פרישע שערוריה מיט לאנדעסמאן גט מעושה (קאשוי)
24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2593144
דער אלטער באנדיט, הרב לייביש לאנדעסמאן האט נאכאמאל איבערגעטאן זיין שייגעץ שטיק און געמאכט א גט מעושה.
מ'האט געצווינגען דעם יונגערמאן בלום, אן איייקל פון קאשויער רב זצ"ל, צו געבן א גט, מיט א ביקס. איצט שרייט דער יונגערמאן און זיינע עלטערן אז דער גט איז גארנישט ווערט ווייל ס'איז מעושה און נגד הלכה.
ווידער איז עס דער אלטער קערל, ר' לייביש לאנדעסמאן, וואס האט א אן אלטע רעפוטאציע פון מאכן פסול'ע גיטין. און יעדער זעט די הייליגע אויגן פון אונזערע רבי'ס.
רביה"ק בעל ברך משה, ואתו עמו מרן רבינו הגה"ק שליט"א האבן געווארנט נישט צו גיין צו דעם טריפה'נעם בית דין זיינעם, אבער קאשוי איז דאך קלוגער... זענען זיי איצט ביטער אריינגעפאלן.
פרטים יבואו
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 15/03/2009 22:30:48
ווי איך הער פון א גוטע מקור נאמן אן עסקן, איז דער בלום אינגערמאן איז א געפערליכער באנדיט, ער איז שוין מעגן זיין ווייב כמעט צען יאר, און קיין איין בית דין אין די וועלט האט זיך נישט געקענט מיט אים קיין עצה געבן, מיט זיין גאנצע משפחה איז ער צוקריגט ווייל זיי האבן אים געפרעשערט צו געבן א גט, איז מען געגאנגען צו א בי"ד וואס "פארשטייט זיך מיט אים.. ", און זיי האבן אים געמאכט געבן א גט.
אויך זאגט דער עסקן, אז די מעשה מיט א גאן איז שקר, מ'האט עס געמאכט אויף א אנדערע אופן, יענער איד זאגט מיר, אויב וואלט מען געהאלטן א ביקס צו אים, וואלט געווען שווער זיך איינהאלטן נישט צו שיסן אויף אזא סאדיסט.
ווידער איז עס דער אלטער קערל, ר' לייביש לאנדעסמאן, וואס האט א אן אלטע רעפוטאציע פון מאכן פסול'ע גיטין. און יעדער זעט די הייליגע אויגן פון אונזערע רבי'ס.
א גט מעושה איז א גוט מעושה !
קענסט עס מלבש זיין מיט וויפיל לשון הרע'ס דו ווילסט.
כללטוער
זייער גוט ארויסגעברענגט ווייל איך האב אויך אזוי געהערט אז ער איז שוין מעגן זיין ווייב 13 יאר און אויף דעם איז נישט דא קיין שום תי' בעולם, איך בין נישט באקאנט אין הלכה אבער אזויפיל איז זיכער אז די פשוטע היידפארק שרייבער וואלטן אויך געלאפן צו אזוינע בתי דינים ווען ס'זאל זיך חלילה האנלען מיט אונזער'ס א געשוויסטער, און פארגעס נישט אז ווען אפרוי וויל נישט נעמען קיין גט קען מען כאטש סראשען מיט א היתר מאה רבנים אבער א מאן רשע איז א שווער פעקל
ואל תדון א חבירך עד .........................
איך בין נישט קיין דיין אבער איך מיין אז אין די היסטאריע איז שוין געווען אסאך מאל וואס א מאן האט מעגן געווען זיין פרוי למשל אנטלויפען אין געווען א גאנגבארע ארטיקעל אויב מהאט געכאפט אזא איינעם האט מען גענימען צים בית דין אין געמאכט געבען א גט
עפעס א ניי זעלבסט געקרוינטער בית דין פון איינער געשטעטנער אין מאנסי פירט שוין א קאמף מיט דעם לאנדעסמאן אויף די גט, אבער הכל מודים אז דעם אינגערמאן דער מעגן האט מען געדארפט שיקן קיין יאפאן.
פאר מער אינפערמאציע איבער די ענין ביטע ריפט: 1212-990-6003
[בילד – נישט אפגעהיט]
אראפצולאדענען דעם פייל און עס צו מפרסם זיין, דרוקט דעם לינק
http://www.mediafire.com/?nmio2uhwy2n
תוקן על ידי שלמהווייס ב- 23/03/2009 22:28:03
דער יונגערמאן איז א תלמיד פון הרה"צ קדוש אלוקי ר' ישראל משה וויינגארטן און ער האט געלערנט ביי זיין רבי'ן וויאזוי קעיר צו נעמען פון ווייבער.
על פי הלכה אזוי ווי מען זעט דא וואס די בית דין שרייבט איז די גט נישט קיין גט, און רח"ל מ'זוכט מרבה צו זיין ממזרים בישראל רח"ל,
דא קענט איר אראפנעמען א ספר וואס רעדט איבער דעם נושא פון גיטין מעושין רח"ל
http://www.mediafire.com/?zzmzk2exyym
א רחמנות נעבעך אויף דעם בלום און אויף זיין דיין געשטעטנער, אז קיינער נעמט זיך אפילו נישט דאס מוה אים אפצוענטפערן, כאטש ס'דא זאפטיגע בריווען פון די לאנדאנער בית דין און פון ביד"צ העדה החרדית אז די גט איז א גט כשר לכתחילה שבלכתחילה.
איך ווייס נישט פארוואס, אבער אויף געשטעטנער פילט קיינער נישט קיין פאר וויכטיג אפילו פשוט זיך וויסענדיג מאכן פון אים, מ'דארף בעטן בלום זאל טרייען צו נעמען א בריוו פון עמעצן אנדערש וואס די עולם וועט זיך עפעס מער צו טון מאכן פון אים.
Hatzolah: First of all if there is letters from the above please post them. In addition Rabbi Gestetner is a Talmud Chacham Utzum! and he writes everything from well known sources, and yes he is accepted and respected by all, and yes a response to his work will be coming.
הרב ווילעדזש: יא, ס'זענען דא בריווען פון די אויבענדערמאנטע רבנים, איך האב זיי נישט, אבער אלס איינער וואס קען גוט די בלום'ס צד נעם איך מיך אפילו נישט דאס מוה צו פארלאנגן א קאפי דערפון פון מיין חבר וואס איז אביסל אריינגעמישט אינעם פרשה, ווייל צו די היפערקריפס וועט סייווי גארנישט העלפן, זאל משיח קומען און זיי זאגן אז זיי זענען נישט גערעכט וועלן זיי אויסלייגן פאשקעווילן אויף משיח, און אנדערע דארפן נישט קיין שום באווייזן אקעגן געשטעטנער, אזוי ווי כ'האב שוין געשריבן, אז איך ווייס נישט פארוואס, אבער דאס איז די מציאות, אז קיינער רעכנט זיך נישט מיט זיינע בירורים, אפשר געפעלט זיי נישט זיין נאז אדער זיין היט, כ'ווייס נישט, אבער דאס איז למעשה די פאקט וואס יעדער גיבט זיך א צושמייכל אויף זיין בירור און ווייטער געגאנגען כאילו לא אמר כלום.
zikeit
שוין ווייטער מיט דיינע ליגנטס, ער איז נישט קיין תלמיד פון אים, ער האט אים קוים קענען גלערנט די לעצטע 3-4 יאר, און ער האט איינגערעדט ישראל משה אז ער העלפט אים, דערווייל איז ער טאקע געווען איינער פון די וועלכע האבן אים איינגערעדט ער זאל נעמען זיינע לויערס, און אזוי אים אין דער ערד געלייגט.
הרב בלום האט געקאלט מענטשן סטראשענען מיט'ן טויט אויב העלפן זיי די צובראכענע אידענע. פאר וועמען האט ער געטאן אזא איבערגעגעבענע ארבעט? נישט פאר מיר.
איך ווייס נשט ווער דער געשטעטנער איז, אבער אז ער נעמט זיך אן פאר די מייסטער ארכי סאדיסט בלום אקעגן די רחמנות'דיגע תמימות'דיגע פרוי און איר צובראכענע טאטע, וואס האט זיי פאר איבער פופצען יאר אויפגעגעסן דאס געזינט, און האט פראבלעמען אז זיי זיכן נאר תאוות הנצחון, אין צייט ווען דער בלום האט נישט אין זיין לעבן קיין שום אנדערע מטרה ווי נצחון אויף נישט צו געבן א גט, און דערפאר מקדיש געווען זיין גאנצע לעבן, זיך צוקריגט מיט זיין גאנצע משפחה (אויסער איין פראבלעמאטישע פעטער פריעדמאן), זיך קונה געווען אויפן גאס א נאמען פון א צדיק... בעל מדות... קליגע... בא'טעמ'טע... געלונגענע.... וכל מעלות שמנו חכמים על רשעי וטפשי אומות העולם, בקיצור זיך אפגעווישט פון דעם וועלט און כ"ש פון יענער וועלט, אבי איין זאך, אויסצופירן נישט צו געבן א גט, ווען אין אמת'ן אפילו אין די גוטע יארן וואס זיי האבען געוואוינט צוזאמען האט ער מיט זיין ווייב גאר ווייניג געהאט, אוועקגעפארן חדשים לאנג פון דערהיים און זיך ניטאמאל וויסענדיג מאכן פון זיין ווייב און קינדער, קיינמאל נישט געברענגט פרנסה אין שטוב נאר אויסגעניצט זיין ווייב'ס אויסגעהארעוועטע געלט פאר זיין שוואויל טאג, געשלעפט זיין ווייב וואוינען ווי נאר אימער אויפן וועלט און איר איבערגעלאזט גאנצעטע טעג עלענד אליין אן עלטערן און אן חבר'טעס און אן א מאן, זיך קיינמאל נישט אומגעקוקט אויף די קינדער, און פלוצלינג פארלאנגט ער דרכי שלום מ'זאל אים צולאזן צו די קינדער, און דער אפגעריסענער געשטעטנער לויפט אים נאך מיט זיין גאונישע בריוו, און מיט אזא בארבארישן רשעות זיך אננעמען פאר אים און אים גלייבן מיט זיין אויסגעטראכן מעשה פונעם געצווינגענעם גט, אהנע עדות דערויף, אין צייט ווען ער האט ניטאמאל אויסגעהערט די צד שכנגד און נישט גענומען דאס קלענסטע מוה מברר זיין די מעשה כהווייתה, איז ער טאקע נישט ווערד אז מ'זאל אפילו קוקען אויף זיין זייט, און משוגע איז דער וואס וועט אים אפילו פרובירן אים צו ענטפערן, וואס דאס גיבט נאר צו שטאף צו זיין רשעות'דיגע געים, זיך ארומצושפילן מיט רחמנות'דיגע עגונות און זיך אננעמען פאר זייערע אכזריות מענער מיט וועמען זיי זענען נעבעך אריינגעפאלן, ווי צ.ב.ש. דער באקאנטע עוכר ראפאפארט וכדו'.
ר' לייבוש לאנדסמאן האט א בריך פון הגרמ"פ זצ"ל אז ער איז ממש א חד בדרא בהלכות גיטין.
פארדעהם טאקע שיקט מען צו איהם אלע פראבלעמאטישע גיטין.
ווי גט מעושה (באופן המותר)
און אויך שוטים ומשוגעים.
רבותי דאס איז א פריוואטע אישוי וואס צדדים נוצען טויס אונזער פלאטפארמע
ביי חסידי סאטמאר איז דאא די הוראה פון הייליגען ברך משה
און קאשוי האט איהם געמוזט שטיצען כדי להחיות נפש צדיק זאלען זיי דאס אליין עסען
אזוי ווי מ'האט פארמאכט דעם אנדערן אשכול, וועל איך עס שרייבן דא.
ענטפער פאר זיסקייט/געווארט.
איין זאך איז זיכער, ליגנט איז ביי דיר גארנישט, ער האט יא זייער שנעל געגעבן א גט, ס'האט נאר גענומען אפאר חדשים ביז ער האט באקומען רעכט צו די קינדער, וואס ווי פארשטענדליך האט ער נישט געוואלט זיינע קינדער זאלן וואוינען מיט א מאמע וואס רעדט אזעלכע דברי ניאוף. וואס דאס האט שוין צוגרינד געלייגט די עלטסטע 2 קינדער (אפילו ביי גוים איז נישט קיין נארמאלע זאך א מאמע אזוי צו רעדן מיט א טאכטער, אפשר ביי די נידעריגע פון נידערג). אויך האט ער געוואלט זי זאל אונטערשרייבן נישט צו גיין און קאורט.
ליגנט נומער 42: זי האט נישט געקאכט, ליגנט נומער 43: ער האט עס נישט ארויסגעווארפן.
דעס אליין אז די רופסט אים שוויינגארטן, און אלע אנדערע בייזע נעמען, ווייזט עפעס אן עקסטערע שנאה וואס די האסט אויף אים, עפעס באהאלטן אינעווענדיג. זאג שוין ארויס וואס דאס איז. מיר ווילן הערן.
און אגב בין איך נישט קיין סאטמארע געבוירענע, און איך דריי מיך יא אין אנדערע פלעצער, (מסתמא פיל מער ווי א קליין-קעפיג סאטמארע פון וויליאמסבורג). די גאנצע ליסט פון זייט 4 זענען חשוב'ע רבנים מכל קצוי תבל. ובתוכם ר' אליקים.
ער האט נישט, יעצט שריי שנעל צוריק ער האט יא
זי האט יא געשיקט, ניין זי האט נישט געשיקט
ער האט יא ארויסגעווארפן, ער האט נישט
סתם זיך הרג'ענען ווי קליינע בעיביס
ווער עס וויל וויסן, איך האב דיר געגעבן אן אדרעס, גיי פרעג ר' חיים פלאהר צו ער האט געוואלט געבן, ר' חיים האט געזעצט דעם בית דין פון דעם גט, און ער האט עס מסדר געווען, אדרבה, גיי פרעג אים.
גיי פרעג זיין לענדלארד פון דעמאלס צו זי האט געשיקט און צו ער האט ארויסגעווארפן, נאר באלד וועסטו קומען שרייען דער לענדלאר איז א שוטה, ליגנער, שונא, וכו' וגו'. ער האט דעמאלס געוואוינט אויף אלד נייעק טוירנפייק, און איך וויל נישט שרייבן דעם נאמען פון דעם לענדלארד, ווער עס וויל באמת וויסן זאל גיין אליינס מאכן בירורים אזוי ווי איך האב געטאן, און נישט זיך פארלאזן דא אויף וואס א תלמיד פון דעם קדוש האט אליינס געשריבן אויפן נעט.
יעצט שרייב שנעל צוריק אז סיז ליגנט נומער 57 און שקר נומער 89
הצלחה רבה, גיי באזוך אביסל דיין הייליגן רעבען אין דשעיל, זיי אים מחי' אביסל
פלוני, די מנהלים האבן פארשפארט יענעם אשכול קום נישט שרייבן אין א צווייטן אשכול, א דאנק.