היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » טערקישע טליתים געמישט מיט שעטנז און פאליעסטער

טערקישע טליתים געמישט מיט שעטנז און פאליעסטער

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2580253

באראפארקער » 17/2/2009 17:43

עס איז נתגלה געווארען אז טערקישע טליתים זענען שעטנז, אדער געמישט מיט פאליעסטער.
מען ברויך עס לאזען בודק זיין.

tzvibp28 » 17/2/2009 18:20

וואס איז דעמאלסט די פוינט פון א טערקישער טלית טאמער ס'קען זיין דעראין שעטנז?!

tzvibp28 » 17/2/2009 18:21

טעות

_________________



תוקן על ידי tzvibp28 ב- 17/02/2009 18:18:21

http://theantitzemach.blogspot.com
(יש לי בלוג!)

שנעלקל » 17/2/2009 18:27

עס איז נישט אזא געלונגענע פרשה, סנישט נוגע פאר אלע קרייזן. אבער לכאורה קומט אן אסיפה פאררופן דורך ר' אהרן

911zalis » 17/2/2009 21:55

יעצט ב"ה איז מען שוין דערגאנגען די גענויע פרטים:
די שעטנז וואס מ'האט געטראפן איז נאר אין די טליתים וועלכע קומען פון "גרינוואלד" טליתים אין בארא פארק, וואס האט פראדעצירט און געברענגט פון טוניס זיין סחורה.
די אלע וואס האבען גענומען טליתים פון ארץ ישראל ביי ר' הערשל גרינפעלד פון בני ברק, און איבערהויפט די נייע בלויע טערקישע טליתים וואס איז לעצטענס איינגעפירט אין בעלזא מאכנובקא, זיי האבן נישט קיין פראבלעם.

בשמחה_תמיד » 24/2/2009 20:18

(קונצען:)

טערקישע טליתים

[בילד – נישט אפגעהיט]

רבי_יונה » 24/2/2009 21:13

איך מוז דא מחולק זיין מיט זאליס911 וואס זאגט אז ר' הערשל גרינפעלד'ס טליתים זענען גוט.

מאן יימר? גרינוואלד'ס טליתים זענען אויך געווען אנגענומען אלס ריין פון שעטנז.

איצט שטעלט זיך ארויס, אז קיין איד קען נישט פארן אויף טוניס, אן אראביש לאנד, און גרינוואלד'ס, ווי אויך גרינפעלד'ס, ווערן גענייט דורך גוים.

די רבנים אין מאנסי זאגן בפירוש אז אין שולחן ערוך שטייט אז א בגד וואס ווערט גענייט דורך א חייט נכרי דארף מען בודק זיין פון שעטנז. די מחנובקער טליתים זענען פונקט אזוי גענייט דורך חייט נכרי.

נייער » 24/2/2009 21:26

יונה, די רבנים קענען אויך וואס די קענסט, נעם נישט אויף זיך די אחריות פון הוצאת שם רע, אויב גרינפעלד'ס דארף אויך א בדיקה וואלטן די רבנים דאס געשריבן.

2בעלזא2 » 1/3/2009 09:52

 [בילד – נישט אפגעהיט]

2בעלזא2 » 1/3/2009 09:53

[בילד – נישט אפגעהיט] 


2בעלזא2 » 1/3/2009 09:55

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]


צודערזאך » 1/3/2009 17:39

2בעלזא2; אויב קענסטו, שטעל עס ארויף אויף א PDF פייל, ווי מ'קען עס אראפנעמען און ליינען אזוי.

יש"כ

geheriger » 1/3/2009 20:09

מאדנע.
אין די צייט וואס אין בעלז איז מען פארנומען מיט צוריקבעטן געלט, איז מען אין סקווירא פארנומען מיט פאסטן פאר תשובה.

אין די צייט וואס סקווירא וואס רירט זיך נישט מדרך אבות טוישט טליתים [בזמן שכל הקפידא הי' להנצל משעטנז, מה טעם להחזיק הקפידא?], גייט מען אין מאדערן בעלז מיט עקשנות דערמיט.
פלאי פלאים.