ביטע אסר'ן צי ברענגן דא לינקס צו אינטערסאנטע קליפס פון GOOGEL און YOUTUBE
ע"פ רוב פארברענגן דא אידן שומת"צ וואס זענענן פאלגזאם צי די רבנים, וואס האבן פה אחד גע'אסרט
צי האבן אינטערנעט אן קיין פילטער,די רבנים האבI גע'פסקנט אז עס איז פינקט ווי איסור יחוד. אין אפטרופטיס וכו'
90 פראצענט אידן האבן געפאלגט און זיי האבן נישט די גע'אסרטע אינטערנעט,
די אלע וואס האבן פילטערס קענענן נישט זען די קליפס פון GOOGEL און YOUTUBE
עס זענענן אבער דא די פאר געציילטע וואס האבן נאך נישט גענמען די מי, און זיי האבן נאך די גע'אסר'טע אינטערנעט
אן קיין פילטער, זיי לייגען ארויף אויף די איבריגע אידן א אומנויטגע שוועריקייט מיט כסדר ברענגן צוענדיגע קליפס אויף YOUTUBE וואס ברענגט אז די וואס האבן ב"ה יא פילטערס ווערן נייגעריג, און מען לייגט זיי אריין א אומנויטגע נסוין און שוועריקייט, אזוי אויך איז עס מחזק ידי עובדי עבירה, ווייל עס גיט א פלאטפארם פאר די פאר וואס האבן נישט קיין פילטער צי ווייזן אז די איסור אויף אינטערנעט איז נישט מחייב
למשל, עס איז דא א אשכול http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2588720&forum_id=16386
וואס נאר די וואס האבן נישט קיין פילטער קענען עס זען, און די וואס האבן יא א פילטער ווילן עס זען. עס רייצט, אבער זיי קענענן נישט
דערפאר אפעליר איך מיט א בקשה צי די מנהלים דא,
אז מען זאל פארבאטן צו ברענגן דא לינקס צו פלעצער ווי מען קען נישט אריינגיין מיט א פילטער, אזוי מחזק זיין די אידן וואס הערן זיך יא צו. צי די רבנים, עס דארף זיין א בושה אז עס איז נאך דא אינגעלייט אן קיין פילטערס, אזוי וועלן די וואס האבן יא די ערליכע פילטערס נישט זיין כסדר אויסגעשטעלט צו די אומנויטגע שוועריקייטען
.
תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 05/03/2009 1:43:01