ס'איז ליידער נתגלה געווארן דער ביטערער שאנד פון די משתתפים ביי די אסיפה פאר תימן וואס איז פארגעקומען אין סקולען.
געוויסע מאכערס, וועלכע האבן אנגעדרייט מיט די אסיפה האבן צוגעזאגט פאר די רביים פון קלויזנבורג און נאך, אז מ'וועט דאר נישט רעדן קיין איין ווארט קעגן די מדינה, און מ'וועט נישט אויפברענגען די ביטערע השמדיות וואס די מדינה הציונות האט ליידער חרוב געמאכט טויזנטער תימן'ער אידן, בלויז מיט 40 יאר צוריק.
די מאכערס און שוויצערס האבן געהאלטן ווארט. מ'האט גערעדט פון אלעם אבער פון די מדינה האט מען דארט נישט גערעדט.
עס זענען געווען געוויסע רבנים וועלכע זענען נישט געגאנגען אהין וועגן דעם פארבאט, דערינטער רש"ל וויינבערגער האט געזאגט פאר איינעם פון די הייסע זאליס אז ער פארשטייט נישט פארוואס רז"ל איז געגאנגען? אויב טאר מען נישט רעדן קעגן די מדינה טאר מען נישט גיין.
זעט אבער אויס אז פאר אונזער נועם המידות'ל צו כאפן אן אויבן-אן... (לעבן כ"ק אדמו"ר מפאפא, ורמ"ד מבאבוב) האט ער שוין נישט געוואלט פארציכטן. רעד יא פון די מדינה, רעד נישט, אבי איך בין אויף די פיקטשערס.
אויפדעקונג: סקולען: נישט רעדן קעגן מדינה (!)
און קיין איין ווארט קנאות. !
אפשר איז דאס די עטרה ליושנה????
כ'האב שטארק מורא אז מ'האט גארנישט אינזין די אידן דארט....
כ'האב נארוואס איבערגעקוקט די בילדער וואו דער הייליגער קרית יואל'ער איז געווען באזיכן אין ארץ ישראל ביי אגודיסטן, מזרחיסטן, און עס קוקט נישט אויס אז ער האט מיט פה קדשו דיסקוטירט דעם ויואל משה מיט זיי.
וואס האסטו טענות צו מיר, ווענד זיך צו רש"ל וו"ב. ער האט פארפירט היתכן מ'נעמט זיך אויס אז מ'וועט חלילה נישט רעדן בגנות המדינה און מ'גייט נאך אהין.
דער משמש פון פאיע משמש , האברך ר' מ. וויינגארטען (ב"ר גימפל), האט ארויסגעווארפען אלע טעיפס פון די סקולענער אסיפה.
ווייל אז מ'רעדט דארט 2 שעה, אן קיין איין ווארט קעגן ציונות, איז דאס א שאנדע.
דער באפעל איז געקומען פון וואלוויש קויפמאן, ב"ר ליפא. און דער משמש האט געפאלגט און טאקע ארויסגעווארפען אלע טעיפס.
יעצט וועלן די לישקע זיכער ארויסגעבן א "חוב קדוש" צו קויפן די טעיפס....
האסט אים געגלייבט! הא?????
און ווען דער לאקאלער האט געזאגט אז ער גייט געבן רעיזעס פאר אלע מלמדים... האט עטס אים געגלייבט... הא???
גלייבן זאלסטו אין די י"ג עקרים. און אז מ'האט אין סקולען קיין ווארט נישט געטארן רעדן קעגן די מדינה און טראצדעם איז דיין נועם המידות דארט געווען 2 שעה, איז אויך נישט קיין מילער!
פון רבי שמעונ'ס תלמידים, ערווארט איך גארנישט ! (און דו אויך נישט)!
סקען זיין אז וועגען דעם האבען זיי ארויס געגעבען אזא באפעל
מ'דארף שאפן מיליאנען צו ראטעווען א שבט מישראל און ווען מ'דארף איינער וואס זאל טון למעשה און קען שאפן מיליאנען רופט מען הגרז''ל, עטס קענטס זיין זיכער אז ווען מ'וועט דארפן איינעם וואס קען גוט רעדן וועט מען די ערשטע רופן הגר''א.
אויב מ'נעט זיך אויס, באלאנגט ער נישט דארט!
שפיל נישט קלאץ
איך האב דיר שוין געזאגט אז די ביסט אן ארוני.
שפילסט נישט גוט!
פרוכטבאר
סא דיין תריץ איז אז הגז"ל איז געגאנגען צי די מיטינג וויל מדארף נישט רעדען פין ציונות
מהאט עם געריפען וויל קען שאפען אסאך געלט
זאג נאר נאר פאר יענעם קען ער שאפען געלט אדער פאר זיינע מוסדות קען ער אויך
ער האט גענומען א מארטגעדזש. און באצאלט פעימענטס יעדן מאנאט.
אויסערדעם, זאגסטו אז ער האט געשאפן מיליאנען... און איך זאג
אזדי קינדער פון הרב הצדיק רבי אביגדור יאקאבאוויטש שמאכטן נעבעך אין תפיסה פאר די צדקות !
וד"ל, וד"ל.
לויט דיר קימט אויס א ר אהרן איז די גרעסטע פאנד רעזער אין די היסטאריע וויל ער האט געבויט נישט איין ישיבה נישט איין בית המדרש נישט אין זאל נישט אין מקווה
אין געס וואט געבויט אין די שנעלסטע צייט אין היסטארי
ממילא לשטתך וואלטען זיי ווען געדארפט ריפען צי די מיטינג ר אהרן וויל ער שאפט אסאך געלט
אלא מאי זיי האבען געריפען דעם גרעסטען עם הארץ פין אלא רבנים אין קיינער וועט נישט אוועק נעמען זייער אטענטשען
פין דיינע ווערטער קימט אויס אז זיי מיינען נישט צי ראטעווען די תימענע אידען וויל ווען יא וואלטען זיי דאך געריפען ר אהרן וויל ער קען שאפען אסאך געלט אלא מאי
נ ב מיין אנדערע קשיא פאר וואס הגז"ל איז געגאנגען האסטו נישט גענטפערט
זייט מוחל בארגט אייך דעם טעיפ. (נישט חלילה קויפן-ווייל די פאיער מקוה איד לאזט נישט). הערט אויס די דרשה פון הרב וואקסמאן. דערנאך קומט צוריק.