היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » פערלשטיין: מערץ 6 - א באמבע אין קאורט.

פערלשטיין: מערץ 6 - א באמבע אין קאורט.

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2579193

גוטזאגער » 16/2/2009 01:26

שאול פערלשטיין האט ב"ה שטענדיג פרישע באמבעס און דאטומס, אויך איצט האט ער איינס.

דאס איז דער קומענדיגער 6'טער אין מערץ למספ'.

וואס איז דעמאלטס? ער זאגט נישט אויס פונטקליך. אבער אזויפיל זאגט אז ס'גייט קומען מורא'דיגע סורפרייזעס וואס צעשאקלען די ארונים און אז ביז היינט איז עפעס נישט געווען מסודר די קאנעקשאנס, אבער ב"ה מ'האט עס מסדר געווען אויף מערץ 6. דעמאלטס וועט אי"ה אלעס קלארגעשטעלט ווערן.

ונזכה ונחי'

שנעלקל » 16/2/2009 01:51

ווען האט ער עס געזאגט? ביטע שרייב מער דיטעילס. אויב האט ער עס געזאגט דאן רעדט ער ווי אן עכטע ארויני :)

סאטמרחסיד » 16/2/2009 07:41

איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך בין היבש אנגעצויגן איבער דעם טאג מערץ 6, די חברה זענען שרעקליכע טעראריסטן, און טוען אלעס אין דער וועלט צו עררייכן זייער ציל, און אלעס אין די וועלט מיינט "אלעס" אין דער וועלט,
דער אויבערשטער זאל האלטן די רעכטע האנט, אבער אנגעצויגן בין איך נאך אלץ

איזראלי » 16/2/2009 13:57

ער האט שוין אזוי פיל גרויסע באמבעס געשאסן אז ער וואלט שוין אליין געדארפט אויף קראכן .

שנעלקל » 16/2/2009 17:24

סאטמרחסיד: באזארגט איז דער וואס איז באזארגט די לעצטע