היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » דריי אידן אין באפאלא עראפלאן קראך

דריי אידן אין באפאלא עראפלאן קראך

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2578165

רבי_יונה » 13/2/2009 23:21

אין צוגאב צו די צוויי איזראעליס וואס זענען באשטעטיגט געווארן אלס אומגעקומענע פאסאזשירן אינעם עראפלאן קראך העכער באפאלא, איז צווישן די אומגעקומענע אויך א אידישע פרוי, די חזנטע פונעם "בית אם" רעפארם טעמפל אין די באפאלא געגנט.

http://www.buffalonews.com/home/story/577959.html

http://www.bethambuffalo.org/aboutcantorialsoloist_susan_we.html


איך וויל נישט ח"ו חוזק מאכן אין א צייט פון טראגעדיע, און איך ווינטש פאר אלע אידישע נשמות נדחי ישראל, פילע פון זיי תינוקות שנשבו, אז זאלן גרינג דורכמאכן דעם יום הדין ותהא נשמתם צרורה בצרור החיים.  

אבער אלס בחינת לצנותא דעבודה זרה, וויל איך אויסדרוקען מיין פערזענליכן צער מיט די טעמפל. מילא היינט נאכט ליל שבת איז זיכער נישט דא קיין מנין דארט, אבער מארגן צו שחרית זעט אויס אז מען וועט מוזן צו שיקן א מאנספערזאן צום עמוד...