די אלע קארט'ס קאסט אפ א הון תועפת
אין יעדר ווייסט אז דער אנקלעגער יעצט אין קארט סיי אין ניו יארק אין סיי אין ביים בג"ץ איז " עזריאל גליק"
דער ניורס ביים רבי'ן ז"ל
קהל האט באשלאסן צי שיסן צוויי האזלעך אויף איין שאס
איינס צי שאפן געלט.
צווייטס ארויס צי ברענגן ווער עזריאל גליק איז באמת.
מען גייט מאכן א מלוה מלכה אין ווייזן ווי אזוי הגז"ל איז צי שטאנד געקומען וואס די האר פין קאפ שטלעט זיך אויף צי הערן ווי מען האט איזדיווקעווט א רבן של ישראל
קומען אן פערדן אהרונים אין שרייען, ניין , ס'פאסט נישט אין זעמיר וואילע מענטשן, אינז גיי מיר נישט טשעפנען זירלע..
וויל איך ענק פרעגן ?
ווען שאול פערלשטיין האט זיך בריש גלי אין ראדני אויף געשטעלט האלטן א דרשה, נישט קעגן יצחק ראזנבערג צי
דוד עקשטיין, נאר קעגן מרן רבינו שליט"א מיט די גרעסטע מאס עקל אין אפשיי ס'געווען געדריקט נאכדעם פול קאוועריזש אין דער איד.
האט איין זאלי געהאט קשיות ? פיטש קאפויער זיי האבן אלע געשריגן אז ס'איז די גרעסטע מצוה בדורינו.
ווען נפתלי בלומנפעלד שימפט פאר די בחורים אין קווינס מיט פאליטשע דרשות
האסטו געהערט איין קרום ווארט פין די זיפנק'ס הענדעלער'ס אקערמאנ'ס בראווער'ס לעפאק'ס טירנויער'ס
היתכן מען רעדט פאליטיק פאר די בחורים ?
ווי וואס ווען, יעצט איז די גרעסטע מצוה פאר די בחורים צי רעדן פאליטיק
ווען די זאליס גיין צים צינסטישן בג"ץ האטסו געהערט איינע פין זיי פרעגן קשיות אין געשריגן ני ציונית
ווי איז חיים יוסל גאטליב,קאשוי'ער רב,משולם כ"ץ,מנשה פילעף, די אלע קנאים וואס האבן א פראבלעם אז די רבי איז א איידים אין ווישניץ
קיין פיפס הערט מען נישט פין זיי, פלצולים איז ציונית מותר !!! ווייל ס'איז מצוה צי באגראבן דעם רבי'ן
אלע זאליס פרעגן אייביג, היתכן מען האט גענימען געלט פין שלום ווייס פאר כולל
האסטו איינמאל געהערט פין זיי פרעגן ,היתכן מען האט געניעמען געלט צי בויען א ישיבה פין דוד לייביש יאקאבוויטש מיט
אליעזר קעסנטבוים,וואס יעדע האלבע יאר ראקט פין זיי מיט א פרישע סקאנדאל
מילך שטערן דער שריפטשטעלער פאר די זאליס וואס 24 שעה א טאג דרייט זיין קאפ מיט ניאוף,האט איינער פין זיי קשיות היתכן ער שרייבט השקפה.
דער בדחן שלמה יאנקל געלבמאן וועם די רבי ז"ל ארויס געווארפן פין זיך אין שטוב. אין נאכדעם געזאגט דער געהלער בדחן
ער איז זייער פירשפרעכר ביי זייערע מסיבות , אין אלעס איז רואיג ביי זיי.
אבער אינז אהרונים ווען וויל שוין עפעס ערייכן האט מען קשיות .
פערדען איז א טיטל !
תוקן על ידי ארגינעלער ב- 19/03/2009 3:00:17