דער מצב אין די זשורנאליסטישע וועלט איז זייער וויינענדיג, און פונקט ווי ביי אלע ביזנעסער וואס גייט מטה מטה איז עס נאך פיל ערגער ביי די צייטונגען און מאגאזינען וואס וועקן זיך ענדליך אויף צו די צרה וואס דער אינטערנעט האט זיי אנגעמאכט וויבאלד דא באקומט דער ליינער אלעס אומזיסט און דעריבער אפי' ס'וואקסט די צאל ליינער פון די גרויסע צייטונגען זענען זייערע סובסקרייבער זייער געפאלן.
ליינענדיג וואס דער טיים מאגאזין שרייבט דא איז מיר אויפגעקומען אין געדאנק איבער די נייע צייטונגען וואס וואקסן ארויס לעצטנס אין אן אומאפשטעלבארער אימפעט, וואס דארט זעט גאר אויס אז דער פעלד איז גאר גרויס און די סטאקס פון די נייעס זשורנאלן זענען אויפן וועג ארויף.
דער "טיים" וויינט מיט ביטערע טרערן און בעט זיך אז איינער זאל זיך אהערשטעלן און מאכן א פראגראם אז מען זאל אויף א גרינגען אופן צאלן פאר די געשריבענע ארטיקלן וואס קאסטן אפ שווערע ארבעט און זייט דער אינטערנעט איז ארויפגעקומען צאלט מען דערפאר זערא, און ווילאנג די עדווערטייזינג געלטער איז געפלאסן איז נאך געווען א האלבע פראבלעם אבער היות ספאלט די סעילס דארף מען אנהייבן טשארדזשן געלט פאר יעדן ארטיקל וואס מען וויל ליינען.
קען זיין אז היות ביי אונזער עולם איז נאכנישט אריינגעכאפט אזוי ווייט דער אינטערנעט איז יא דא מער פלאץ פאר צייטונגען?