היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » יארצייט: פרשת גאב"ד ירושלים

יארצייט: פרשת גאב"ד ירושלים

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2583274

טראק » 22/2/2009 22:12

אזוי ווי די איצטיגע טעג איז די יארצייט פון די מלחמה כבידה איבער די פאסטן פון גאב"ד ירושלים, וואס די זאליס האבן איבערגעדרייט די וועלט אז ר' ישראל חיים מנשה זאל ווערן גאב"ד, פונקט איצט האב איך באגעגענט מיט א טיץ צעטלען איבער די פרשה ברענג איך עס דא.



און דער עולם דארף נאכמאל דאנקן דעם רבוש"ע אז די זאך איז נישט צושטאנד געקומען ב"ה.



[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 22/02/2009 22:26:59

טראק » 22/2/2009 22:19

אוי די ביטערע סוף

סגן נשיא העדה החרדית....

[בילד – נישט אפגעהיט]

רבי_יונה » 22/2/2009 22:21

לכבוד פורים
 

תוקן על ידי רבי_יונה ב- 22/02/2009 22:18:22

רבי_יונה » 22/2/2009 22:22

א שיינע זכרונות

טראק » 22/2/2009 22:24

נאך א צעטעלע

[בילד – נישט אפגעהיט]

גוטזאגער » 22/2/2009 23:22

טראק ליבער,
דו דארפסט האבן א שיינע קאלעקציע.

אדרבה, טייל אונז מיט נאך היסטארישע סחורה, וואס ברענגט ארויס נאסטאלגישע זכרונות.

אגב, איז נישט יעצט די יארצייט דערפון נאר אין חודש אייר.

א דאנק

טאטלע » 22/2/2009 23:28

גוטזאגער נישט אמת פורים איז די יארצייט פין אלע וואס האבען געוולט ציברעכען כלל ישראל

טראק » 22/2/2009 23:28

ווי איך דענק איז איצט די יארצייט.

אפשר האב איך א טעות?

דאס איז זיכער אז עס איז שוין געווען טישן און בענק די צייט.

ארגינעלער » 22/2/2009 23:42

ווער געדנעקט נישט די קראקאדיל טרערן פין "מתי תמלוך בציון " יענעם ראש השנה...

געגאנגען » 23/2/2009 01:33

דער טאג איז געווען ה' ניסן תשס"ג (מעגליך ו' ניסן).

און ס'איז ריכטיג אז דער טאג איז געווען א ריכטיגע הצלה פאר די עדה החרדית. נאכן האבן פאר כמעט צען יאר צוויי רבנים וועלכע טראץ זייער גרויסקייט זענען געווען חסיד'ישע רבי'ס מער ווי זיי זענען געווען שטאטישע רבנים, וואלט אזא סארט רב ווי הגריח"מ, מיט דעם זילבערנעם שטעקן און קאלירטע בעקעטשעס, געווען ממש א קאטאסטראפע פאר די עדה, אפגעזען פונעם פאקט אז דאס וואלט צעפיצלט די עדה דורך איר אריינשלעפן גראד און אפן אין די סאטמארע מחלוקה.

[און אפגעזען פונעם פאקט אז הגריח"מ, מיט זיין גאנצן כח התורה, וואלט צעמאלן געווארן פון די לייבן וועלכע פארעמען דעם בד"ץ. קעגן אזעלכע גאונים ווי ר' משה שטערנבוך, ר' מאיר בראנדסדארפער, ר' אברהם יצחק אולמאן, וכו' וואלט הגריח"מ געווען כננס לפני ענק, און נישט געהאט דאס מינדסטע השפעה].

ס'איז קיין צווייפל אז דער נייער רב הגרי"ט ווייס - אפגעזען פון די פאליטישע שטעלונגען פון זיין רעביצין - האט אויפגעהויבן דעם כבוד פון די עדה עשרת מונים.

ס'איז נאך דא גענוג פראבלעמען, און דער כבוד פון די עדה וועט בדרך הטבע שוין קיינמאל נישט צוריקקומען צו איר געוועזענעם שטאפל, אבער אונטער די אומשטענדן איז דאס געווען דער בעסטער אויסוואל וואס איז דורך מיט אפענער סייעתא דשמיא.

לאמיר האפן אז ס'זאל שוין מער נישט אויספעלן די סארט צאנקערייען אין די הייליגע קהלה וואס איז שוין אזוי אויך היפש אפגעשוואכט.