היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » פאניק ! טריפה'ענע רעסטארנט אין בארא פארק

פאניק ! טריפה'ענע רעסטארנט אין בארא פארק

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2594958

האקאבו » 17/3/2009 13:48

א פרישע פינקל פרשה

נעכטען איז געווען א איבער קערניש אין בארא פארק
די משגיחים אין חאצקעלאס רעסטעראנט האבן געטראפן טריפה'ענע פרענקפורטס
די רעסטעראנט איז 13 ביי 37
דער בעה"ב האט ארוינס געצויגן א מעסער פאר די משגיחים

ווייסט איינר ווער ס'געט דארטן די השגחה ?

תוקן על ידי האקאבו ב- 17/03/2009 13:51:57

האקאבו » 17/3/2009 14:09

לויט ווי איך הער האבן אים נישט די משגיחים געכאפט.
סתם מענטשן האבן געזעהן ווי ער פאקט אוועק די טריפה סחורה, אין זיי האבן געזעהן די לעבלעס.

ווייסט איינער ווער ס'געט דארטן די השגחה ?

 טארטיקאב אדער הרה"ג ר' עמרם ראטה ?

טאמיר די מעשה איז אמת האט ער מכשיל געווען טויזנטער יודן מיט טריפה רח"ל .

שפיטצער06 » 17/3/2009 16:02

(גענומען פון אידישע וועלט)


עס קומען יעצט אריין די ריכטיגע פרטים, און עס שטעלט זיך ארויס אז VIN (וואס איז נייעס) האט אויפגעבלאזן א נישט ריכטיגע מעשה און אנגעמאכט א שטינק אויף א פליישיגע רעסטוראנט.

די מעשה איז אנגעבליך געגאנגען אז די נאכט האבן משגיחים געפונען אינעם פליישיגן רעסטוראנט "יחזקאל'ס שווארמא קינג" טריפה פלייש, זיי האבן געפינען אין פריזער א פעקל פון טריפה'נע פרענק'ס.

למעשה שטעלט זיך ארויס - און די טארטיקובער הכשר האט דאס באשטעטיגט - אז דער בעה"ב האט געשיקט א נישט-אידישער ארבייטער צו קויפן עטליכע פעקלעך פון פרענק'ס ביי די דערנעבענדיגער KRM געשעפט (כולל גראסערי) אנשטאט גיין צום כשר'ן גראסערי איז ער געגאנגען צו דערנעבעדיגער גויאישער געשעפט און געקויפט טריפה'נע פרענק'ס.

דער פעקל איז געבליבן אין פריזער, עס איז קיינמאל נישט געפענט געווארן און געניצט געווארן אדער פארקויפט געווארן פאר סיי וועלעכער איינקויפער.

די טארטיקוב'ער בי"ד וועט ארויסגעבן זייער סטעיטמענט אין עטליכע שעה און וועלן זאגן די פינקטליכער מעשה וואס דא האט זיך אפגעשפילט.

באראפארקער » 17/3/2009 16:27

האט איינער די אריגינעלע פאסט פין וואס איז נייעס?
ווי אזוי מאכט מען א טעות ווי דאס?
עס הייסט אז נישט משגיחים האבען געכאפט נאר סתם אידען, און מיט בילדער, די שאלה איז אויב מען האט פארקויפט פין די טריפה'נע פראנקס אדער נישט, אבער מאן יימר אז דאס איז געשעהן נאר איין מאהל?
און פארוואס זאל טארטיקוב נישט פראבירען צו פארשווייגען די מעשה?
לאמיר זאגען אז עס איז יא געשעהן, משוגע דארפען זיי זיין צו פארלירען זייער מקור הפרנסה.

די גרעסטע געלעכטער איז אז זיי זאגען אז זיי האבען קאמערעס, און מיט דעם וועלען זיי קענען ווייזען אז מען האט עס נישט פארקויפט. ווי אזוי גענוי?

נאך די פינקעל מעשה ווען רבנים האבען געשריגען אז מען טאר נישט לאזען די סטארס פארקויפען פלייש אהן א משגיח תמידי, האבען די בעלי מכשירים געקוקט אויף זייער טאש, און אוועק געקוקט פין דעם, דא איז דא א געשעפט מיט א בעה"ב א ....., און די טארטיקובער געלט פרעסערס ווייסען נאר צו געבען א הכשר אהן א משגיח תמידי.

יא יא, די בעלי מכשירים וועלען באלט נישט אריין אין גיהנם, פאר זיי ווארט אהן א באזונדערע פלאץ, ווייל אפילו די באמעס וואס האבען גענומען ביי זיי א הכשר וועלען נישט וועלען זיי מיט זיי.

און לעצם הענין, דארף מען קענען געטרויען א בעל הבית פין א געשעפט, אויב מען געטרויט אים, קען מען דארט קויפען, און מען דארף נישט קיין הכשר, און אויב נישט, העלפט נישט קיין הכשר.

Ziskeit » 17/3/2009 18:30

שפיצער, איך האב מורא אז דו העלפסט מאכן א קאווער אפ.

פרוכטבאר » 17/3/2009 19:29

א מענטש איז א מענטש און מ'קען מאכן א מיסטעיק.
ווער קען זאגן אז ער האט נאך קיינמאל נישט אריינגעלייגט בטעות א מילכיגע געשיר אין א פליישיגע סינק, אדער פארקערט...

גוטזאגער » 17/3/2009 19:46

איך האלט אז א איד האט א חזקת כשרות, חוץ אויב ער פארלעצט דאס 3 מאל. פארלירט ער זיין חזקה.

דא האט ער גאנץ א נארמאלע אננעמבארע תירוץ אז דער גוי איז א נייער, און ער האט נישט געוואוסט וואס צו קויפן. שנית, אויב איז ער א שייגעץ וואלט מען געטראפן דארט מערערע פעקלעך נישט איין פעקל פרענקס.


השתא דאתינן להכא, איז גאנץ זיכער אז ער איז חלילה נישט קיין פינקעל. און קען מען אננעמען אז ס'איז געווען א פארדרוסבארער טעות, וה' הטוב יכפר.

yingel » 17/3/2009 19:54

באראפארקער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

און לעצם הענין, דארף מען קענען געטרויען א בעל הבית פין א געשעפט, אויב מען געטרויט אים, קען מען דארט קויפען, און מען דארף נישט קיין הכשר, און אויב נישט, העלפט נישט קיין הכשר.



דע פאקט האט געוויזען אז דע צייטען האבען זיך גענדיגט
עס איז דא איין עצה אז די הכשירים זאלען ציטערען פון דע עולם און דע עולם זאל נישט צולאזען קיין קאוועראפ וואס שפיצער וויל דא מאכען.
ווי אויך זאלען די משגיחים באצאהלט ווערען פון רב המכשיר און נישט דירעקט פון בעה"ב און איינוועגס וואשען די דישעס...

בכלל רעגט עס מיר אויף ווייל איך ווייס אז אסאך יודען מדקדקים פלעגען דארט עסען ווייל ער האט געהאנגען א צעטעל אז ער ניצט נאר ק"י טשיקען

גאסט » 17/3/2009 20:09

פון ישיבה ווארלד

The following is what Rav Teitelbaum told YWN:

''Approximately 1.5 years ago, Chaskel's Shwarma King was sold to a Frum Sephardic Jew. The owner is an Erlich Yid (pious Jew), who asks Shailos (questions) on almost a daily basis - even on the smallest question which arise in his store.

Two weeks ago, the Mashgiach mentioned to the owner that they were not satisfied with the current manager, so the owner immediately hired his brother-in-law to work as the store manager.

Additionally, new non-Jewish employees were hired as well.

Last evening, the store ran-out of hotdogs, and a new employee (non-Jew) was sent to the nearby ''Kollel Store'' to purchase a few packages until their next delivery arrived.

The employee returned into the store openly carrying the non-Kosher hotdogs, prompting customers who were inside to start questioning the manager on what was going on. It seems that the employee never walked to the Kollel Store, but rather to a nearby grocery which carries non-Kosher meats.

The Mashgiach was contacted at 2:00AM, and dispatched Mashgichim along with at least two independent Rabbonim to the store for a thorough investigation. The two Rabbonim are Rav Yitzchok Stein, and Rav Moshe Roth (son of Hagon Rav Chaskel Roth Shlita).

During their investigation, at least 50 empty packages of Meal Mart hotdogs were found in the garbage, leading them to believe that the store had in fact just run out of hotdogs a few hours earlier. They searched the entire store, and found absolutely no evidence of any Treif other then the few packages of closed hotdogs just brought into the store''

Rav Teitelbaum tells YWN that as of this moment, the Hashgocha remains on the establishment, and the non-Jewish employee (who was just hired last week) has since been fired.

Rav Teitelbaum also felt the need to publicize the following: The individuals who witnessed the employee carrying in the hotdogs did the right thing by asking questions, but the way in which it was done is unacceptable.

The Halacha requires them to question the Baal Din, but not to spread rumors across the community before allowing the Rav Hamachshir to conduct his investigation.

The Hashgocha will be releasing an official statement in the next few hours - following a meeting of their Bais Din and other prominent Poskim & Rabbonim.

''There are many lessons to be learned from this incident, a prominent Rov told YWN. Perhaps we should take this as a lesson to demand that a Mashgiach Timidi be installed in every establishment. But most important, is the need for each and every Jew to learn the Halachas of Shmiras Halashon, and find out how one is supposed to react in such a situation according to Halacha, and not instinct.''

(Dov Gordon - YWN)


יודלע » 17/3/2009 21:03



די מעשה מיט די רעסטארנט איז, אז ביז אפאר יאר צריק האט עס געהאט אן ערליכע תמימות'דיגע בעל הבית ר' יחזקאל ראטה הי"ו, אבער אין די לעצטע 2 יאר האט עס איבער גענומען א איזרעלי וואס איך גלייב נישט אז איינער פין אונז וואלן געטרינקען א גלאז וואסער ביי אים אינדערהיים, אין ווי איך האב געהערט א פאר וואכן צריק וויל ער עס אויך פארקויפן פאר א צווייטען איזרעלי.

ביז היינט האט ער דאך געהאט (אביסל א) חזקה אין גאנץ א גוטען הכשר פין טארטיקוב'ער בי"ד, אבער היינט אפילו לויט ווי זיי זאגן יעצט אז עס איז נאר געשעהן א טעות האט ער אבער אויך פארלוירן זיין חזקה, פין יעצט אין ווייטער מוז אזא רעסטארנט האבן א משגיח תמידי, אין מען דארף דאס פארלאנגען פין די טארטיקוב'ער בי"ד אז אויב געבען זיי ווייטער די השגחה אויף אים, מיז ער נעמען א משגיח תמידי.

באמת וואלטן אלע רעסטארנט'ס לכתחלה ווען געדארפט האבן ווען א משגיח תמידי, אבער לויט מיין מיינונג מוז די רעסטארנט פין היינט אין ווייטער אפי' בדעבד האבן א משגיח תמידי.


מה מאוד עמקו דברי רבינו שליט"א, וויפיל מאל האט ער נאר גערעדט פין דעם ענין וועגן גיין עסן אין א רעסטארנט, אפי' עס זאל האבן די בעסטע השגחה איז מען נאך אלס נישט פארזיכערט אז מען עסט 100 פארצענט כשר, וכהנה וכהנה. צי עס איז געווען פאריאר מוצש"ק שקלים אין מאנסי ווען ער האט א לענגערע צייט ארים גערעדט פין דעם ענין, אדער נאך די פרשת פינקל, אין אין נאך אסאך אנדערע זמנים ווען ער האט מעורר געווען אויף די ענין, אבל אשמים אנחנו מיר האבן זיך עס נישט גענומען צום הארצן.
 
לאמיר זיך מקבל זיין פין מהיום ולהלאה נישט צי קויפן מער אין קיין רעסטארנט, אין אויב מאכט זיך אמאל אז מען מוז יא, מוז עס כאטש אזויפיל האבן די 3 תנאים 

1) די רעסטארנט האט א בעה"ב א היימישען חסידישן איד
2) עס מוז האבן א גוטן אין א היימישן הכשר
3) ועל כולם מוז עס האבן א משגיח תמידי א גאנצן טאג אויפן פלאץ.

דאס איז אויכט נאר א בדיעבד אבער כאטש אזויפיל לאמיר טוהן. אויב מיר וועלן דאס פארלאנגן פין די רעסטארנטס וועלן זיי זיך מוזן צי שטעלן. 





תוקן על ידי יודלע ב- 17/03/2009 21:06:33

שפיטצער06 » 17/3/2009 21:59

זיסקייט, נאר דאס, זיי מיך נישט חושד אינעם 'קאווער אפ'...

דאס האט איר א לינק - אויך צו אידישע וועלט - ווי איינער באשרייבט די גאנצע מעשה פון א עד נאמן וואס איז דערביי געווען און געזעהן מיט די אויגן ווי מ'האט געניצט די טריפה'נע פלייש.

ס'איז גאר מעגליך אז ס'איז געווען דאס ערשטע מאל און נאר בטעות, און האפענטליך איז דאס טאקע אזוי געווען, אבער געניצט האט מען דאס.

http://www.yiddishworld.com/forum/index.php?f=6&t=7153&rb_v=viewtopic


און דא האט איר א לינק ווי איר קענט זעהן ווי דער יעניגער הייבט אויף דעם גרויסן שווארמא מעסער צו די מענטשן וואס פארפירן און פרעגן קשיות.
http://mahnishmah.com/system/s/modules/admin/pages/show_page.cgi?p=7380

כללטוער » 17/3/2009 22:06

דער בעל בית איז נישט קיין "איזראעלי באם", א עכטע ערליכע תמימות'דיגע ספרד'ישער איד, און די מעשה איז זייער קלאר דא, א אומאנגענעמער טעות ווען דער גוי איז געגאנגען קויפן אין א נישט ריכטיגע געשעפט, און בסייעתא דשמיא האט מען עס געכאפט באלד נאכן עפענען דעם פעקל, די טארטיקוב בי"ד איז א שטארקע און שטרענגע השגחה, און איך וואלט ווייטער מקפיד געווען צו קויפן דוקא זייער השגחה.

ארגינעלער » 18/3/2009 00:22

וואס די אמת איז גייט מען " קיינמאל " נישט געוואיר ווערן.

נאר אזוי פיל זעט מען, אז ווען משה פינקל האט ווען א חסיד'שיער בעל מכשיר
איז דא גוטע שאנסן אז ער וואלט נאך היינט מפיץ געווען טריפה פלייש.

קאמנטארן זענען איבריג.

יחזקאלאברה » 18/3/2009 00:30

יא, ארגינעלער איז גערעכט!, גלייך אינדערפרי האט די "טארטיקוב בי"ד איז א שטארקע און שטרענגע השגחה" שוין געוויסט אז די מעשה איז שקר אין א פשוטע טעות... דערווייל זעה איך אז זיי זיצען נאך אויף דעם, און אגב זאגט מיר א חבר אז די געשעפט איז היינט געשלאסען.

ווען פינקעל האט ווען שכל, נעמט ער די טארטיקוב בי"ד פאר א הכשר, אין אלעס וואלט געווען א טעות...

רבי_יונה » 18/3/2009 00:37

מיר געפעלט עפעס נישט די קליפ, איך קען נישט פונאנדערשיידן ווער עס איז דער באם און ווער דער צדיק. איינער הייבט אויף א מעסער, און די אנדערע שרייען אזעלכע מיאוסע ווערטער אז עס זעט נישט אויס פון זייערע ווערטער אז די טריפה פלייש באדערט זיי, נאר עפעס אנדערש

Ziskeit » 18/3/2009 00:40

דא קומט פאר א שרעקליכע קאווער אפ, און עולם-גולם העלפט נאר פארזיכערן אז נאך א שרעקליכער סקאנדאל זאל אונטערגעשטופט ווערן אונטער די קארפעט.

עס איז ביי מיר קיין שום ספק אז ווען א "היימישער" רב וואלט געגעבן א הכשר אויף פינקל וואלט מען תיכף פארווישט די מעשה און אנגעלייגט די מעשה אויף א גויאישער ארבעטער. וועלכער רב המכשיר זאל דען מסכים זיין מודה צו זיין אין אזא שרעקליכן פארברעכן און שטעלן זיין גאנצע פרנסה און זיין גאנצע רעפוטעשאן אויף די ליין? אבער אויב יענער איז א "היימישער" איז יעדער מסכים אים צו גלייבן אויף די מינוט.

קוקנדיג די קליפ וויאזוי דער בעל הבית הייבט אויף א מעסער מיט א רציחה און לאזט עס אראפ אויף דעם איד וואס איז געשטאנען קעגן אים (דאס מיינט ער האט עס נישט סתם געפאכעט אין די לופטן צו סטראשענען.) בין איך גרייט צו גלייבן אויף אים אלעס.

און איך בין אפילו גרייט מסכים צו זיין אז ס'איז געווען דאס ערשטע מאל, אז ס'איז טאקע נאר געווען א מיסטעיק און מען האט עס פונקט געכאפט ביים ערשטן מאל וואס יענער האט פונקט געמאכט א מיסטעיק. דאס פארענטפערט אבער נאך אלץ נישט וויאזוי א רב המכשיר האט געקענט צולאזן אז אזא סארט רעסטוראנט זאל סערווירן עסן פאר אידן ביז צווייע דרייע ביינאכט אן א משגיח תמידי. ממילא ווען דער בעה"ב איז געווען א היימישער תמימות'דיגער איד (לויט ווי מען לייגט אים דא אראפ. איך קען אים נישט.) קען איך נאך דן זיין לכף זכות דעם רב המכשיר, אבער יעצט ווען דער בעה"ב איז א איד מיט אן אפגעגאלטן קאפ וואס טוט אן א קאפל ביי די ארבעט (און איז עלול אויף רציחה) ווי קען מען אזא סקאנדאל פארענטפערן?

איך גיי אי"ה נישט אריינגיין אין קיין שום רעסטאראנט וואס האט נישט קיין משגיח תמידי, און מכלל לאו אתה שומע הן. דאס וועט פון היינט און ווייטער זיין מיין סטאנדארט אין כשרות, א כשרות ארגאניזאציע וואס שטעלט אן ערליכער משגיח תמידי וועל איך שטיצן זייער השגחה.

בלומבערג » 18/3/2009 00:47

האלט איינער דא אז לי ייצור ווען מען פארקויפט טריפה
וואלט רב באב"ד מודה געווען ?

יא אדער ניין ? 

Ziskeit » 18/3/2009 00:54

טעות וואלט איך אנגענומען ווען מיין פעינטער וואלט מיר געפעינט א רום גרין אנשטאט ווייס. געוואלד און געשריגן, דא רעדט מען פון נבילות וטריפות, ווער געדענקט נאך וויאזוי די היימישע צייטונגען האבן געקאכט און געזידט ביי די פינקל פרשה? ווער געדענקט נאך די שוידערליכע דראמאטיזירטע ארטיקלען איבער די קראקע מאכילי נבילות וטריפות און די אלע אנדערע ארטיקלען אין די היימישע צייטונגען? מיטאמאל זענען מענטשן גרייט מוחל צו זיין א פרייער (ערליכער...) איד פאר'ן מאכן אזא שרעקליכן טעות, און ווייטער גיין צו אים עסן פלייש, און ווייטער עסן פון אזא השגחה, וואס נאך פאר'ן וויסן די פאקטן זענען זיי פארנומען צוערשט מיט'ן מאכן דעמעדזש קאנטראל.

לאגיש » 18/3/2009 00:54

דער פרענק קוקט נישט אויס ווי ער שטאמט מזרע ישראל.

שפיטצער06 » 18/3/2009 00:55

דאס איז אמאל זיכער אז עטליכע מענטשן האבן געגעסן דארט נעכטן נאכט טריפה פלייש. לאמיר אננעמען אז דאס איז טאקע געווען א פאטאלן טעות, אבער פארוואס איז מען נישט מכריז אז די אלע וואס האבן געקויפט נעכטן נאכט צווישן די און די צייט זאל וויסן אז זיי האבן גאר מעגליך געגעסן טריפה פלייש און ברויכן כשר'ן אלעס וואס זיי האבן דערביי געניצט???

וועם פראבירט מען צו פאפן? די מענטשן וואס זענען געווען דערביי האבן קלאר געזעהן אז דער ארבייטער האט געניצט די טריפה פלייש אן דאס פארקויפט פאר די קונים. וואספארא בי"ד איז דאס?

לאגיש » 18/3/2009 00:58

איך האלט דער רב המכשיר האט נישט דא וואס אריין צי רעדן
ער האט א דין פין א טבח שצא ממנו טריפה

דא דארף אריין קומען א שטאב פין פראפעשניל רבנים וואס פארשטיין צי דעם
 
רעדט זיך דא איינער אן אז שוין ביי די ערשטע מאל וואס מען האט געשיקט א ערל קויפן פלייש אין גראד האט מען געכאפט אז ס'איז טריפה ?

מען כאפט קיינעם נישט ביים ערשטען מאל

כללטוער » 18/3/2009 01:07

קלארשטעלונג: דער אין די בילד וואס הייבט אויף די מעסער איז א גוי'שער ארבייטער (וואס האט אן א קאפל זיך צו מאכן זיס, ווי אסאך אנדערע גויים טוען ביי ארבעטן אין אידישע זאלן), דער בעה"ב איז נישט דארט געווען, אויב יא וואלט עס נישט פאסירט.

ווער עס וויל נישט עסן מער אין א רעסטאראנט וואס האט נישט קיין משגיח תמידי תבא עליו ברכה, ווייל אזעלכע מעשיות ווי דא מיט די פרענקפורטערס האט שוין פאסירט אין בארא פארק אליין אפאר מאל מיט טשיז און מיט טשיקן, און נאך פעלער וואס מ'האט נישט געכאפט..

למעשה איז די טארטיקוב בי"ד א גאר שטרענגע און גוטע השגחה, און קען זיך פארמעסטן מיט די בעסטע און קלאסישסטע השגחות.

Ziskeit » 18/3/2009 01:07

שפיצער, ישר כח פאר די לינק וואו דו באשרייבסט מער אין דיטעיל די גאנצע מעשה, און דארט זע איך אז די מעשה איז סאך ערגער ווי כ'האב געמיינט, אז מער ווי איין מענטש האט געגעסן פון די טריפה פלייש און אז אויפ'ן גנב ברענט דאס היטל און ווי נאר מען האט געפרעגט דעם בעה"ב וואס ס'גייט פאר האט ער תיכף ארויסגעשלעפט א מעסער.

רבונו של עולם. וואו זענען די רבני בארא פארק? ווי לאזט מען צו אזא שרעקליכע מעשה? מען לאזט דעם רב המכשיר אליינס אנפירן די חקירה ודרישה! מען שיקט דעם גנב אויסצופארשן דעם פארברעכן!

כללטוער » 18/3/2009 01:11

די מעשה מעג אבער דינען ווי א מוסר השכל וויזאוי עס קען פאסירן אפילו אין א פלאץ מיט א גאר גוטע השגחה, ליידער איז היינט די פרעסן אינדוסטרי זייער הייס, און מ'עסט אלעס איבעראל מיט גלייכגילטיגקייט, מעג דאס זיין א אויפוואכונג רוף, אז מ'זאל זיך לייגן א מויל שלאס, און עסן אינדערהיים ווי אונזערע עלטערן האבן געטון..

אויך דארף מען מתפלל זיין בעפאר מ'נעמט אריין אין מויל סיי וועלכע געקויפטע פראדוקט אז ס'זאל נישט זיין קיין טריפה ווי די מעשה דא.

לאגיש » 18/3/2009 01:12

דער ארבייטער וואס מען זעהט דארטן איז נישט קיין גוי, ער איז א פרענק. 

אין טאמיר איז טארטיקאב פין די שטרענגסטע השגחות,זעמיר אלע איך וויל נישט זאגן ווי..   

Ziskeit » 18/3/2009 01:13

כלל טוער

בלא בלא בלא.

קאווער אפ 2009.

ווייסט ווען כ'וועל מודה זיין צו דיר אז טארטיקאוו איז א מעכטיגער הכשר? אויב טארטיקאוו וועט יעצט אראפנעמען זייער הכשר פונעם סטאר, און זאגן אז וויבאלד ס'האט פאסירט א מכשול תחת ידינו (אפילו אויב ס'איז נאר געווען א טעות וואס מען האט געכאפט ביים ערשטן מאל וואס ס'איז געשען) נעמען מיר אראפ אונזער הכשר פון דעם סטאר. חוץ מזה זאל טארטיקאוו פארזיכערן אז ער גייט קיינמאל מער נישט געבן א הכשר אויף א רעסטוראנט וואס האט נישט א משגיח תמידי 24 שעה א טאג.

סופרעמעסי » 18/3/2009 01:39

איך זע אויף דעם קליפ גארנישט, א חוץ אויב מען וויל סתם מאכן טוירבעלניס.

יחזקאלאברה » 18/3/2009 02:07

הרב כללטוער:

פון דיינע תגובות זעהט מען אז די האסט די נישט קיין שום נגיעה צו טארטיקוב, פרוביר עס צו מאכען אויסקיקען אביסל בעסער, ווייל עס נעמט אוועק די נאמנות... 

די טארטיקוב בי"ד איז א שטארקע און שטרענגע השגחה... למעשה איז די טארטיקוב בי"ד א גאר שטרענגע און גוטע השגחה, און קען זיך פארמעסטן מיט די בעסטע און קלאסישסטע השגחות...אפילו אין א פלאץ מיט א גאר גוטע השגחה



תוקן על ידי יחזקאלאברה ב- 18/03/2009 2:03:55

האקאבו » 18/3/2009 05:08

האט שוין דאס בי"ד באשלאסן וואס ס'איז געשעהן ?

באראפארקער » 18/3/2009 05:48

זיי ווארטען עס זאל זיך אביסעל אנקילען די מצב, און זיי וועלען קענען ארויסגעבען א בי עס צעטעל, ווי זיי וועלען שרייבען אלע לגיונות אין די באק, און צום סוף וועלען זיי ענדיגען, בניסן נגאלו ובניסן עתידין להגאל, יעזור השי"ת שנגאל במהרה בימינו, ולא יצא מידינו שום מכשול כמו שלא יצא עד השתא, ולשנה הבאה בני חורין, ונאמר אמן. מזל טוב. אונז פארדינען מיר מיליאנען און ענק אלע קענען פלאצען, והמקיל תבא עליו ברכת ה'.

בלומבערג » 18/3/2009 06:07

גיוואלד פארוואס הערט מען נישט קיין קול מחאה פון דעם אייער וואשער הרב לויפער, מיטן קרעמניצער , הרב לאבין מיט הרב שלמה שטערן וואס זיין הכשר איז שוין נישט דא צובאקומען אויף קיין שום פרדוקט ווייל דער עולם האט עס זייער געטראסט וואס לעצטענס הייבט אהן צו פארשטיין צו ווייץ, און דער פיקח הגדול הנודע לתהלה ר' יצחק שטיין

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 18/03/2009 15:21:52

בלומבערג » 18/3/2009 06:11

ר' יצחק שטיין ווי ביסטו מיט דיין חבר הרב שלמה שטערן וואס זיין הכשר איז שוין נישט דא צובאקומען אויף קיין שום פרדוקט צוליב די גרויס ציטרוי פון כלל ישראל צו דעם הכשר
איכה וואס שוויגט עטץ שרייבטס עפעס א צעטעל קעגען מאכלות אסורות טריפה פלייש שטעלטס ענק אהער אז עטץ זענטס די ערליכע און גיסטס עהר מער נישט קיין הכשרים אויף פלייש נישט וואי די טארטיקאווער האבען אויף ענק מוציא לעז גיווען

[אזהרה:
נישט עובר זיין אויף די תקנות הפארום]


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 18/03/2009 15:23:13

פנחס_מיילך » 18/3/2009 18:00

.

כללטוער » 18/3/2009 21:45

איך זעה אז טייל "באשולדיגן" מיך אז איך האב א נגיעה צו טארטיקוב בי"ד, קודם כל מעג איך האבן א נגיעה פאר זיי, פונקט ווי ס'איז זיכער דא דא אזוינע וואס האבן א נגיעה זיי צו באשמוצן..

אבער איך וועל אביסל מסביר זיין מיין "נגיעה", עס איז פארהאן אסאך מענטשן וואס ווילן "אלעס" עסן "איבעראל", מיט אבי וועלכע השגחה, צו איז עס או. יו. צו יאקע צו דעברעצין וכו', די חברה כאפן זיך צו צו אזא מעשה ווי צו שטאפ גאנז, זיי קענען ווייזן מיט די פינגער, קוק ווי די גוטע און שטרענגע השגחות קוקן אויס, במילא איז שוין פונקט אזוי גוט די שוואכע אויך, דאס איז וואס מיך באדערט.

און באמת איז עס א ווייטאג אז מ'זעט אז אפילו גאר גוטע השגחות קענען געשען אזעלכע דורכפאלן רח"ל.

אבער דאס מאכט נישט בעסער די שוואכע השגחות מיט קיין האר, אויב ביי א גוטע השגחה האט דאס געקענט פאסירן איינמאל, קען דאס פאסירן ביי די שוואכע השגחות אויף א רעגלמעסיגע שטענדיגע אופן.

צום אויספיר, א גוטע השגחה איז נאך אלס בעסער ווי די גארבידזש השגחות אפילו ס'כאפט זיך דארט אויך אריין אמאל א מכשול.

פאקטיש דארף מיר געדענקן אז ס'איז נאך אלס א ריזיגע חילוק פון די שוואכע השגחות ביז די גוטע, ווער ס'טוט נאר אביסל אין נאכפרעגן אויף השגחות וועט תיכף זען ווער ס'איז גוט און ווער הייסט די טאפ השגחות היינט ווי וואלאווע, נירבאטור, און בי"ד טארטיקוב וכדומה, און יש אומרים אויך התאחדות ..

גביר_אדיר » 18/3/2009 21:50

גאסט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פון ישיבה ווארלד

The following is what Rav Teitelbaum told YWN:

''.

''There are many lessons to be learned from this incident, a prominent Rov told YWN. Perhaps we should take this as a lesson to demand that a Mashgiach Timidi be installed in every establishment. But most important, is the need for each and every Jew to learn the Halachas of Shmiras Halashon, and find out how one is supposed to react in such a situation according to Halacha, and not instinct.''

(DovGordon-YWN)




איך האב אפגעליינט דעם גאנצן סטעיטמענט פון הרב טייטלבוים (הועווער דעט איז), און איך שוין אפשר געקלערט צו גלייבן וואס ער שרייבט דארט, ביז איך בין אנגעקומען צום לעצטען שטיקעל, און דארט האט ער אלעס אפגעהארגעט.

ער שרייבט נישט מער און נישט ווייניגער, אז מען קען זיך אסאך אפלערנען פון דעם, אבער די וויכטיגסטע לימוד זעט ער איז אז

"מיר זאלן לערנען שמירת הלשון, כדי מיר זאלן וויסט עם נישט צו בארעדן"

איך ווייס נישט צו איך זאל לאכן צו איך זאל וויינען.

רב טייטלבוים, אידישע קינדער ווילן עסן נאר כשר, מען גייט אין א רעסטאראנט וואס האט א השגחה, כאטש אין דעם אנדערן, אן די השגחה קאסט ביליגער, "ווייל מיר ווילן עסן כשר'ס". פינטל.

און ווען מיר זעען אז מען גיט אונז צו עסן טריף דאן ווערן מיר זייער אויפגערעגט, און מיר ריספאנדן לויטן אינסטינקט און מיט עמאושן, מיר זענען עמאושענל מענטשן, און מיר ווערן זייער באליידיגט ווען מען גיט אונז צו עסן טרייף, און נאך מער ווען מען הייבט אויף א מעסער

און על אחת כמה וכמה, ווען אן אזויגערופענער בית דין מאכט ליצנות פון דעם ציבור, אנשטאט זיי איבערבעטן און זען מתקן צו זיין ווי מען האט פארדארבן

און זיין פראבלעם איז מיט לשון הרע.............

פעטרסאן08 » 19/3/2009 00:59

די ליצנות איז גאר גרויס

ווען ס'האט זיך געטיען מיט מזונות מבין, איז דער רב באב"ד געווען דער ערשטער ארויף צי טאנצען
אויף די התאחדות הרבנים, אין נישט געלאזט די רבנים פין די וועד הכשרות צי קומען צים ווארט.

אין אנגעקאלט אלע זיינע רעסטעראנטן ארויס צי ווארפן מוזונת מבין

פלוצלים דא ניין אזייגער אינדערפרי שרייט רב באב"ד אז אלעס איז גוט.

bp11219 » 22/3/2009 09:43

אבער דער עולם פרעסט ווייטער אין גרויסן, וואס?