היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בשפל המצב: מתיבתא דלאנדאן

בשפל המצב: מתיבתא דלאנדאן

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2583887

טראק » 23/2/2009 20:18

די גרויסע מעכטיגע ישיבה "מתיבתא דלאנדאן" וואס אמאל האט מען זיך געהרגט אריין צו גיין, און יעדער אמעריקאנער בחור וואס מען האט אנגענומען דארט האט געדארפט באצאלען רבי געלט, און דער בחור האט זיך ארום געדרייט אין שטאט כאילו ער האט געווינען א לאטערי, און ער האט אויף זיין קאפ א 10 גאלדענע קרוינען, ער האט זיך געהאלטען שטאלץ ביזן הימל אז ער איז א "מתיבתא בחור", שטייט היינט אין שרעקליכען שפל המצב לא יאומן כי יסופר.

די איצטיגע מצב איז צו פארדאנקען פאר ר' חיים ברייש די ראש הישיבה וואס האט זיך אריינגעלייגט ראשדו ורובו אין פאליטיק, און זייט ר' זלמן איז געווארן רב אין ווילי איז ער ביזי א גאנצן טאג מיט די פאליטיק, רעדט און שימפט, און ביזי דערמיט שרעקליך, אזוי איז די ישיבה ביטער צוגרינד געגאנגען, אזוי ווייט, אז היינט בעטן זיך זיי צו יעדער בחור זאל אהין קומען לערנען, און נאך אלעם איז נישט דא דארט קיין 40 בחורים, אמאל האט מען אראפ געברענגט ריזיגע וועלטס גאונים פארלערנען שיעורים דארט, און נאר ריכטיגע גרויסע וועלטס תורה ריזין האבן געקענט דארט זאגן א שיעור.

דא איז א בילד ווי די כ"ק אדמו"ר זאבליטובער רבי שליט"א פון ווילי רעדט פאר די "מתיבתא בחורים" פאריגע וואך.

כאפט א בליק....

[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי טראק ב- 23/02/2009 20:23:21

אדמיראל » 24/2/2009 01:04

דער רבי קוקט אויס צי זיין אין די צוואנציגער יארן בין איך גערעכט ?

פעטרסאן08 » 24/2/2009 05:30

איז נאך ר' חיים ברייש אין די ישיבה ?, איך האב געהערט שוין לאנג אז עפעס איז געווען מיט אים...  

נייער » 24/2/2009 21:30

טראק, לאז ארויס כ"ק מרן אדמו"ר מזאבליטוב שליט"א פון די סאטמארע פאליטיק, אויב די האסט א חשבון מיט'ן ראש ישיבה ווייל ער איז אביסל מער נוטה צו די זייט פון זיין אינגערע ברידער פארשטיי איך אז די דארפסט אים טאקע באשמוצן, אפילו ס'איז קעגן די תקנות פונם פורום, אבער לאז ארויס זאבליטוב'ער רבי שליט"א פון דיין שמוץ.

טראק » 24/2/2009 22:43

ח"ו קיינער טוט נישט דא באשמיצען כ"ק מרן אדמו"ר מזאבליטוב שליט"א ער איז א וואוילער איד.