עזריאל גליק דעקלערט, דער רבי איז נישט בעל הבית נאר איך
68 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2582204
מען בעט ווער עס קען זאל צוגיין פרעגן עזריאל ווער עס איז בעה"ב, צו אין ביה"ח צו אין די מוסדות צו אין די קהילה. רבינו שליט"א אדער להבדיל אלף אלפי הבדלות דער מסור עזריאל גליק
http://www.mysatmar.com/docs/courts/ezriel_gluck_affirmation_2-12-09.pdf[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]איך האלט אז פאר זיין טובה זאל ער מער נישט אריינקומען אין ביהמ"ד.
עניווי איז דאך רז"ל זיין רעבע... זאל ער דאווענען אין ויואל משה און פטור אנייסיק.
די וואך איז א שטיקל מעלה, ווייל דער רבי איז נישטא אים צו פראטעקטן. דער רבי לאזט אים נעבעך נישט אוועקנעמען זיין ידיד נפש'ל...
און אויב ווערט מען פטור פון אים, זאל ער מיטנעמען זיין ברודער'ן דעם מאכיל נבילות וטריפות וד"ל.
אפשר מיינט טאקע ר' עזריאל לטובת הענין פאר ביידע קהילות?
ער זאגט דאך נישט אז די בית החיים באלאנגט פאר ווילאמסבורג.
לפי האמת האט דאך דער רבי ז"ל דער בעל בירך משה געוואלט אז ביידע קהילות זאלן זיין מעמצבערס אין זעלבן בית החיים.
אפילו אויב ביים לעבן קריגט מען זיך ארום, דאס איז נאר ווייל יעדער צד מיינט אז ער איז גערעכט. אבער לאחר מאה ועשרים ווען מ'ליגט אין קבר, איז דאך יעדער איבערצייגט אויפן אמת.
נו זאל מען חאטש שלו' מאכן אין קבר.
האט מען דען נישט געלאזט מקבר זיין די רעבעצין ע"ה?
אפילו דער רבי שליט"א איז איהר געגאנגען מלוה זיין.
מיין מיינוג איז אז דער מסור עזריאל גליק ווער ער שטארבט טאר מען אים ניטש ח"ו באגראבען אינעם בית החיים אין קרית יואל.
ער בלאנגאט צו באגראבען ווערן צוזאמען מיט זיין ברודער יחזקאל דער מאכל נבילות וטריפות רח"ל און שטאל פון טויטע הונט.
אויף איין מציבה וועט שטיין
פה נטמן המסור והמלשין ע. גליק
און אויף איינס
פה נטמן מאכל נבילות וטריפות י. גליק
ר' עזריאל מיט זיין ברודער ר' יחזקאל צוזאמען מיט ישראל ג"ב האבען געדאווענט ביי סאסמאן
אויב סאטמאר איז ב"ה פטור געווארן פון א דיין וואס איז מגלה פנים בתורה שלא כהלכה, און ס'האט ב"ה גארנישט פאסירט. מיר האבן היינט פלייש וואס איז כשר נישט נאר ממליחה ואילך...
קענען מיר רואיג פטור ווערן פון די אומ'גליק'ליכע כת חונפים, וואס פון אויסער לעקן און באקן מעשות האט ער גארנישט פארקויפט.
ווען די זאליס האבן געדאמפט הרה"ח ר' יקותיאל הערש ווערצבערגער
צי ווען זיי האבן געדאמפט הרה"ח ר' יוסף יושע גראס ז"ל
צי ווען זיי האבן געדאמפט הרה"ח ר' שלום נחמן פילאפף ז"ל
וואס יעדער פון די 3 זענען ריכטיגע חסידים ואנשי מעשה קעגן דעם דיקן שוחט... קיין פאראיבל אויף דעם לץ יהיר עזריאל גליק. קיין טרערן און קיין קלאג.
מיר קענען רואיג מאכן די ברכה בשם ומלכות: ברוך שפטרנו מענשו שלזה
גליק האט געפרעגט דיינים??? ער איז אויף פעיראל ביי די זאליס, ער האט א גירה אויף ראס סטריט פון זיי. ס'איז ענבי הפעיראל בענבי הפעיראל... א הערליכער שידוך.
וואב מיינט איר זאגן די זאליס אז גליק איז אאויסגעווארפען געווארן?
הערט און שטוינט: דעם שבת האט אברהם בער יאקאבאוויטש געזאגט פאר משה גבאי גוט פאר אים! ס'איז זיך אים ערליך געקומען פאר עזריאל גליק!
ווייל ער האט געווארפן אלי' דוד טירנויער פאר דיין סיגעטער און האט מבזה געווען די רביצין.... קומט עס אים ערליך אהיים!
לאכטט א גוטס!
און ארץ ישראל
ווייסן דיא טויטע אז מען הערט אויף זיך ציא קריגען
און און מאנארא
קריגעט מען זעך אפילו אויפן בית החיים
סך הכל איז יעדעס ווארט וואס ר' עזריאל האט געשריבן אמת ויציב. ער איז די פראזידענט פון ביה"ח, דער זעלבער ברך משה וואס האט אויפגענומען ר' אהרן אין מאנרא האט אויפגענומען ר' זלמן לייב אין ברוקלין, דער ברך משה האט געוואלט אז די ביה"ח זאל זינען פאר ביידע קהלות. ער האט דא קיין איין ווארט מסירה נישט געשריבן.
די שיינער יוד, האסט פארזעהן א פסוק רש"י פאריגע וואך,איך האב נישט קיין טענות צי דיר ווייל דיינע שיינע יודין האבן עס אויך נישט געזעהן.
לפניהם ולא לפני עכו"ם
נייער זאג נאר פאר וואס גייט ער דעמאלטס נישט צי קיין דין תורה האסט געלערענט חומש רש"י פאריגע וואך
אין בני ברק האט דער רבי ז"ל דער דברי יואל אויפגענימען ר משה חיים וויס פאר מנהל המוסדות פאר וואס איז זריאל געגאנגען אין טמענע בג"ץ
מזל טוב פלוצלינג זענען זיי אלע דא מיט בג"ץ מסירה שגץ
וואס איז יעצט געשען ער האט שוין אריינגעגעבן די פאפירן אין בג"ץ אפאר יאר צוריק זייט דעמאלטס איז ער נאך אלס געבליבן א שיינע איד ביי ענקער רבי ער איז ווייטער געזעצן אויבן וכו', וואס איז יעצט געשען?
נייער אלא מאי פיר אויס
אז ענק זענען אלע היפאקריטן
אהא זריעל איז געגאנגען אין בג"ץ פאר א נזיד עדשים א הויז אין מיאמי אין א קאר האט ער געדאמפט דעם גאנצען ויואל משה אין עס גמאכט ללעג ולקלס פאר די גאנצע וועלט
געגאנגען אן קיין שום ביתר בית דין אין ערכאות וועגען בית החיים
נייער איז מסכים אז מען דארף עם ארויס ווארפען פין ב"ה נאר ער האט א פראבלעם אמער פארוואס האט מען עם נישט געווארפען ביז היינט ?
אלא מאי די ארוינים זענען היפאקריטן
WHOT A SICKOW
טאטלע, אלעס פיין אין וואויל
בג"ץ איז נישט געווען היינט
ערכאות אויפן ביה"ח איז נישט געווען היינט
וואס איז געשען יעצט??
אלא מאי מיר זענען היפאקריטען
וואס איז א חילוק ווען ער איז געגאנגען אין בג"ץ און ווען ער איז אריין אין גוישען געריכט.
אזא איינער א מחלל שם שמים באופן נורא, מיטען טרעטן אויף די הייליגע תורה הק' און גיין אינעם גוישען געריכט, און ועל כולם גיין אינעם ציוניסטישען בג"ץ רח"ל, אזא איינער דארף מען מרחק זיין און נישט אריין לאזן אין ביהמ"ד, און אוודאי אוודאי טאר מען אים נישט באגראבען אינעם בית החיים.
ער באלאנגט אין סאסמאן צוזאמען מיט זיין שותף יאשקע וואלדמאן, יוסף דוד הירש, זיין ברודער דער מאכיל טריפות יחזקעלע, וכו', און באגראבען דארף מען אים צווישען גאלדע מאיער און מנחם בעגין, דארט באלאנגט א הולך לבג"ץ.
אלע ראשי קהלות פון וויליאמסבורג קרית יואל בארא פארק, האבן אים געשריבען א בריוו וואס מען האט אים עס איבער געגעבען פרייטאג אין די האנט, ווי זיי שרייבן אים: אזוי ווי ער איז א הולך לערכאות והולך לבג"צ, איז ווי די שטאטוטען פארלאנגט איז ער ארויסגעווארפן פון די קהלה און האט פארלוירען אלע רעכטען פון די קהלה מעמבעשיפ חלקה וכו'.
און ער קען זיך מעלדן ביז מארגן מאנטאג צו די קהלה טאמער ער האט טענות דערוועגן.
זהו ענשו של לעקער וחונף!
ער האט געלעקט ביי יוסל אשכנזי, דערנאך ביי הרבנית אלטא פיגא, דערנאך ווען ער האט געזען אז די באן פארט אוועק האט דער לעקער שנעל געסוויטשט.
אזוי האט ער געמאכט 50 יו טורנס מיט לעקעראציעס אלעס פאר כבוד און וועידזשעס, צי ביי מיעל מארט אדער 82.
איצט איז געקומען די צייט צו זאגן פאר דעם צבוע'ק, חונף און מלך פון די בעקער: גיידיר צי אלדי רוחות!
ענקער יעצטעיגער יו טוירן איז אסאך מער בולט ווי אלע זיינע יו טוירנס צוזאמען.
ביז די וואך פרייטאג איז ער געווען פון די שיינע אידן ביי ענק אין ביהמ"ד ער איז געזעצן אויבן אן לעבן ענקער רבי ביי זיינע קראקעדייל טרערן שלש סעודה תורה'ס, וואס איז די יעצטיגע יו טוירן?
נ.ב. דאס אז די "ראשי הקהלה" ווארפן ארויס אנשים מכובדים שטאמט פון די נאלאגן בזמן החתם סופר. ווען דער ברך משה האט געוואלט ארויסווארפן הגה"ק מאנטיווידעא רב זי"ע האט ער דאס אליינס געטון ברבים וכדו'.
ער האט באקומען פרייטיג א בריוו פון קהל אז ער איז ארויסגעווארפען פון די קהלה ווי לאנג ער ציט נישט צוריק פון די שייגעץ שטיק. פרייטיג צו נאכטס האט זיין זיץ זיך געטראפען צוגעבינדען מיט א טשעין, און גאנץ שבת האבן אידען עולה רגל געווען צו גיין באטראכטן די שיינע ענדע פון די שייגעץ שטיק וואס האט זיך נאך געטרייט צו מאכן פאר א שיינער איד און קומען דא כאילו ער האט נישט אריינגעשטאכען א מעסער אין רוקען פאר יעדן סאטמארען חסיד.
כאשר זמם לעשות כן יעשה לו.
יעצט קען ער ווייטער לעקן משה גבאי, יעקב שמשון, יאנקעל ברוך און אפילו יאשקעלע אויך! אבער אונז וועלמיר אי"ה האבן מנוחה.
מ'איז זיך באגאנגען מיט דען נבל מיט זיידענע הענטשוך. ער האט אונז באצאלט מיט פעטש און מיר "פיינע מענטשען" האבן אים געלאזט בונטעווען צען יאר אין-א-צו. (10 יאר). מיר האבן געשלונגען פון אים מער וויפיל מ'ליידט פון א דאון-סינדראם, און מ'האט דעם "בכור" גארנישט געטאן.
ער האט אריינגעגעבן געפערליכע זאכן אין בג"ץ קעגן אונז און מיר האבן ווייטער געשוויגן... ביז ביז ביז! יעדע חוצפה האט א גבול - און דער חצוף און שחצן האט דא איבערגעצויגן דאס שטריקל ברוך השם.
דער באנדיט האט אריינגעגעבן 2 מאל פרעגע שקרים אין קאורט קעגן אונז - ווייל מיר זענען דאך פיינע איידעלע מענטשן. לא נתקררה דעתו של אותו... ביז ער האט געשוואוירן אין קאורט אז די ביה"ח באלאנגט פאר רז"ל... ווייל אזוי האט דער בירך משה געהייסן.
האט מען אים געגעבן דעם מעסעדש; הקהה את שיניו - לכם ולא לא - גייט איך אהין - און הער אויף מיט דיין חנופה אפאראט!
נייער איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט
יו טערן פין וואס ביז היינט האט ער אונז געשטויסען אין מיר האבען געשוויגען מען האט עם נישט ארויס געווארפען
(למשל מענדל שווימער האבען מיר אויכעט נישט געקאפעט ער האט אליינס געפיצט)
יעצט ווען ער האט איבער געצויגען דאס שטריקעל מיט נאך א מסירה אין מען קאפעט עם ווי עס דארף צי זיין איז דעס א יו טערן
א יו טערן פין וואס רבש"ע פין וואס
אפשר ביסטו מסביר וואס דיין עקספארטיז איבער נעאלאגען האט די מחדש געווען זייט ווען ווי שטייט דאס
וואס זענט איר בייז.
אומגליק שרייבט אז דער בירך משה האט געוואלט רז"ל אלס ממלא מקום. נו פארוואס איז דער לעקער נישט אהין געגאנען בכל לבבו ונפשו.
פארוואס האט ער דא מלקק געווען. אויב דער בירך משה איז אנטלאפן קיין פלארידא, און נישט געוואלט זיין בי די תתונה פון זיינע קינדער און אייניקלעך, פארוואס איז דער לעקער און חונף עזריאל גליק עובר געווען אויף רצון קדשו.
ממ"נ. די ארונים האבן דאך געהאלטן אז דער בירך משה וויל דא זיין, נאר די רוצחים און שלעגער, בנו השלישי מיט משה און לעזיער האבן אים רח"ל אוועקגעפירט בע"כ.
אבער די אומגליק, האלסט דאך אז ער האט נישט געוואלט קומען צו די חתונה, פארוואס ביסטו אליינס יא געקומען זיך לעקן...?
ליידער דער צרעת נושנת זרילע איז א גרויסן חלק שולדיק פין די נבילות פין זיין ברידער חזקעלע
באקימנדיק געהאלט אלע יארן פין מיל מארט האט ער געדעקט אלע זייערע טינופת.
אין די שוחטים האבן נישט געטארט זאגן דעם אמת אז זיין היינט ציטערט.
זייט די די טרויריגע פרשה פין חזקעלע עסט נישט מרן רבינו שליט"א קיין בהמה פלייש.
א לץ זאגט מיר אז עזריאלע גייט ליגן אויף יעקב מאיר פרענץ הענט.
עס וואקסט דאך גראז...
כ"ק רבינו שליט"א האט אין א געלעגנהייט זיך אויסגעדרוקט אויף די פראבלעמען פון אביגדור יאקאבאוויטש אז "דאס איז נישט פון מיין הקפדה, דאס איז נאך פון די הקפדה פונעם פעטער זכרונו לברכה, דערנאך וועט ער זיך נאך דארפן ספראווען מיט די הקפדה פון טאטן, ערשט דערנאך וועט ער אנקומען צו מיר".
מ'קען רואיג נוצן דעם זעלבן אויסדרוק אויף ר' עזריאל גליק. דאס אז ער איז אנגעקומען צו אזעלכע בזיונות אויף דער עלטער איז נאך דער עונש פארן ברענגען ווער ווייסט וויפיל אידן צו עסן ווייניגסטסנ'ס א חשש נבילות וטריפות פון די הענט פון זיין ברודער, דעם פראצענטניק ר' יחזקאלע גליק.
ער האט נאך א לאנגע פעקל פון בעפאר און דערנאך, וואס כ'ווינטש אים אז ער זאל אפקומען אלעס אויף דער וועלט, נאך בעפאר משיח קומט. ואידך פירושא זיל גמור.
שוין אריבער דריי מעת לעת וואס מהאט ארויסגעווארפען פון סאטמאר דעם אדם היקר באנשים וואס ער אליין האט אויף זיף מעיד במעמד אלפים בישראל באשכבתי' דרבי כ"ו אב תשל"ט דא שטייט פאר ענק א יוד וואס און זיין היינט איז אויסגיגאנגען רבינו הקדוש והטהור {וואס כידוע לכל איז ליידער קיינער נישט גיווען און צימער}
און אויך ביי די לוי' פון הרב משה בן חיים צבי [כלשונו] האט ער מעיד גיווען אז ער איז פארטרוירט גיווארען אויף חברה קדישה און ווער עס טשעפעט מיט ח"ק מרה תהיה אחריתו משפיעלט מיט פייער
און קיינער האט נישט מורא צו טשעפען אזא יוד עהם ארויס צוווארפען פון סאטמאר
איך באוואונדער ענק ווי יעדער באקומט תומ"י א צונאמען, עס ארט ענק נישט ווען קיינער גייט, יעדער זאל זיך גיין לחיים ולשלום.....
נאכדעם וואס ער האט אריינגעגעבן פאפירן אין בג"ץ האט ער באקומען עליות ביי ענק אין ביהמ"ד, נאכדעם וואס ער האט אריינגעגעבן פאפירן אין בג"ץ איז ער געזעצן אויבן אן ביי ענקער רבי'ס טישן.
וואס איז יעצט געשען?
איך פרעג אנאנדערע פראגע, רעדנדיג פון יושר, איינער פרעגט דא, היתכן חסידי ר' זלמן לייב זאלן זיין געצווינגען צו צאלן מעמבערשיפ פאר א קהלה לא להם, דאס איז ווען זייער א רעכטפארטיגע טענה אויב מחלוקת סאטמאר האט זיך אנגעהויבן און געענדיגט ביי א ביה"ח, אבער דער מציאות איז אז מ'האט זיך 7 יאר געקריגט איבער נכסי וומ"ב, א ווערד פון חצי ביליאן דאלער, ווי חסידי ר' אהרן זענען ארויס נקי מכל אן קיין הויזן, פאר 6 יאר איז משפחת הברך משה געווען שבור ורצוץ פארן אוועקראבעווען מחמד עניו, צושטערט זייער שמחות, שפיכת דמים באכזריות נורא, בני ונכדיי רבינו זצ"ל האבן אויסגעקוקט ביי די שמחות ווי אבלים, איך טרייב נישט איבער!!! איך דענק נישט זריל גליק זאל האבן גערעדט פון קיין יושר, אדרבא זיינע הענט זענען בלוטיג פון די מעשה רצח!!!
שיינע פורים גראמען
בריוו וואס די הדיוטות קופצים בראש האבן געשיקט פאר אחד מזקני וחשובי בני החבורה הרה"ח ר' עזריאל שליט"א
[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 24/02/2009 22:12:58
נייער זיי מיר קלאר מסביר.
1) וואו ביסטו געווען ווען דער איד האט געשריבן "הצילינו נא מיד אחי מיד עשו" און זייער עקלהאפטיג און שחצנות'דיג מבזה געווען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.
האסטו נישט דעמאלטס געזען אז רציחה בידים, שפיכת דמים איז קיין שום עבירה נישט.
2) וואו ביסטו געווען ווען דער בירך משה זי"עהאט געזאגט ברבים (במעמד מאות) אויף הרה"ח המפורסם רבי יוסף אשכנזי, דער אלטער שוטה וואס ער איז, יעדער קען אים אלס שוטה.
3) וואו ביסטו געווען ווען דער בירך משה זי"ע האט געזאגט ברבים אויף רבי חנינה אברהם לייטנער, אז ער איז א פגום, און אים שרעקליך מבזה געווען.
4) וואו ביסטו געווען ווען מ'האט גערופן הרבנית הצדיקת אין גוי'אישן געריכט רח"ל.
וואס האט פאסירט איצט אז מ'ווארפט ארויס א נוירס און דו ביסט אזוי ווילד געווארן?
1) איך געדענק נישט אזא ארטיקל סאו קען איך איך דיר נישט ענטפערן ווי איך בין געווען.
2) איך ווייס נישט ווען דער ברך משה האט אזוי געזאגט, אפשר בין איך גאר נאך נישט געווען געבוירן
3) אין מאנטיווידעא ביהמ"ד
4) אין מאנטיווידעא ביהמ"ד
איך בין בכלל נישט ווילד געווארן, אפשר דיין ווילדקייט מאכט די זען זאכן ווילד, ס'טוט מיר וויי אז מען טשעפעט די רעכטע האנט פון רביה"ק זי"ע. האט ענקער רבי זיך נאך נישט געלערענט אז פון אזעלכע זאכן בריט מען זיך אפ אדער ער איז א שוטה וואס לערענט זיך נישט?
אהא נייער איך האב אייך געשאצט ציזיין א קאשויער ביזט גאר א מאטעווידא פרי
זייער גיט
נייער
מיך גוט איין "וואו" אין וויליאמסבורג דו ביסט געווען?
איך פרעג, די אלע וואס פארפירן אז מ'ווארפט ארויס די רעכטע הענט פון רביה"ק... פרעג איך מ'האט דאך אמאל געווארפן אויך זיין לינקע הענט, און אויך זיין פרוי, און אויך הגה"צ הק' ממאנטיווידעא און נאך אן א שיעור,
אויך האט מען אמאל זייער מבזה געווען וויזניצער רבי'ן אין דער איד, פרעג איך דעריבער... ווי איז דעמאלט געווען ר' עזריאל גליק בעצמו??? דעמאלט האט ער געלעקט יענע זייט... אמת?
איך געדענק נישט אז די רעכטע האנט פון רבי'ן זי"ע האט מוחה געווען ווען מ'האט מבזה געווען די לינקע האנט, ר' יוסף אשכנזי....
אויך איך מאך נישט קיין טעות איז דער זעלבער גליק געווען פארמישט אין גאר אסאך מחלוקת במשך זיין לעבן, אנגעהויבן פון קראלי אין סאקמיר, פארליר איך דעריבער נישט קיין טרער ווען דער "על דאפטת אטפיך" ווערט מקוים במילואו.
נייער, ווי ביסטו געווען ווען די ווען ער מיט די רעביצן האבן ארויסגעווארפן ר' אברהם לייטנער ז"ל פון סאטמאר
דאס איז זייער אן ארענטליכער בריוו, ס'שטייט נישט דארט מ'זאל איהם נאכשרייען שייגץ ארויס, ס'שטייט נישט מ'זאל איהם באווארפן מיט אייער, ס'שטייט בלויז אז לאור וואס דו האסט אונז אטאקירט, דו ביסט דער וואס האט עדות'געזאגט און קארט קעגן אונז, דאן גיידער געזונטערהייט לחיים ולשלום, ס'דא היינט 2 סאטמארס, ער קען בכל הכבוד גיין צו זיין סאטמאר, זאל זיין קהלה איהם פארזארגן מיט א ביה"ח.
באזני שמעתי ווי איינער האט אמאל געפרעגט זרילע, אויף די פארטש אין ביהמ"ד אין קרית יואל
פארוואס ער גייט נישט צי הרה"ק ר' הערשעלע ספינקער זי"ע, האלטנדיק ידו על התוחתונה
האט ער אויפגעהויבן דעם פעשען רעכטן האנט אין א זאג געטאן !!
די האנט וואס האבן געפראקט אביש'לען (ר' אביש ספינקער זי"ע )
קענען נישט גיין צי זיין זין..... עכהל"ק
ברעקונג נוס!!!
ר' זלמן איז ארויסגעפארן נעכטן דינסטאג ספעציעל קיין קרית יואל צום מסור עזריא' גליק, צוזאמען מיט זייין גבאי אברהמי ברוין, און עפשטיין, יודל וויינשטאק שלום פלאמער, נאכדעם וואס ער האט געהערט אז עזריא' האלט ביים צוריק ציען פון זיין מסירה, און פון זיין הליכה לבג"ץ.
ער איז געזיצען ביי אים פאר 2 שעה, און ער זיך איינגעטאנעהט מיט אים מיט גוטן און בייזן, אז ער זאל ווייטער אנגיין מיט זיינע מסירות, און ער האט אים אויך געבעטען אז ער זאל אוועק מופן פון קרית יואל און מופן צו עזריא' דירה אין ווילי.
עזריא' האט אים געפערגט איך פארשטיי אלעס, אבער וואס וועט זיין מיט מיין קבר אפען בית החיים? האט אים ר' זלמן געזאגט עלי ועל צווארי נעקסטע וואך מארטש 6 גיין מיר צוריק האבן די בית החיים, און אלעס וועט זיין א דאנק עזריא' מסירה, און ער וועט האבן די בעסטע פלאץ אפען בית החיים.
און איבער די הליכה לערכאות של הציונים קעגן די קהלה און מוסדת הק' אין בני ברק, האט אים ר' שלמן געזאגט אז ביז א 2 חדשים ממש נאך פסח גייען עס די זאליס צוריק באקומען.
אויך חי' שרה האט גערופען עזריא' ווייב און איר מחזק געווען, היינט צופרי האט חיים הערשלע פון ירושלים גערופען עזריא' און אים געבעטן אז ער זאל אנהאלטען מיט די הליכה לבג"ץ קעגן די מוסדת הק' אין בני ברק.
צו ר' זלמן האט אויפגעטאן ביי עזריא' ווארט מען צו זעהן, אזוי פיל האט ר' זלמן זיכער אויפגעטאן אז ער איז פטור געוורן פון א גיטע 4-5 שעה פון טאג....
I have for you news he is in Machna Divrei Yoel already for a few days
Keep on with your hard work
AP איך וויס נישט צי די מעשה איז אמת אבער וואס האסטו דא גענטפערט אז הגז"ל איז אין קעמפ ממילא איז וואס קען ער נישט זיין אין ק"י אויף א מיטינג לויט דיר קימט אויס אז אויב איז ער ווען אין וומ"ס קען ווען די מעשה זיין אמת אבער היות הגז"ל איז אין קעמפ קען די מעשה נישט זיין אמת
אז ער איז אין קווינס קעמפ ממילא?
הייסט עס האט געדארפט זיין א סוד אז ער איז ביי גליק, אסאך אינגעלייט האבן אים געזעהן אריינגיין, נעקסט טיים גיב מער אכטונג.
אינטערעסאנט צו זעהן ווי דער גדעסטער צסור פון היינטיגען דור נעצט זיך אן פאר זיינס גלייכען.
|
|
שייגץ ארויס פון הר' אהרן ט"ב-בערל פ"מ-דוד עקשטיין אויף ר' עזריאל גליק!
סאטמאר ברענט! סאטמאר פלאקערט!!!!
מבזה געווען דעם שענסטן איד אין סאטמאר,
מבזה געווען רבינו בעל דברי יואל זי"ע, ורבינו בעל ברך משה זי"ע
נייע באמבע! אהרן ט"ב האט ארויסגעווארפען דעם משמש בקודש הרה"ח ר' עזריאל גליק שליט"א פון די ארוינישע ווייסע שול אין קרית יואל,
אהרן טייטלבוים האט זיך דערמאנט אז ער האט נאך עפעס א ירושה,
און ער האט געמאכט דעם זעלבן שגץ ארויס וואס ער האט געמאכט אויף הה"צ מקאשוי זי"ע, און הה"צ מאנטיוואדיע זי"ע
יעצט איז געקימען די צייט אויף דעם חשובסטן איד אין סאטמאר ר' עזריאל גליק
מיט קייטן האבן די ארוינים פארשלאסן דעם שבת די באנק פון ר' עזריאל'ן אין זייער ביהמ"ד ווייל זיי האבן מורא געהאט אז ער וועט זיך אנפייפן און וועט יא קומען אין זייער שול,
ר' עזריאל גליק האט זיי גאר אויסגעשפילט, און זיי געשפיגן אין פנים אריין, זיי געזאגט מוחל טובות!
און ר' עזריאל האט געמאכט א בואי בשלום, געטון ווי רוב סאטמאר האט געטון,
און געדָאָמפט אהרן טייטלבוים
ר' עזריאל גליק איז געגאנגען דאווענען צו די שול פון אהרן'ס יונגערן ברידער די "ויואל משה שול" ווי זיי האבן אים אויפגענומען מיטן גרעסטן כבוד ווי עס פאסט טאקע פאר דעם גדול שימשו יותר מלמודה"
כלל ישראל ווינטשט אים
חזק ואמץ,
ר' עזריאל גליק האט פאר די נארוינימלעך אריינגעריקט
מנה אחת אפים, אין די זיבעטע ריפ אריין כלשון קדשו של אט"ב,
(דעיס קומט פון די פארום "אבי מ'לעבט")
|
איך בין זיכער אז די שרעקליכע נבלה קעגן הרה"ח ר' עזריאל גליק וועט האבן דעם געוואונטשענעם עפעקט אויף די פארשימלטע געמיינדע פון די ארונים.
יעצט איינמאל ווען עס קומט די וואלן, וועלן מיר צייגן פאר די ארונישע גענגסטערס אז די וועלט האט א סיסטעם. יעדעס רשעות און רציחה האט א גבול. דאס בלוט פון רבי עזריאל גליק וועט נישט פארשוויגן ווערן.
יעצט ביי די קומענדיגע וואלן וועט טויזענטער שטים בארעכטיגטע מענטשן, מענער און פרויען, יונג און אלט, פון אלע שיכטן און קרייזען ארויסקומען אין די מאסן אין שטימען קעגן דעם פארברעכער פונעם דור.
לאמיר פאר יעדן אויסרופן אז דאס נעמען דעם מחוצף רייזמאן צו לויפן אויפן ארט פון דעם צווייטן קארופציע פירער מיטעלמאן וועט זיי גארנישט העלפן. מיר וועלן נישט פארשווייגען דאס פארגאסענע בלוט פון הרה"ח המפורסם רבי עזריאל גליק.
ביי די וואלן וועט אי"ה רבי עזריאל גליק זיין דער מעיאר אין שטעטל. כאטש ער לויפט טאקע נישט, וועלן מיר אבער אפגעבען די שטימע אלס פראטעסט קעגן דעם פארברעכער פון צאנז קאורט.
הכונו, הכונו, הכונו
שומר וועלעכע איידעלע איד גייט לויפען ביי ענק ?