לעצטנס האט זיך אריינגעכאפט א נייע אנשיקעניש אין אונזער שטארק בארימטן פארום. מענטשן (צוויי דריי מענטשן מיט צענדליגער ניקס) קומען אהער צו אונז און עפענען ניקס מיטן ציל צו פארדרייען א קאפ פאר'ן עולם און פארעקלען אנדערע מענטשן צו שרייבן דא.
איינס פון די זאכן וואס די מענטשן טוען איז אז זיי שטעלן זיך אהער כאילו זיי באלאנגען צו איין קרייז אבער עכט באלאנגען זיי צו א צווייטן.
ווילן מיר דא מעלדן א נייע תקנה, ווער ס'וועט געבן פאלשע אינפארמאציע פאר'ן מנהל מיט'ן ציל משוגע צו מאכן די ליינער וועט אויסגעשלאסן ווערן אן קיין שום ווארענונג.
יעדער איינער איז וועלקאם צו שרייבן ביי אונז, פון יעדן איינציגסטן קרייז. מיר מאכן נישט קיין דיסקרימינאציע קעגן קיינעם, אבער קיינער זאל נישט "אינסאלטן די אינטעלידשענס" פון די ליינער מיט'ן שפילן כאילו ער פארטרעט איין צד ווען באמת פארטרעט ער דעם אנדערן צד.
יעדע ווארט וואס מען שרייבט ביים אריינגעבן די אפליקאציע צו די מנהלים מוז זיין אמת. אויב גיט איינער אריין פאלשע אינפארמאציע פאר'ן מנהל וועט ער פארשלאסן ווערן.
און דא ווילן מיר נאכאמאל דערמאנען אז ס'איז בשום אופן נישט ערלויבט נאכצוברענגען לינקס אדער קאפיען אנדערע פארומס אויף בחדרי חרדים אין אידיש.

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 02/03/2009 3:49:37