היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » משגיחים: לאקאלער לויפט זיך פיקטשערן ביי "וויילאנד"

משגיחים: לאקאלער לויפט זיך פיקטשערן ביי "וויילאנד"

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2579695

זשוליאני08 » 16/2/2009 18:54

וויילאנד משגיחים פארציילן אז  ס'איז געווען צום לאכן ווען דער לאקאלער געלאפן זיך פיקטשערן ביי וויילאנד.
ער איז געפארן געבן די השגחה מיט האברך הצדיק ר' משה וואלף קליין, און נאך 2 פאפאראציס, און מ'האט געמאכט זיכער אז די "טשיקענס" שמייכלען צוריק צום "סמיילי רעבע".

ר' משה וואלף האט זיך דארט ארומגעדרייט מיט א גרויסע ווידיא מאשין און געווינקן ווען דער "משגיח" זאל פאוזען פאר די טשיקענס... טשיזזזזזזז.... און געשאסן פיקטשערס! יעצט איז א קיוט טשיקען... טשיזזזזזזז !

א משגיח האט געזאגט דערנאך, אז זיין השגחה איז א ענליכע השגחה ווי  די באוויסטע "ממליחה ואילך" !

שנעלקל » 16/2/2009 19:19

המספיק גאזעט: א ענגלישע יוניווערסיטעט שטודיע אויף טויזנטער פאציענטן פון פילע ערליי גייסטישע מחלות האט אנדעקט אז באאויפטראגן א פאציענט אויפצוקומען מיט א קאמישע מעשה אויף זיינע יוגנט שונאים איז א שטויננדע שאנס צו רעדוצירן דעפרעסיע, סטרעס, או סי די, און נאך. פילע פון די באטייליגטע זענען גאר גענצליך אויסגעהיילט געווארן, נאך וואס זייער מח האט זיי דערמיט היפנאזירט ווי זייערע שונאים געפונען זיך מער נישט אויפן ערדקוגל נאך זייער געלונגענע מעשה.

זשוליאני08 » 16/2/2009 19:35

ביטע דערציילט וואס אייך דרוקט:

1) שעמסט דיך אז ער פארט ?
2) שעמסטו דיך אז מ'פארציילט עס?
3) שעמסטו דיך אז משה וואלף קליין איז אפיציעלער "גבאי" ביי די השגחה טריפ?
4) שעמסטו דיך אז די משגיחים האבן געהאט צו לאכען פאר א גאנצע וואך?
5) שעמסטו דיך אז ער איז דאס ליצנות אין די שטאט?

שלמה המלך גיט אן אויסגעפרואווטע עצה:
דאגה בלב איש ישחנה.

טאטלע » 16/2/2009 20:03

שנעלקעל וואספאר א גיט יאר איז דער  שטאקיגע  עם הארץ געפארען קיין וויינלאנד וואס האט ער געטין דארט?????????.
  בודק געווען ?  נעע            געשטעלט א חלף ?   (וואס איז דאס?? )        געזאלצען א עוף ניין

אאאאא געשטיפט א טאג יא BIG TIME

פרוכטבאר » 16/2/2009 20:17

ער איז געגאנגן קוקען צו ס'איז דא מער פראדוקציע אין וויילאנד זינט רובאשקין איז געגאנען שלאפן מיט ברכת קדשו פון הגר''א...
איינער געדענקט נאך שחיטה מונחת?

זשוליאני08 » 16/2/2009 20:31

הלואי זאל משיח קומען אזוי שנעל, ווי שחיטה מונחת קומט.
ביטערע נייעס פאר אייך... ס'איז שוין אינסטאלירט. און די מהודר'דיגע פלייש וועט אי"ה זיין  צו באקומען גאר אין קורצן (נאך ביטערע נייעס).

אבער נישט געזארגט. די לישקע אמעראצים וועלן ארויסגעבן א מכתב קודש, נאר צי עסן "ממליחה ואילך"  פון אוריגוויי....!

יודלע » 16/2/2009 20:51


עס וועט נעמען בערך צוויי יאר ביז דער גאון וועט ארויס געבן זיין פסק

פרוכטבאר » 16/2/2009 20:59

זשוליאני, כ'האב סתם געוואלט זעהן צו די ווייסט וואס די רעדסט צו די רעדסט וואס די ווייסט, ווער איך געוואר: קיין איינס נישט!
וויילאנד און ''ממליחה ואילך'' איז טשיקן, רובאשקין און שחיטה מונחת איז בהמה פלייש...
און דו מישט צוזאם א קוגל...
אבער דו געב נישט אויף, באמבל ווייטער נאך די טאלקינק פאונטס וואס די הערסט אין מקוה בשעת'ן זיך קראצן די פיס...

רבי_יונה » 16/2/2009 21:05

מען האט דארט אנגעזאגט פאר אלע משגיחים און שוחטים אז זיי זאלן ח"ו נישט פרעגן קיין הלכה שאלות פון ר' זלמן, און נישט רעדן מיט אים און לערנען, ווייל ער וועט פארשעמט ווערן און אויסזעהן ווי די האן פון בני אדם.

דערציילט מיט א בעלזא אינגערמאן וואס ארבעט דארט, אז א משגיח האט אים געזאגט: אז עס זענען שוין געווען באזיכן הונדערטער הודערטער רבנים דיינים וכו', און דאס איז די ערשטע מאל זייט וויינלאנד שטייט וואס א רב קומט און מען טאר אים נישט קיין שאלות פרעגן, אויף דעם ארויף האט ער שוין געקענט שיקן זיין רעבעצין.. האט ער אויסגעפירט

א צווייטער האט זיך אנגערופן אז ער וויל קומען קוקן הינער קען ער גיין אויף בראנקס זו, און זעהן אסאך מער חיות און הינער.

טאטלע » 16/2/2009 21:17

פרוכטבאר לאמיר אייך זאגען סגייט אי"ה זיין שחוטה מונחת אין ווי א דיסטריביוטער פאר מיל מארט  פין ק"י זאגט מיר וועט דאס לעזען די מאנגעל אין פלייש וואס איז דא היינט

אין מיטען אייבירשטענס הילף וועלען די זאליס בני יואל שרייען  "טריפה"   "חמץ"   "כפירה"  "וויסע טישטעכער" "נישט דא קיין מסורה"   "קעמיקאלס" "משעכט בכלל נישט די בהמה"   מניצט ל"ע דיקע זאלץ                  

  אין וועלען בלייבען חוזק פין שטאט  

כהאפ אז ר זלמן גרייט אן א פעסטע קול קורא מיט אוסורים אין חרומות  

פרוכטבאר » 16/2/2009 21:24

כ'האב נארוואס אראפגעלייגט די טעלעפאן קאל צו א משגיח ער איז אזוי איבעראשט אז ער האט נישט קיין ווערטער אין מויל, ער האט געוואוסט אז הגרז''ל קען לערנען, אבער אזא חריפות און בקיאות אין קלארקייט וואס האט אין דעם נושא האט זיי אלע גענצליך שאקירט. איינע פון די אנוועזנדע האבן פרובירט צו זאגן אנדערש וואו הגרז''ל אבער הגרז''ל האט צו-ווארפן זיין פלפול אפענטפערענדיג איהם מיט שטיקער מחצית השקל און שו''ת ספרים. 

יודלע » 16/2/2009 21:30


פרוכטבאר אז די ווייסט יא אפשר זאגסטו מיא אין וועלכע נושא מען האט גערעדט?

שנעלקל » 16/2/2009 21:36

די וועג וויאזוי עס דעוועלאפט זיך דא א מעשה איז מבהיל על הרעיון! א ארוני זאגט מיר פריער אז די אלע מעשיות זענען אמת :)

טאטלע » 16/2/2009 21:37

יודעלע
ווער געדענקט נאך הגז"לס גאונות

סאיז מיר אייביג שווער געווען פאר וואס האט מען דן געווען די מצרים על המחשבה אמער מאיז דאך נישט דן ען המחשבה ???????????????????????????????????.

שטאקעדיק

תוקן על ידי טאטלע ב- 16/02/2009 22:15:43

שפיטצער06 » 16/2/2009 22:11

פרוכטבאר, איך האלט אז די קענסט ווערן דער הויפט שרייבער און עדיטאר פון די "תלמידי רבינו" מעסעדזשס, זינט זיי וואגן זיך נישט צו שרייבן אזאנע גאונות אויף הגז"ל.

אויב שוין יא, פארוואס גייסטו נישט ווייטער? לאמיר פראבירן....

צו די זעלבע צייט איז געמאלדן געווארן אז נאכן באקוקען דעם חלף איז רז"ל אריין אין א שטארקן וויכיח מיטן שוחט איבערן פשט ווען א מעסער הייסט שוין שטימפיג.

רז"ל האט אום נאכגעברענגט א שאלה וואס ער האט געשריבן אין איינע פון זיינע פילצאליגע ספרים אין זיינע אינגע יארן, ווי ער ברענגט ארויס איין צד להלכה, אזוי אויך האט ער אום נאכגעזאגט וואס ער האט שוין פריער אונעם יאר געזאגט ביי א געלגענהייט אין א דרשה בדבר הלכה אז די הלכה איז אויף זיין זייט.

ווען דער שוחט האט אום נאכגעבערנגט פון א צווייטער ספר און אויפגעוויזן דאס פארקערטע האט רז"ל אום גלייך געוויזן - א זאך וואס ער האט שוין באמערקט מיט יארן צוריק - אז דאס איז א טעות הדפוס און יענער האט טאקע צוריקגעצויגן יארן שפעטער נאר נאכנישט ארויסגעקומען דערמיט אין די עפענטליכקייט.

נאכן באזוך זענען אלע ארבייטער אריבער נעמען שלום פונעם רבין ווי ער האט יעדעם גענטפערט בפנים צהלה.

א אינגערמאן האט זיך אויסגעדריקט נאכן באזוך "דאס הייסט א גדול, תורה וגדולה במקום אחד". 


נישטא ווער ס'זאל לאכן. (חוץ רז"ל אליין, וואס אום גייט דאס אן ווי א לאך אין זאקן, זאלן זיך זיינע גבאים פלאגן און פראבירן אום צו פארענטפערען)

האקאבו » 17/2/2009 01:05

הער מיך אויס אויף מאראנצען זאפט ווייסט ער שוין וואספארא ברכה מען מאכט
יעצט גייט ער שוין וויסן אויף פלייש אויכט.

טאטלע » 17/2/2009 01:11

איך וויס נישט וואס די פראבלעם איז מיין אינגלס חדר גייט אויך אסאך מאל אויף טריפס למשל פאריגע וואך זענען זיי געווען אין מצה בעקערי  

זשוליאני08 » 18/2/2009 18:56

WOW איז ער CUTE.. ער מאכט אפילו טשיזז.....

דאס האב איך געשריבן מאנטאג
משגיחים: לאקאלער לויפט זיך פיקטשערן ביי "וויילאנד"

וויילאנד משגיחים פארציילן אז  ס'איז געווען צום לאכן ווען דער לאקאלער געלאפן זיך פיקטשערן ביי וויילאנד.
ער איז געפארן געבן די השגחה מיט האברך הצדיק ר' משה וואלף קליין, און נאך 2 פאפאראציס, און מ'האט געמאכט זיכער אז די "טשיקענס" שמייכלען צוריק צום "סמיילי רעבע".

ר' משה וואלף האט זיך דארט ארומגעדרייט מיט א גרויסע ווידיא מאשין און געווינקן ווען דער "משגיח" זאל פאוזען פאר די טשיקענס... טשיזזזזזזז.... און געשאסן פיקטשערס! יעצט איז א קיוט טשיקען... טשיזזזזזזז !

א משגיח האט געזאגט דערנאך, אז זיין השגחה איז א ענליכע השגחה ווי  די באוויסטע "ממליחה ואילך" !

זאליס געבן ארויס פיקטשערס...
[בילד – נישט אפגעהיט]

שנעלקל » 18/2/2009 22:26

זשוליאני, ווען דו האסט דאס געשריבן האסטו נישט געמיינט צו זאגן אז עס איז פשוט אן "עת פקודה" אז ער זאל גיין קיין וויילאנד? אזויווי "א קדוש עליון און גדול בישראל וועלכער האט צוגעזאגט א משיח וועט קומען בשנת כת"ר"   (-:

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=1831932&whichpage=1&forum_id=16386#R_8


תוקן על ידי שנעלקל ב- 18/02/2009 22:36:52

זשוליאני08 » 18/2/2009 22:29

לוזער איינער.
דו האסט געזאגט אז איך בין א בעקער.

נא דיר... און פארדריי נישט דעם שמועס!

שנעלקל » 18/2/2009 22:31

נע! ביסט נישט קיין בעקער! חלילה, עס וועט נאך קומען א צייט וואס דמיון וועט זיך צוזאמענטרעפן מיט רעאליטעט, און דו גייסט דאווענען אין ראדני, און דער "לאקאלער" גייט ווערן אן עם הארץ (-:

זשוליאני08 » 18/2/2009 22:43

אומערפאלגרייך אין פארדרייען דעם שמועס.

דער שטריק איז געלאפן זיך פיקטשערן מיט די  טשיקענס. דאס איך האב אייך איינגעמעלדן עטליכע טאג צוריק, און דאס זעט יעצט יעדער.

אבי ער סמיילט (!)

טאטלע » 18/2/2009 22:45

שנעלקל יך פארשטיי נישט די ארוינים דא פאנטאזירן ארים זיי באקען מעשיות איעדע מניט זיי קראכען אוועק אז הגז"ל איז געגאנגען וויזיטען אין אבאכט געבען אויף די שחיטה 

לאך זיי אויס זאלען פלאצען זאלען זיי קראכען

אז די טענהסט מיט זיי וועלען זיי נאך מיינען אז זיי זענען גערעכט   

די עיקר איז מיר וויסען דעם אמת געניג מיט די ת"ח מיר האבען דעם שטריק פינעם יאר הינדערט אין פלאצען זאלען זיי אלע 

שנעלקל » 18/2/2009 22:48

טאטעלע, איך גלייב נישט אז די ארונים קראכן אוועק, פון דעם וואס זיי באשרייבן כל פרטיה ודקדוקיה פון דעם "לאקאלער" אויף הייד פארק, קוקט באמת אויס ווי זיי פרייען זיך גאר שטארק. דערצייל מיר נישט קיין מעשיות (-:

טאטלע » 18/2/2009 22:50

?

טאטלע » 18/2/2009 23:13

איך לייג עס דא איבער עס באלאנגט דא

אז די זאליס האבען אריין געלייגט דעם בילד פין טשיקען אין די באקסעס איז משמא אז פין א חלף אדער זאלצען אדער בודק זיין איז נישט צים האבען 

איז מיין שאלה נאכאמאל 

פאר א גיט יאר פארוואס איז דער עם הארץ אהין געגאנגען??????????.פארוואס ???????. 


יודלע » 19/2/2009 19:57

שנעקעל וואס איז געשען מט אים? ער האט געכאפט א שניט?? עס טוט וויי.

[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 19/2/2009 20:05

WOW !

WOW !

א פלייש !
א הויט !


יוש... די פיקטשער איז גוט??? שנעל סנעפ !

יודלע » 19/2/2009 20:08


עס קוקט אויס אז ער האט בודק געווען די מעסער אויף די פארקערטע זייט פין די הענט.

נייער » 19/2/2009 20:09

זשוליאני08 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]



דער שטריק איז געלאפן זיך פיקטשערן מיט די  טשיקענס. דאס איך האב אייך איינגעמעלדן עטליכע טאג צוריק, און דאס זעט יעצט יעדער.

אבי ער סמיילט (!)



האסט נישט מורה פון דעם מנהל?

אין ציל, כללים, און שטאטוטן פון דעם פארום http://bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2064833&forum_id=16386

שטייט בזה הלשון,

ג. עס איז פארבאטן צו פוגע זיין אין כבוד פון העכערע פערזענליכקייטן און פירונגען פונעם חרדי'שן ציבור.
1. עס איז אסור צו פוגע זיין אין כבוד פון יעדן מענטש, אבער א פגיעה אין כבוד פון א תלמיד חכם, מורה הוראה, אדער מנהיג פון א עדה קדושה בישראל וועט גענומען ווערן מיטן גאנצן הארבקייט. וויבאלד עס זענען פאראן אזוינע וועלכע נוצן אויס די אנאנימיטעט פונעם אינטערנעט צו אטאקירן ווילד און פרעך זענען מיר געצווינגען אומצוגיין בכל חומר הדין מיט יעדן וואס וועט טשעפענען מיטן כבוד פון סיי וועלכן מנהיג לויט דעם פארשטאנד און איינזען פון די מנהלים!

ווייטער שטייט

3. די מנהלים וועלן באשליסן צווישן זיך, צומאל אויך מעגליך דורך א עפנטליכע אנקעטע, איבער די טיטלען וואס יעדער מעג שרייבן אויף זיין און יענעמ'ס צד. ווער עס וועט עובר זיין דערויף וועט זיך טרעפן אינדרויסן בלי שום טענה ומענה, צומאל אויך אן קיין ווארענונג!
4. ווי שוין געמאלדן אין א באזונדערן אשכול, זענען ביים היינטיגן טאג די ערלויבטע טיטלען ווי פאלגנד: סאטמאר: מהר"א מסאטמאר, מהרז"ל מסאטמאר. סאטמאר-ראדני, סאטמאר-הופער. טענטער, סיגוטער. באבוב: מהרב"צ מבאבוב, מהרמ"ד מבאבוב. באבוב-48, באבוב-45. וויזניץ: מהר"י, מהר"ם. מענדעליסטען, ישראליסטען. צאנז: צאנז, צאנז-קלויזנבורג. מהרש"ד, מהרצ"א. ארץ-ישראל'דיגער רבי, אמעריקאנער רבי.

עד כאן

איך פארשטיי באמת נישט, שטריק איז נישט דערמאנט צווישן די ערלויבטע טיטלען, האסט נישט מורא אז מוועט דיר אויסשפארן? איך וויל באמת וויסן, ווייל איך בין ניי דא און איך וויל זיך אויסלערנען ווי אזוי די זאכען גייען.

יודלע » 19/2/2009 22:57


נייער אפשר ווייסטו וואס איז געשען מיט די הייליגע הענטעליך? אין וואס שרייט ער??

נייער » 19/2/2009 23:13

איך האב נישט פארשטאנען דיין קשיא, זיי דאס מסביר ביטע.

יודלע » 19/2/2009 23:20


אויף די בילד עפעס גייט פאר מיט די הייליגע הענטעלעך ווייסט אפשר וואס??

[בילד – נישט אפגעהיט]

נייער » 19/2/2009 23:23

סזעט אויס אז ער איז עפעס מסביר דארט.
וואס טוט זיך מיט א תשובה אויף מיין קשיא?

ארגינעלער » 20/2/2009 02:47

איך האף אז עטץ פארשטייטס ווייל איך פארשטיי נישט



[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 20/2/2009 03:01


ווען כאפט אים שוין ביים לערנען ( כ'מיין נישט מיט די פוס ארויף ווי א פויער )

[בילד – נישט אפגעהיט]

תימענער » 20/2/2009 11:11

נישט גענוג ? ער גייט זיך לערנען ביי די טשיקן דארט קוקט ער אויך ווי דער האן אויף בני אדם .