היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בד"ה כ"ק אדמו"ר מזיטשויב זי"ע פין וויליאמסבורג

בד"ה כ"ק אדמו"ר מזיטשויב זי"ע פין וויליאמסבורג

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2589553

אדמיראל » 6/3/2009 15:12

היינט פרייטאג איז נפטר געווארן אין וויליאמסבורג כ"ק אדמו"ר מיזיטשויב - בערעגסאז זי"ע אין עלטער פין ניינציג יאר
דע טאטע פין הרה"ג ר' ישעי ,הרה"ג ר' משה, הרה"ג ר' אהרן מאיר.
די לוויה וועט פארקומען פאר די זעטשויבער ביהמ"ד אויף ראסס סטריט.
 
שנשמע ונתבשר בשורות טובות

wowowowo » 8/3/2009 22:53

מיט גרויס דערהויבענקייט איז דורך געגאנגען דער שבת קודש פרשת תצוה-זכור בחצר הקודש זידיטשויב געציילטע שעהן נאך די פטירה פון רבן ומאורן האי סבא קדישא כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מזידיטשויב זצוקללה"ה. מיט טרערן און די אויגען האבען די זקני החסידים מקבל פניו געווען פרייטאג צונאכטס כ"ק הגה"צ מרן ישעי' שליט"א וואס ער איז אריינגעקומען מעוטף בטליתו כמנהג אביו הקדוש הכ"מ זצוקלל"ה מיט א טלית. און פארגעדאווענט מנחה בבכיות נוראות.

און תיכף נאך מנחה איז אויפגעטרעטען הגה"צ מרן אהרן מאיר שליט"א און געמאלדען פארן גרויסען ציבור. אז אחיו כ"ק הגה"צ רבי ישעי' איז נבחר געווארען למלא מקום אביו אלס כ"ק מרן אדמו"ר מזידיטשויב שליט"א.

 

ניחום אבלים קומט פאר נאר ביז תענית אסתר נאכמיטאג. און שושן פורים נאר פאר אפאר שעה בביהמ"ד הגדול דקהל עטרת צבי זידיטשויב און וויליאמסבורג אויףRoss St. 162 אצל בניו ה"ה:

כ"ק מרן אדמו"ר רבי משה מדרוהביטש שליט"א.

כ"ק מרן אדמו"ר רבי שלמה מזידיטשוב לאנדאן שליט"א.

מ"מ כ"ק מרן אדמו"ר רבי ישעי' מזידיטשוב שליט"א.

כ"ק מרן אדמו"ר רבי אהרן מאיר מבולחוב שליט"א.

כ"ק מרן אדמו"ר רבי יקותיאל יודא מזידיטשוב ב"ב שליט"א.

ואצל בנותיו ה"ה:

הרבנית הצדיקת מתולדות אהרן תליט"א.  

הרבנית הצדיקת מטאהש תליט"א א"ח של הגה"צ אבד"ק קהלות טאהש שליט"א.       

רבי_יונה » 8/3/2009 23:09

ווער זענען די זקני החסידים?

האקאבו » 8/3/2009 23:41

ווער די זקנים זענען ווייס איך נישט

אבער איך האב מורא אז זיי האבן געזאגט אוי לאותה בושה אוי לאותה....

בלומבערג » 9/3/2009 04:57

רבן ומאורן של ישראל - וועמען ?
אויסער זיינע קינדער איז נאך גיווען דארט איין מתפלל ?

בלומבערג » 9/3/2009 05:00

פארוואס האט נישט איבערגענומען סנדר ליפא'ס קינדער גאנץ לעבעדיגע חברה גוטע אנדרייערס שטייען מאחורי הפרגוד און יעדע שטאט פאר פארשידענע ענינים

בלומבערג » 9/3/2009 05:03

עזרת ישראל - איז א באיאן פראיעקט אדער כלל ישראל פראיעקט
וואס איז דער חילוק צווישען גומלי חסד - ביסטריצקי
און עזרת ישראל פישמאן