הייסע נייעס: ביה"ח אנקלאגע ארויסגעווארפן
49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2592525
יעצט אום 12:05 באקומען די נייעס פון מיין חבר וואס איז אין קאורט דורך זיין בלעקבערי
breaking news
We just won she said its a religious issue
די ריכטער האט דיסמיסד די אנקלאגע פון די זאליס
תוקן על ידי האקאבו ב- 12/03/2009 18:06:55
די ריכטערין האט אינגאנצן ארויסגעווארפן די קלאגע קעגן בית החיים. אלעס איז פערטיג יעצט. (פארשטייצעך ביז די זאלי'ס וווועלן אריינגעבן א פרישע קלאגע)
הודו לה' כי טוב.
ר' עזריאל, איר פארשטייט שוין פשט אין "פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן"?
איינער וויסט אפשר ווי נפתלי בלומענפעלד געפינט זיך איך זיך עם וויכטיג
יעצט 12:13 שיקט ער אריין די פאלגנדע מעסידזש:
Wow
We won all across the board
Major
The zalis are here so depressed
האקאבו זע ציפארשאפען דעם געשריבענעם פסק י"כ
איז עס אמת אז זי האט באשטעלט אז מען מוז צוריק קומען אויף נאך א דעיט?
דער כח פין זייער תהילים זאגען
זיי האבען געמאכט א יום תפלה אויסגעזאגט גאנץ תהילים אינאיינעם מיט זייערע דיינים אז סאטמער זאל געווינען דעם קעיס
אין ב"ה די ווארעמע תפילות זענען אנגענימען געווארען אין סאטמער האט געווינען
איך הער אז May 28 גייט זיין נאך א הירינג איבער דעם דיד אויפן בית החיים.
קען עס איינער קאנפירמען?
יא. זי גייט דן זיין צו די נושא קומט און קינגס אדער אראנדזש
if the zalys will agree to may 28 hearing will it then anyways go for a judge in orange county
זאל איינער ביטע מסביר זיין. וואס איז דיסמיסד געווארן און וואס גייט מען נאך דן זיין.
ווי איך פארשטיי גייט מען דן זיין צו דער דיד פונעם ביה"ח איז לעגאל איבערגעשריבן געווארן צו CYL קארפ.
וואס איז אבער יעצט דיסמיסד געווארן?
יעצט איז דיסמיסד געווארן די קלאגע פון די 9 מענטשן, און די פרואוו פון די זאליס אז דער קאורט זאל אויף סיי וועלכן וועג אריינרעדן ווער עס איז דער קהל יטב לב וואס איז באלעבאס אויפ'ן בית החיים, אריינגערעכנט צי מען האט געמעגט ארויסווארפן ר' עזריאל.
איצט אז די זאליס וועלן ווייטער גיין און קעמפן אז עס זאל צוריקגיין פון CYL צו קהל יטב לב, וועט עס זיין ווי די ארונים זאלן אריינגעבן א קלאגע אז די מוירטל שוהל אין וויליאמסבורג זאל נישט זיין אויף יאקאבאוויטש'ס נאמען נאר אויף די זאלי קהל'ס נאמען
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 12/03/2009 18:46:44
ארונים איך האב נישט קיין טענות צו ענק, נישט ראדני, נישט קליימער, נישט ראטלידזש, נישט 500 אדער 550 בעדפארד, נישט די מצה בעקעריי, נישט קיין פיהר קעמפס, נישט ויואל משה, נישט טרופ, נישט עטרת אברהם, נישט ברכה סימא, נישט בית רחל העווארד אדער העריסאן, נישט זשופניק, ועוד ועוד.... כאטשיג א פלאץ וואו אראפצולייגן ענקער קערפער נאך ענקער אויסגעמוטשעט לעבן עטס מעגטס און זאלטס זיין העפי, אבער טרייבטס נישט איבער, נאך אלעם האבן די זאליס אלעס געגאנב'עט פון ענק און ''סאו פאר'' איין זאך צוריק???
און פארגעסטס נישט די ראזענוואסער לעקציע... יוי איז ער א גוטע טיטשער...
פרוכטבאר איך האב נאך נישט געזען א מענטש זאל רעדען פין זיין העפי מיט אזא מין מרה שחורה
פרוכטבאר...
מיר פארגינען אייך אלעס, חוץ ר' יודעלע וויינטשאק - אים דארפן מיר זייער שטארק צוריק.
(אויב קענסטו אונז אויך צוריקגעבן די געפילטע פיש וואס ער האט כיטערע אריינגעריקט אין זיין רעקל טאש איידער עוס האטס אים פארכאפט....)
פרוכטבאר, איך וואלט געזאגט אז בנציון שווארץ איז א בעסערער טיטשער. וואס מיינסטו?
קענסט מחלוק זיין און זאגן אז שמואל ב"ר יעקב קענסטענבוים איז געווען נאך בעסער, מעגליך, אבער אויב איינער האט זיך אפגעלערנט וואס נישט צטוען איז עס נאר פון די צוויי גוטע לערער.
פרוכבאר, עס איז נישט מיין צייט יעצט צו נעמען בלוט פון דיר, איך שפיר דיין פיין, איך האב מיטלייד, און איך וואונטש דיר און אלע דיינע קאלעגעס עטץ זאלטס ענק שנעל ערהוילן פונעם גרויסן בראך.
נאר אויב ווילסטו גיין אויף א דועל, לעטס סטארט:
זאלונים, איך האב נישט קיין טענות צו ענק, נישט הופער,נישט 13 און נישט 14, נישט וואלעבאוט, נישט פרענקלין, נישט 500 בעדפארד (וואס געהערט פאר א פאר אלטע לייט), נישט ווייט עוועניו, נישט פלאשינג, נישט ראוז קעסיל, נישט סענפארד, נישט די ראטלעדזש מצה בעקעריי, נישט אריזאנא ווייץ נאר לויפערס, נישט די פיר ישיבות, נישט איחוד קאנטרי מאנטיסעלא, נישט איחוד קאנטרי וואודבוירן, נישט די גרויסע קעמפ אין קוטשערס אין מאנטיסעלא, נישט מחנה בית רחל, נישט די מוסדות אין בארא פארק, נישט 53, ועוד ועוד ועוד, און נישט דעם בית החיים אין קרית יואל וואו עס ליגן רבותינו הקדושים והגדולים הדברי יואל והברך משה, נאר די ראדני שוהל, און סאו, פאר איין זאך צוריק????
חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!!!
דער היינטיגער ישועה מיינט איין זאך:
אז סאטמארע חסידים זענען מער נישט משעובד צו ענקער מאפיאנערישע קהלה, אוואדי אילו זכינו, וואלט מיר צוריקגעהאט די גזילה, אבער דאס איז שוין אלטע היסטאריע און דאס איז נישט געווען אויפן אגענדע, וואס האט היינט פאסירט איז א גרויסע ישועה און א חירות, מ'זעמיר באפרייט פון א קהלה וואס איז געבויט דורך מצער זיין און אנמאכן יסורים און ווייטאג אויף אן אלטע אומבאהאלפענע צדיק וטהור, דורך חיות מטורפים אן קיין הערצער, א קהלה געבויט אויף אכזריות...
ברוך שפטרני מענשו שלזה!!!
אויב איינער האט טאקע זייער ליב דער בנו השלישי, יוסל וואלדמאן און שאול פערלשטיין, א שלשלת פון עלעמענטן וואס האבן בלוטיגע הענט קעגן א צדיק וטהור, זאל ער גיין לחיים ולשלום באצאלן פאר זיי דיוס, און קענען ליגן לעבן הרב ממאנטעווידעא, ער וועט ענק מליץ טוב זיין פאר די מעשים טובים.
אן א ביה"ח ווי עס ליגן די 2 אדמורי סאטמאר, האט נישט קיין ארט מענטשן וואס האבן נאר געטרויטן קעגן זיי, מיטן גיין אין בג"ץ אין מצער זיין פיזיש..
די ביה"ח דיד מאכט קיין שום נפק"מ אויס אויף הלכה למעשה צו ס'איז אונטער די נייע קארפארעישן CYL אדער קהל יטב לב, ZERO!! אויב די זאליס גייען ווייטער בערכאות איבער דעם אישו, איז עס אינגאנצן לשם עבירה,
קושקע גיט געזאגט זיי האבען גהאפט אז די ריכטער וועט זיי פסקענען אז מען קען זיך מישען אין מען מיז באערדיגען ווער עס באצאלט פאר די זאליס אין אויכעט ציריקדרייען דעם דיד
ממילא אויב קען מען זיך נישט מישען איז קיין נפקא מינה וועמענס די דיד איז אפילו עס איז זייערס מיר וועלען וויטער קאלעקטען געלט אין נישט באערדיגען ווער עס באצאלט נישט פינקט ווי זיי באצאלען אין ראדני די לעקטער ביל וויל מען קען זיך נישט מישען
ביי די וועי דאס איז די גרעסטע מאראלישע קלאפ וואס זיי האבען געכאפט אין די גאנצע 10 יאר אז זיי ברויכען באצאלען געלט פאר אונז
עס מיינט אז די קעיס איז פארטיג?
אזוי ווי זיי האבן ראדני האבן אונז דער בית החיים?
אדער עס זענען נאך דא לעגאלע מאנעוורעס, וואס קען זיי צוריקשטעלן אין בית החיים?
אויף די וואס פרעגן ווי איז יושר צו צווינגען באצאלן פאר א קהלה לו להם,
דער תי' איז, מ'האט געליינט די וואך אין די מגילה "ויעשו בשונאיהם כרצונם" זאגן די מפרשים כרצונם מיינט די רצון פון די שונאים, דאס וואס די שונאיםהאבן געוואלט טוהן פאר אידישע קינדער, דאס פונקטליך האט מען אויסגעפירט למעשה אויף זיי מכת הרג חרב ואבדן, ווער געדענקט יענעם כ"א כסלו נאך די אלבעני פסק, ווי דער שופך דם צדיק ונקי פערלשטיין האט פראקלאמירט מיט פאטאס אז ווער עס באצאלט נישט פאר זייער קהל ווערט אויסגעשלאסן פון זייער קהלה, און פארלירט אלע זכותים, איך דענק נישט דעמאלטס זאל איינער קאמפלעינען היתכן מ'צווינגט באצאלן פאר א קהלה לא להם, אדרבא און זייערע אכזריות'דיגע אויגן האבן די אהרוינים מיטאמאל א זכות קיום בעולם
וואס פאר א טענה איז דאס בכלל זיי האבען זיך אפגעריסען פין אונזער קהילה מרצונם הטוב קיינער האט זיי גאך נישט געצווינגען דערצי זיי האבען דאך נישט קיין שייכות מיט אונזער קהילה סאיז פינקט ווי א וויזשניץ פאפא באבוב וכו איד זאל וועלען ליגען אין קרית יואל אויב שטימט ער מיט די תקנות פין ליגען אין קרית יואל וועט מען עם פארקויפען א קרקע בכסף מלא קען ער אפשר האבען א טענה אז ער צאלט מעמבערשיפ פאר וויזשניץ כמיין וואס זעמער אונז שילדיג פאר די זאליס
טאטלע
מיט איין קלייניגקייט ביזטו נישט גערעכט
ווייל זיי זענען אויסדריקליך נישט די זעלבע ווי פאפא-באבוב-וויזניץ וואס איינער וויל קויפן קרקע אויב שטימט ער מיט די תקנות הקהילה וועט מען און דארף מען זיי פארקויפן א קרקע פאר די מארקעט פרייז אבער די אלע וואס זיי האבן אונז גע'רודפ'ט און "זיי" האבן אונז בא'גנב'עט און ס'האט אונז אפגעקאסט שווערע געלטער קען מען נישט פארקויפן פאר מארקעט פרייז נאר פון יעדן בעטן א שיינע אפותיקי אויפ'ן חשבון וואס זיי האבן אונז אנגעווערטשאפט
[בילד – נישט אפגעהיט]
י"כ הייסע דראנט
ארעל מיינט אז עס איז נישט דא קיין געשריבענע פסק ?
לאו דוקא, ס'מיינט זי האט דאס געפסקנט בעל פה, אמאל שיקט מען צוריק די פסק בכתב אהן זיצען אין קאורט
די געשריבענע פסק גייט נאכקומען, ס'קען נעמען אפאר חדשים ביז א דשאדש שרייבט אראפ א פסק.
קישקעטל, און וואס האלטן די אנדערע בחורים פון דיין עידזש?
מען רעדט דא פערדעריין אויף כח.
ווער ס'דארט געווען אין געזעהן ווי די זאליס זענען נאכ'ן פסק ארויס געלאפן פין זאל ווייסט וואס ס'הייסט פרייד.
דארט איז געווען אברהם יואל מענדלאוויטש מיט זיין יונגעט פריינד אברהמ'עלע ברוין
דער גרוש יושע שווארץ
משה עפשטיינ'ס בנים
דער אויסגעפליקטער שלום דייטש וואס האלט שוין ביי שידוכים
דער שלעגער יוסעלע פריעד
מיט מיט מיט מיט אברהמ'עלע זארגער
ס'איז געווען א נחת צי זעהן ווי דער אברהמעלע ברוין האט זיך געווינקן א גאנצען קארט ווי אט אט קומט שוין די ישועה.
פלוצלים נאכן פסק איז ער ארויס געלאפן מיט זיין ציקניפטן בארד.
אלעס האט א שיעור
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 13/03/2009 17:16:12
ס'הייסט יעצט אז מען גייט איהם לייגען אדער לעבען ר' אביש קראלער
אדער לעבען ר' שמעון ווייס
מיט איין זאך איז זי נאך אפשר בעסער זי האט נישט מכשיל געווען יידישע קינדער מיט נבלות וטריפות
פרוכטבאר.
דער חילוק איז איין קריטישע זאך:
די גניבות וואס די זאליס האבן אונז באגאנבעט זענען אלעס זאכן וואס מ'קען ערזעצן, כאפ א טרוקענעם שפאציר אויף מערערע ספעציפישע גאסן אין וויליאמסבורג.
דער בית החיים איז אומערזעצבאר, און הודו לה' כי טוב וואס ער האט אפגעראטעוועט רביה"ק בעל ברך משה זי"ע פון אריינפאלן אין די הענט פון די פארשאלטענע רשעים, ביי וועמען זיין כבוד איז נישט ווערט כקליפת השום.
סקאט מאלען זעלבסט האט עטליכע מאל זיך אויסגעדרוקט אז דער בית החיים איז "אומשאצבאר". עפעס וואס מ'קען נישט זאגן אויף ראדני, 500 בעדפארד, וכדו'.
איך מיין אז עס איז מעגליך אז די זאליס זאלען יעצט פילען דרוק זיך צישטעלען צי דין תורה
וואס האלט דער עולם .?
סאטמאר:
די וועלט וואס שטייט פון די זייט וואנדערט זיך וואס גייט דא פאהר
זיצענדיג היינט ביי מנחה מעריב ביי אונז און שטיבעל האט יעמאנט נאך געזאגט א עכטער תורה דיגע בליק פון איינעם פון די גדולי הדור וואס האט היינט געזאגט און ארץ ישראל נאכן הערן די פסק פון אמעריקאנעם געריכט
סאטמער רב זצ"ל פירט דאס גאנץ גישעפט זיין רצון איז גיווען אז דער מרכז פון סאטמאר זאל זיין סטאנצירט און זיין שטעטל קרית יואל, וואס דאס איז גיווען זיין רצון צדיק האט מן השמים געפירט אז באליבט'ער פלומעניק וואס ער פלעגט מיט איהם משתשעשע זיין יעדען פון אלס קליין קינד ביז זיין חתונה און ווי ער באטיטלט איהם זייענדיג בלויז 18 יאהר "המאור הגדול" זאל זיך בויען זיין מרכז דוקא און קרית יואל און פון דארט זאל זיין די פארלעמענט פון די סאטמארער קעניגרייך
און די בית החיים וואס איז די גרעסטע סימבאל פון א קהלה זאל זיך געפוןען אונטער זיין הערשאפט
על הגאולה
עס איז מינדער וויכטיג צו רעדן פון יענעם'ס מקום מנוחה לאחר מוע"ש דאס אנטבלאנגט פאר איהם מיט זיינע קינדער
און בעלזא האט ר' שלום פויגעל און ר' משה טובי' גרינצווייג נישט פארלוירען זייער חלקה אפילו מהאט זיי ארויסגעווארפען פון די קהלה
איטשע דוד רעזמאוויטש האט אויך נאך זיין חלקה און ביה"ח שומרי שבת און בני ברק
ווידער שעלטען א יוד ער זאל ליגען לעבען ר' אביש קראליר זצ"ל הי"ד דאס איז א שפראך וואס מ'רעדט און ראדני דאס פאסט נישט פאדרדיר בפרט און אזא גרויסען טאג וואס קען ריכטיג ווערען אנגערופען פורים המשולש וואס און די גרויסע הסתרה האבען מיר שוין אנגיהויבען צו זעהן א ביסיל ליכטיגקייט און בקרוב צו די גאנצע ישועה וואו די בניני המוסדות און וויליאמסבורג וועט צוריק גיקערט ווערן פאר די ריכטיגע בעלי בתים און דער גאנצער דאמינא פון אויף נעמען א שטעקען פאר א קהלה
און אזוי נישט שוינען דעם כבוד פון הייליגען דברי יואל זי"ע צו ווייזען פאר קינדער און די דורת העתידים אז אדמו"ר מסאטמאר קען מיינען א ליצנות מדארף נישט גארנישט זיין נישט קיין תלמיד חכם און נישט קיין ירא שמים
אם מזרע היהודים מרדכי אשר החלות לנפול לפניו לא תוכל לו כי נפול תפול לפניו.
ב'ה נאך א גרויסע געווינס.
לצים זאגן 3 גרויסע ליגנערס האבן געכאפט היינט א מעכטיגע פראסק און קארט,
זריעל גליק,
פערלשטיין,
מעדאף
בלומבערג, איך האב מורא אז שמא קגרים, האב א שטיקל sense of humor
קיינער האט נישט געשאלטען אז ער זאל פארברענט ווערן אין אוישוויץ, ס'איז נאר אינטרעסאנט אז דער וואס האט געשלאגען און גערצחנט ר' אביש קראלער, דער זעלבער האט געכאפט א פליק היינט
פארוואס זענט עטס אזוי זיכער אז דער ריכטער גייט נישט זעהן דעם פאלשן אינטערשריפט?
האט ענק ראזענוואסער נישט געלערנט א לעקציע?
וועלכע אונטערשריפט, פרוכטבאר? מאך שוין נישט משוגע. אדער דערצייל אדער שווייג אינגאנצן
פרוכטבאר אין די איד איז געשטאנען עפעס וועגען דעם פאלטשען אינטערשריפט ?
אוי חיים יושעלע חיים יושעלע, וואס וועט זיין מיט די בריוו.
איך האב מורא אז ער וועט דארפן ליגן אין באבוב... (און וועלכע...?)
עפעס דרייען זיך די זאליס ארום מאחורי הפרגוד און טרייען צו באקריגען א טי. אר. או. אויפן ביה"ח יעצט געהערט פון אן אינסייד סארס ביי די זאליס
א TRO איז א זיכערע זאך, ס'איז א פראגע פון טעג.
עטס קענטס שוין אנהייבן קרייען און בילן: געגאנגען אין קאורט אהן א היתר...
פרוכטבאר וואס גייט יין נאכען T R O
די פסק פין די ריכטער איז נאך נישט דא שריפטליך,אן דעם קען מען נישט קיין צי קיין אפיל.
אין א פרישן פריאוו און טאקטיק - צו פארטושן די מוחות אז די ביה"ח אישו זאל נישט זיין אויפ'ן סדר היום - האבן די נועם המדות'ניקעס היינט פארטאג'ס אויסגעווארפן א טוץ פאשקעווילן אויף א היימישע געשעפט אין וויליאמסבורג וועלכע זיי האבן שוין עטליכע מאל געסטראשעט און זוכן שוין לאנג און א נקמה געלעגנהייט צוליב'ן נישט גיין אין שפאן מיט די נועם המדות פארטיי און נישט דינען זייערע אינטערעסן