איך האב נישט אוועקגעמאכט די בזיונות, נאר דיר פשוט פרובירט צו "דערמאנען" (אויב דו ביסט שוין גענוג אלט צו געדענקען) דעם וואשינגטאן אויסדרוק, "פאליטיקס עס יוזשועל".
יעדער פרעזידענט גייט דורך שבעה מדורי גיהנום ביים צוזאמענשטעלן א קאבינעט. עס הייסט גראדע אז אבאמא שוויצט עס דורך גאנץ גרינג קעגן אזעלכע פרעזידענטן ווי קלינטאן, וועלכער האט ממש זיך נישט געקענט קיין עצה געבן מיט זיין קאבינעט. קלינטאן למשל האט זיך גע'עקשנ'ט אז ער מוז האבן א פרוי אלס אטוירני דזשענעראל. אבער זיין ערשטע פרוי און צווייטע פרוי האבן ביידע געמוזט ארויסבעקן אונטער סקאנדאלן, איידער ער האט ענדליך געטראפן א סקאנדאל-ריינע פרוי.
איך וויל נישט אוועקמאכן דיין הויכגעשעצטע מיינונג איבער בזיונות. אבער לדעתי איז דזשאד גרעג סאך א קלענערע בזיון ווי בערני קעריק אדער אפילו טאם דעשעל.
גרעג האט באקומען קאלטע פיס און ארויסגעפוצט, נוצנדיג דאס און יענץ אלס א תירוץ. ביז אפאר טעג וועט קיינער מער נישט רעדן פון אים. אנדערש איז מיט קעריק וועמענ'ס מיאוס'ע סקאנדאלן די מידיא האט דיסקוטירט וואכן און מאנאטן, צו די דיסעדווענטעדזש פון בוש.
לגבי "אומפארטייאישקייט", וויל איך דיר דערמאנען אז עס פעלט זיך אויס צוויי פארטייען צו זיין "ביי פארטיזען". ס'פעלט זיך אבער נישט אויס צוויי פארטייען צו זיין "נאן פארטיזען". אויב בין איך אומפארטייאיש און דו קומסט און דו שלאגסט זיך מיט מיר ווייזט עס אז דו ביסט א חי' און איך בין דער נארמאלער מענטש. (ווי די אנקעטעס טוען טאקע באשטעטיגן.)
ווען רוזוועלט האט פארגעשלאגן דעם ערשטן אריגינעלן ניו דיעל האבן די רעפובליקאנער זיך אויך נישט געוואלט צושטעלן צו זיין אומפארטייאישן פלאן. וואס מיינסטו איז געווען דער סוף? די רעפובליקאנער האבן פארגעזעצט צו פארלירן בענקלעך אין קאנגרעס אין די קומענדיגע פּאר עלעקשאנס. (כאטש רוזוועלט'ס ניו דיעל איז נישט געווען אזא סוקסעס, עכ"פ נישט אין די ערשטע יארן.)
עס קומט צו לאכן וויאזוי א פארטיי וואס האט גענומען א סורפלוס פון ארום 12 ביליאן דאלאר און עס פארוואנדלט אין א מולטי טריליאן דאלאר דעפיציט זאל מיטאמאל ווערן אזוי שטארק באזארגט איבער אמעריקע'ס געלטער - און דערנאך זיין אומפארטייאיש...
עס קומט צו לאכן וויאזוי א פארטיי וואס האט באשטעטיגט א שטייער רעדוקציע פעקעדזש פון 1.3 טריליאן דאלאר און אויסגע'קטנ'ט דאס ביסל געלט וואס געפינט זיך אין די קאסע זאל מיטאמאל ווערן אזוי שטארק באזארגט איבער א סטימולוס פעקעדזש פון 1 טריליאן דאלאר - און דערנאך זיין אומפארטייאיש...
עס קומט צו לאכן וויאזוי א פארטיי וואס האט באשטעטיגט א סטימולוס פעקעדזש פון כמעט א טריליאן דאלאר איבערצובויען די עקלהאפטיגע אראבישע איראק, זאל נישט האבן דאס מינדעסטע אחריות צו פארשטיין אז אמעריקע דארף האבן אמווייניגסטנס אזויפיל געלט איבערצובויען א לאנד וואס איז 12 מאל אזוי גרויס ווי איראק - אונזער אייגן לאנד.
וויאזוי האט דזשאן סטוארט געזאגט צו די רעפובליקאנער: "מיר האבן מאסן פארניכטונגס וואפן. ביטע אינוואדירט אונז, אפשר אזוי וועט איר מסכים זיין אונז צו געבן דאס געלט וואס מיר דארפן האבן אזוי וויכטיג..."
עס האט געדויערט פאר אמעריקע 204 יאר אנצוקומען צו א דעפיציט פון 5 טריליאן דאלאר. עס האט געדויערט פאר אמעריקע בלויז 8 יאר אונטער פרעזידענט בוש צו דאפלען דעם דעפיציט פון 5 טריליאן דאלאר צו 10 טריליאן דאלאר - און די רעפובליקאנער זענען אומפארטייאיש ווען זיי שטיצן נישט אבאמא'ס פלאן...
איי, טרעף מיר איין דעמאקראטישער פרעזידענט מיט וועמען די רעפובליקאנער האבן יא צוזאמגעארבעט. ניטאמאל די פאפולערע פרעזידענטן רוזעוועלט און קענעדי האבן געהאט א גרינגען פעלד מיט די רעפובליקאנער. דאס איז זייער אידעאלאגיע, זייער קולטור, זיי קענען נישט ארבעטן מיט דעם צד שכנגד.
תוקן על ידי ziskeit ב- 16/02/2009 1:20:34