ניסן אויך א מצוה צו עסן, שמשון האט געשריגען אז די ערד פונעם נייעם בית החיים זאל זיך עפענען אין אלע אהרונים זאלן דארט אריינפאלען ווי קרח, קוטשי האט צוגעלייגט אז אויך די ריכטער דעמעראסט זאל דארט אריינפאלען...

האקאבו » 25/3/2009 18:22


רבינו שליט"א אין די בעקעריי צו רעכטס איז הרב ברנשטיין

[בילד – נישט אפגעהיט]

גאסט » 25/3/2009 20:48

באקומען פון SOS IMAGES דאס בילד


[בילד – נישט אפגעהיט]

גאסט » 25/3/2009 20:54

באקומען פון עמיצן אנדערש אין אימעיל אויף kjgast@gmail.com

[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

גאסט » 25/3/2009 22:38

נאך איינס וואס איך באקומען אין אימעיל אויף kjgast@gmail.com

[בילד – נישט אפגעהיט]

אייןסאטמאר » 26/3/2009 17:51

ר' שלמה שמש זע איך איז דארט געווען

Isacmandel » 26/3/2009 19:18

אויף די פיקטשערס דא זעה איך אים נישט.
אבער אפילו ער איז יא דארט געווען, וואס איז אזוי פאני.

שפילט דען די חברה קדישא פאליטיק?
גייען דען נישט אלע חברה קדישא לייט (מתעסקים) ביי טהרות פון נפרטים פון זאליס אדער ארונים אינאיינעם?

איך האב פלענטי מאל געזען ארונישע חברה קדישא מיט זאלונישע חברה קדישא לייט אינאיינעם זיך אפגעבן ביי טהרות און אנדערע געברויכן ס'זאל נישט צוקומען.

אוודאי איז דא געוויסע מענטשן וועלכע ווילן עס פאליטיזירן אבער דאס טאר נישט פאסירן. חברה קדישא איז טאקע טייטש "א הייליגע באנדע" וועלכע טוט זייער ארבעט באמונה אן חשבונות פון פאליטיק אדער פארטיי.

געגאנגען » 26/3/2009 20:58

הרב אייזעק, איר האט נישט פארשטאנען.

ער וואונדערט זיך נישט אויף ר' שלמה'ן פארן קומען, ער וואונדערט זיך אויך נישט אויף די סאטמארע חברא קדישא פארן אים ארויפלאזן, ער וואונדערט זיך אויף ר' שלמה פארוואס ער האט יעצט נישט מורא פון די רוצחים דמתקריא זאליס, וועלכע צאפן אים שוין דאס בלוט יארן לאנג פארן האבן 'מחשבות זרות'.

אייןסאטמאר » 27/3/2009 00:26

אין בלאט איז דא א בילד פון אים 

bigsatmar » 30/3/2009 22:19

I saw Shlome shamos in Rodny doing his work today and selling erev pesach matzos