היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מירון: ווייטער איך מעג און דו נישט

מירון: ווייטער איך מעג און דו נישט

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2587409

יחזקאלאברה » 2/3/2009 16:16

באקומען אין אישי:

ירושלים קאכט ווען מען זעהט יעצט פונקליך וואס איז באמת פארגעקומען אין מירון.
בן פראדעל האט זיך געוואלט נוקם זיין אין ראב"ד ר' משה שטערנבוך ווייל ער האט זיך אפען ארויסגעשטעלט קעגען די זאליס גיין אין בגץ. און יעצט אז ר' משה האט מפקח געווען אויף די ארבעט אין מירון האט משה גבאי מיט יצחק 90 אנגעדרייט א שטונק אז דער ראב"ד מיט קדמונינו האבען געמוזט זיך צוריקציען.
יעצט האט מיילעך שטערן אריינגערוקט אתרא קדישא און מיטאמאל איז נישטא קיין עצמות מיט קיין קברים.
ר' משה שטערנבוך איז יעצט מוראדיג שוואך נאך דע מהומה על לא דבר וואס ווייס מיט אטיק האבען אויף איהם אנגעמאכט

יחזקאלאברה » 2/3/2009 16:31

[בילד – נישט אפגעהיט]

יחזקאלאברה » 2/3/2009 16:38

[בילד – נישט אפגעהיט]
 מ[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]



צ

[בילד – נישט אפגעהיט]

יחזקאלאברה » 2/3/2009 16:44

[בילד – נישט אפגעהיט]מ
ה[בילד – נישט אפגעהיט]
י
ח[בילד – נישט אפגעהיט]
י



תוקן על ידי יחזקאלאברה ב- 02/03/2009 16:45:56

המוח_הקטן » 2/3/2009 18:14

מודעות אין ירושלים
שרעקליך! ווי ווייט די פאלשע קנאים זענען דערגאנגען,
זיי זענען מחליט ווען צו ארויסגיין מיט הפגנות און ווען נישט
זילותא דבי דינא באופן מבהיל ביותר
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 2/3/2009 20:37

יחזקאלאברה

האסט געהאט די העזה צו כאפן פיקטשערס, יעצט וועלן זיי לייגען ביימעלעך איידער זיי גראבן.

זיי האבן א מורא'דיגן סיסטעם
אלע זייערע תועבה שטיק פארדעקן זיי מיט בייימעלעך.

יחזקאלאברה » 3/3/2009 05:22

יוסף90 שימפט יעצט געפערליך אין בח"ח מיט אלע זיינע ניקס

קודם היתכן אז מען ווארפט פאשקעווילען און מען נעמט זיך אן פארן ראב"ד, פאשקעווילען איז אויסדריקליך זיין אייגענטום!
אויך טענה'ט ער אז (אזוי ווי ביים בג""ץ) האבען זיי בכלל נישט געגראבען.
קדמונינו האט געגראבען ערשט.
זיי האבען נאר געגראבען דא און דארט.
זיי האבען נאר געגראבען פאר גוים...

איינער ווייסט אפשר וואס דע חברה האבען פארלוירען אין מירון? אפשר זיכען זיי א נייע בית החיים?

 

יחזקאלאברה » 3/3/2009 06:01

באקומען אין אישי אלס ענטפער צו יוסל ניינצעגערס תירוצים.
אזוי ווי דו זאגסט זיי ווערען ווילד ווען מען דעקט זיי אויף אבער נאכדעם מיינען זיי אז עולם גולם וועט זיי ווייטער גלייבען אז זיי ראטעווען אידישקייט פון דער קליפה.
איך בעהט, איך וועל ווייטער נישט זיין דער פאסט טרעגער וועגען מירון, ווייל איך קען נישט קלאר דע פרשה אבער יוסף90 רעקארד רעדט פאר זיך אליין.

[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]