היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אנדעקט דעם שיקער פון די בחורים אויף יאפאן!

אנדעקט דעם שיקער פון די בחורים אויף יאפאן!

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2594477

פרוכטבאר » 16/3/2009 18:21

דער וואס האט געשיקט די דראגס קיין יאפאן מיט די דריי בחורים הייסט בן ציון מיללער און איז גאר א שטארקע ארוני

[בילד – נישט אפגעהיט]

נענטער

[בילד – נישט אפגעהיט]






תוקן על ידי פרוכטבאר ב- 16/03/2009 18:17:16

 



תוקן על ידי פרוכטבאר ב- 16/03/2009 18:25:05

 



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 16/03/2009 19:20:43

 



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 16/03/2009 19:56:24

א_בני_יואל » 16/3/2009 18:23

יענעמס משפחה איז נישט שילדיג פארגיס נישט יענעמס בלוט

פרוכטבאר » 16/3/2009 18:26

און עזריאל גליק'ס פאמיליע?

תימענער » 16/3/2009 18:34

און וואס איז שולדיג דער הייליגער ''ברך משה'' אז דער ר.. עזריאל האט אים פארגאס'ן און גצאפט דאס בלוט און האט אים אהער געשטעלט ללעג ולקלס .

פרוכטבאר » 16/3/2009 18:39

און וואס איז מיט די כ''ץ און לויפער פאמיליעס?


בית · פורומים · אקטואליה וחדשות · כל העולם כולו · ר' מאטיל כ"ץ מיט לויפער
[בילד – נישט אפגעהיט] הצג 30 הודעות בעמוד [בילד – נישט אפגעהיט]  [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט]
*--
נשלח ב-15/3/2009 05:21    
ר' מאטיל כ"ץ מיט לויפער


איך וואלט גיוואלט פארשטיין וואס האט ר' מאטיל כ"ץ דער אויפגיקלערטער ליבעראלער וואס לאכט שוין 40 יאהר פון יעדע עהרליכע זאך צוזאמגישטעלט מיט דעם אייער וואשער אברהם לויפער נאך מיט זיין צוגעשרייבעכץ
,"והעיקר לא לשנות מדרכי אבותינו ורבותינו" 
וויפיל האט זיך גיבעטען דיין זיידע דער פאלטישאנער רבי אז דו זאלסט נישט צופיצען דיין בארד די בריווען קיין באלטימאר געפונען זיך נאך און באזוץ  

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 15/03/2009 10:06:23

 

 


 

און וואס איז מיט די ראזנער פאמיליע?


*--menu for categ="2" elena 15.07.08*
בית · פורומים · אקטואליה וחדשות · כל העולם כולו · סקאט מאלען באוואשט דעם מסור ראזנער אין קארט
[בילד – נישט אפגעהיט] הצג 30 הודעות בעמוד [בילד – נישט אפגעהיט]  [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט]
******* language="" type="text/"> //create
נשלח ב-15/3/2009 05:59    
סקאט מאלען באוואשט דעם מסור ראזנער אין קארט

דער הולך בערכאות שמעי' ראזנער וואס האט געריפן קהל יטב לב ד'סאטמאר אין ערכאות וועגן די בית החיים

האט אויך א פריוואטן געלט סיכסוך מיט זיין שוואגער ( אויך א זאלי )
זיי זענען געגאנגען צי א דין תורה אין דאס בי"ד האט גע'פסק'עט לטובות שמעי' ראזנער

איז געגאנגען דער שוואגער אין קארט אין האט גענימען פאר א לאיוער דעם זאלי אדווקאט סקאט מאלען.
 
האט שמעי' ראזנער גע'טענה'עט פארן ריכטער אז דא איז שוין געווען א דין תורה, אין די"ת האט שוין גע'פסק'עט
ממילא זאל דער ריכטער צווינגען אנצינעמען דעם פסק פינעם בי"ד.

האט סקאט מאלען געזאגט פארן ריכטער אז שמעי' ראזנער איז פין די צד פין סאטמאר וואס פייפט זיך אן אויף דין תורות
אין ער ראזנער אליינס איז יעצט אין קארט מיט סאטמאר אין וויל נישט גיין צי קיין דין תורה,ממילא דארף דער ריכטער נישט צווינגען אן צינעמען דעם פסק פין די בי"ד 

מענטשן וואס זענען געווען בשעת מעשה אין קארט געבן איבער, אז צי ביי שרייבן דעם חילול השם וואס האט זיך יענע מינוטין 
אפ געטיען אין קארט דארף מען האבן א ר' אליעזר הקליר אדער א רבינו קלומינוס 

זייער אייגענע לויער וואס איז יארן מיט זיי געווען אין קארט אויף די ראדיא, ווייסט אז די מענטשן פייפן זיך אן אויף די תורה 
זיי זענען גרייט אויף שפיכות דמים,רציחה,חילול שבת,ציונית, גארנישט איז פאר זיי א אפהאלט. 

בדרך אגב האט ר' חיים דוד כ"ץ אנגעקאלט דעם ראזנער'ס שוואגער וואס ער דאוונעט אין די זאלי שול אין ב"פ 
היתכן ער גייט אין קארט אין א היתר בי"ד,האט ער אים צוריק גענפערט פארוואס מעג מענדל שווימער יא גיין אין קארט ?
דער טרייבל פין די אנדערע זייט איז געווארן שטום.



 




נשלח ב-15/3/2009 10:15





תוקן על ידי פרוכטבאר ב- 16/03/2009 18:39:44

א_בני_יואל » 16/3/2009 18:43

אמת מטאר נישט פארשעמען קיין איין משפחה נישט קיין חילוק ווער אין וואס מיט יענעמס בלוט מאכט מען נישט קיין נייעס

ארגינעלער » 16/3/2009 18:56

וואס איז מיט דעם קרימינאלניק חיים משה ססטרולאוויטש  וואס זיצט אין תפיסה, און איז פון רז"ל נאענסטע מענטשן.

וואס איז מיט די משפחת יאקאבאוויטש בני אביגדור, אלע קרימינאלן, וועלכע זיצן אין תפיסה און באלאנגען צו רז"ל און צו דעם דיין מנשה פרידמאן.

וואס איז מיט דעם מסור יאנקי פעקעטע וואס האט עדות געזאגט קעגן די קינדער פון אביגדור יאקאבאוויטש... האסטו דאס אויך אנדעקט אז ער איז רז"ל נאענסטע מענטשן?

לאמיך פונקטליך הערן אלע אנדעקונגען?

א_בני_יואל » 16/3/2009 19:06

איך מיין אז יעדער זאל זיך אפקילען אביסעל יעדע קהילה האט ליידער פיטער אויפ'ן קאפ דעס איז ליידער נישט קיין נייעס

פרוכטבאר » 16/3/2009 19:17

דריי בחורים שמאכטן אין יאפאן.
געערטער פראפעסאר ארגינעלער ירום הודו, איהר קאנט אייך פארשטעקן אייער געזיכט טיף אין דער שטויביגער זאמט און זיך מאכן וואו איהר פארשטייט נישט דעם חילוק צווישן דער געצוועלעפטער מיללער און יאקאבאוויטש, סטרולאוויטש, וכו'
אבער דער עולם פארשטייט אבער יא, און דא הייבט זיך אהן דיין פראבלעם און דער עולם'ס שווערע פראגעס: וואו נאנט איז דער געצוועלעפטער געווען מיטן קדוש פין מאנראו?
וואו סאך האט דער קדוש געוואוסט פון זיין דרייווערס געשעפטן?
וואו סאך געלט האט דער געצוועלעפטער געגעבן פאר יסוד איתן, אלף שמות א.א.וו.
אין עס קען גאר זיין אז ווען איהר עסט א בילקעלע ביי איינע פון די באנקעטן קומט עס פון דער מענטש וואס האט איינגעזעצט 3 בחורים. 

זשוליאני08 » 16/3/2009 19:20

אנדעקט דאס אויך...
וואס זוכט מיללער דארט ביי רז"ל?

איך הער אז די משטרה מיט די מוסד מיט די שין-בית האבן זיך אראפגעלאזט טשעקן וואס מיילער טוט דארט

[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 16/3/2009 19:23

וויפיל הייזער קומט פון גע'גנב'טע געלט.

וופיל קיום התורה'ס
וויפיל פסק הלכה'ס פון ר' מנשה פרידמאן איז ממקור זדון, גניבה וגזילה?

יא, יעדער פרעגט די קשיות און יעדער ווייסט ליידער די ענטפערס.

די דירות וואס אביגדור יאקאבאוויטש האט געקויפט פאר  ר' מנשה'ן ובניו, די אלע דירות האבן געברענגט פסקים, היתרים און איסורים, חרמות וקנמות....

קען זיין אז אונז זענען געצוועלעפט... אבער  דריי יאקאבאוויטש שמאכטען  ליידער. און ענקערע טאשן זענען פול פון די שמוציגע געלט.

איז די עטרה קיין יושן?

א_בני_יואל » 16/3/2009 19:28

ווער זעט דען נישט אז דע בילד איז פאלטש קיקט אויף די שטריימל פין רז"ל איך מיין אז אזוי איז די ווידיאו פין ר' עזריאל



[בילד – נישט אפגעהיט]

פרוכטבאר » 16/3/2009 19:29

זשוליאני זייער פאני אבער גיי נישט אריין אין גרעפיקס ווייל ס'איז א פאני שטריימל...
געערטער פראפעסאר ארגינעלער ירום הודו, די פארשטייסט א חילוק? אויב נישט וועל איך דיר מסביר זיין.
(ביז איי קיו 37  קען מען פארשטיין)

ארגינעלער » 16/3/2009 19:55

דאס צעברעכן דעם כח פון א בית דין, קומט פון די זאליס פעיראלל דיינים, און דאס קומט  פונעם שוחד וואס זיי האבן גענומען פון אביגדור יאקאבאוויטש, און פארדעם זיצן היינט זיינע קינדער אין תפיסה ל"ע.

אלע דריי פון זיינע זון שמאכטן אין תפיסה, און ביי ענק איז דאס א וויץ !

איך זעה א ריזיגער חילוק. יאקאבאוויטש האט געברענגט רז"ל פון ארץ ישראל קיין ברוקלין צו מאכן דעם פייער. ער איז דער רוקן ביין פון די זאלי קאמפאני.

ענטפער ביטע. וועלכע איי קיו די ווילסט אבער ענטפער.

פרוכטבאר » 16/3/2009 20:02

געערטער פראפעסאר ארגינעלער ירום הודו, פאר דיר איז מכת ברד מסתמא נישט קיין מופת ווייל פייער און וואסער איז ביי דיר א נארמאלע זאך

ארגינעלער » 16/3/2009 21:00

קענסטו ענטפערן אין איין ווארט

וויפיל גילוי פנים בתורה פסקים האבן ענקערע פעיראלל דיינים ארויסגעגעבן צוליב די שוחד געלטער פון די יאקאבאוויטש קרימינאלן?

רעד נישט די מכות יעצט.
רעד אדער פון די מאחורי הפרגוד (וואס דו ווילסט נישט רעדן) אדער פון ענקערע קרימינאלן.

רבי_יונה » 16/3/2009 21:05

און דאס וואס די יאקבאוויטש האבן געטאן מיט גענומען אומשולדיגע בחורים און אינגעלייט אין זיי געהייסן מאכן די פייער וד"ל.

און זיי נעבעך אומגליקלעך געמאכט לעלמי עד, און זיי אריינגעזעצט אין תפיסה דאס איז...?

משנתחסידים » 16/3/2009 21:50

רבי יונה

די פארשטייסט באמת נישט די נפקא מינה פון די אלע מענטשען ביז דער ואוס האט געשיקט די אומשילדיגע בחורים קיין יאפאן?

רבי_יונה » 16/3/2009 21:55

דער מילער איז א געפערליכער שייגעץ, און בסך הכל איז ער איז 25 יאר. און איז אן אומוויסנד קינד.

דער אביגדור יאקאבאוויטש וואס האט נעבעך איינטינקען אזויפיל אידן, איז געווען א בן ששים. געלעבט כל ימיו בגניבה וגזילה.

און נאך איינגעמיירעט גדולי ישראל און זיין שמוציג פעקל.

מיליאן מאל ערגער איז נישט קיין צושטעל.

משנתחסידים » 16/3/2009 21:59

רבי יונה

צו זאגען אויף איינעם וואס שיקט תמימותדיגער בחורים מיט דראגס קיין יאפאן איז ער איז א אומוויסנד קינד איז לועג לרש.

רבי_יונה » 16/3/2009 22:17

בסך הכל איז ער א ראצער, און נישט רייף.
ער באלאנגט אין א מענטאל אינסטיטושען.

אבער יאקאבאוויטש איז דאך אן אלטער רש... רח"ל. ער האט געפירט א ביזנעס לאנגע יארן מיט הוילע גניבה וגזילה, און איינגעטינקען הונדערטער אידן, און מערערע אומשולדיגע בחורים.

דאס הייסט אן אכזר רח"ל.
און יעצט ליידן נעבעך זיינע אייגענע קינדער צוליב זייער טאטנס געפערליכע חטאים.

און פון אים האט רז"ל גענומען אלע הדרכות און עצות וויאזוי חרוב צו מאכן סאטמאר.

וואלןסח » 16/3/2009 22:28

 

איך וויל רעדן צו אנ"ש (נישט צו די זאלונים בני יואל) צו וויסן די קלארע פאקטן
ס'איז אמת אז בנציון מילער האט געדרייווט דעם רבין אלול תשס"ז אין ארץ ישראל, דאס מיינט נאך נישט אבער אז ער איז איש סודו, ווי די זאלונים בארופן אים, פונקט ווי אייזיק כהנא וואס מען זעט דא אויפן פיקטשער ווייסט יעדער וואס זיין פאזיציע איז....
די עצם זאך פארוואס ער האט געדרייווט איז נישט כאי דא אריינצוגיין, ס'איז קלאר אז נישט די רבי האט אים אויסגעוועלט צו דרייוון, נאר .... וואס א חילוק ווער, נישט כדאי דא צו באשמוצן קיינעם.
און דאס איז אויך קלאר אז ער האט נישט מאריך ימים געווען מיט זיין דריוון מער ווי צוויי דריי טעג צוליב זיין געפערליכן ווילדן דרייוון, איך בין מיטגעווען ביי די נסיעה, און איך האב געהערט ווי דער רבי האט זיך געבייזערט פארוואס מען האט צוגעשטעלט אזא דריווער.

און דאס וואס דער לויער איז ביזי מיט זיין ערליכקייט ברענגנדיג א ראי' אז ער איז געווען דער נהג פונעם אדמו"ר, איז דאך פארשטענדיך פשוט אים צו ארויסנעמען פון די צרה


דער באשעפער זאל העלפן אלע אידישע קינדער הנתונים בצרה ובשביה


און צו דיר משנת חסידים
רעכן אויס פונקטליך וועלכע עניני הקהלה דער רבי האט זיך דורכגערעדט מיט אים, און וועלכע דרשה דער רבי האט איבערגעשמועסט מיט אים, און איך וועל דיר אויסרעכענען פונקטליך וואס רז"ל האט איבערגערעדט מיט אביגדור יאקאבאוויטש

משנתחסידים » 16/3/2009 22:48

וואלען

פתח בחבית וסיים בכד, טענו לו בחיטין והודו לזכר קדשו.

ווי קומט דער רבי דא אריין?
מען רעד דא פון יחידים.

פרוכטבאר » 16/3/2009 23:14

[בילד – נישט אפגעהיט][quote] 

ס'איז אמת אז בנציון מילער האט געדרייווט דעם רבין אלול תשס"ז אין ארץ ישראל,

טאטלע » 16/3/2009 23:34

פרוכטבאר    אוטש

ביז_אהער » 16/3/2009 23:40

די שוטה דארפסט קומען אהער מיט פאטאשאפ פיקטשערס.
קיינער לייקנעט נישט אז ער האט געדרייווט דעם רבין אין "בני ברק" (נישט אלול תשס"ז, אבער שוין), און סשטערט נישט פאר קיינעם אלץ אהרוני, יא סשטערט מיך אז א יודיש קינד איז אריינגעדרייט געווארן אין אזעלכע טינופת, אבער סוואלט פונקט אזוי געקענט זיין יעדער אנדערער שוטה, ווי למשל פרוכטבאר.
דו האלטסט למשל אז ער האט נישט קיין שלאפלאזע נאכט פון וואס סהאט דא פאסירט?!
ליידער איז דא ביי אסאך פון היימישן עולם א לייכטזיניקייט בנוגע די אלע סארט זאכן, האפנטליך וועט די דאזיגע טרויעריגע פרשה זיין א גוטע לעקציע פאר די עשבים שוטים צווישן אונז אז משפילט זיך נישט מיט פייער.

רבי_יונה » 17/3/2009 20:01

ער איז נישט געווען דער עמטליכער דרייווער פון רבינו שליט"א, ער האט נאר פרובירט צו כאפן די רעדל ווען ער האט נאר געקענט.

דאס איז אבער זיכער אז אביגדור יאקאב. איז געווען דער עמטליכער דרייווער פאר ר' זלמן לייב, און פאר ר' ישרא' חיים מנשה פריעדמאן, און ער האט זייי געשטאפט מיט מיליאנען געגנבטע חילול ה' געלטער, זיי האבן קיין איין דאללער נישט צוריק געגבען, און נישט געשאפט קיין פעני פאר די אומשולדיגע בחורים און אינגעלייט וואס מען האט נעבעך איינגעזעצעט צוליב די פארברעכען וואס אביגדור האט זיי אריינגעפירט במזיד.

פראסקעס » 17/3/2009 20:26

אזוי ליינענדיג דא דערמאן איך מיר פון א מעשה מיט א צען טויזענט דאללערדיגן טעשק, (דעיטעד א וואך פארן אסר'ן די בלאט פון וויזניצער רבי ) אזוי אויך עפעס א טשעק מיט עפעס א דיין פון ווילי, איך געדענקט נישט פונקטליך די מעשה, אבער זיי האבן געדארפט צוריק געבן די געלט, האט דאס טאקע געהאט מיט די בלוטיגע יאקאבוויטש פרשה?