היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » הארץ רייסנדער בריוו אין די מעלות וועגן מויסטשקויער

הארץ רייסנדער בריוו אין די מעלות וועגן מויסטשקויער

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2573157

לאגיש » 6/2/2009 02:18



[בילד – נישט אפגעהיט]

zeidel » 6/2/2009 06:38

דער בריוו איז שוין געווען אין בלאט און עס האט אויפגעטוהן ב"ה זייער אסאך אויף דעם געביט

רבי_יונה » 6/2/2009 15:28

איך וואונטש פאר די משפחה הנשברה זיי זאלן אויפגעראכטן ווערן פון זייער צער, און באמת וויל איך נישט חלילה פוגע זיין אפילו כמלא נימה אין א משפחה וואס טרויערט אויף א טראגעדיע, השי"ת ירחם עליהם ועל כל בית ישראל,

אבער וויבאלד דאס איז א זאך וואס בארירט גאנץ כלל ישראל, און היות דער ענין אינסאלט די אינטעלידשינס פון טויזנטער מענטשן, שפיר איך א פליכט מגיב צו זיין איבער דעם האוקס וואס הערט נישט אויף צו פארשפרייט ווערן דורך מאנכע איינגערעדטע

די גרעסטע סייענטיסטן און מעדיצינישע פארשער זענען נאכנישט דערגאנגען ווי אזוי עס פאסירט יענע מעשה ר"ל, יעדער איז מודה אז דאס איז אן אצבע אלקים, אן עונש מן השמים, א התעוררות צו תשובה, און פונקט אין וויליאמסבורג איז מען דערגאנגען דעם שורש הדבר?

די מויסטשער קיור טעאריע איז נישט באשטעטיגט געווארן דורך קיין שום מעדיצינישע עקספערטן, קיין שום העלט דעפארטמענט, נישט אינטערנאציאנאל, נישט נאציאנאל און נישט לאקאל האט נישט באשטעטיגט אז מויסטשער קיור איז שעדליך (עס איז נאר צו א שארפער גערוך און עס קען שאפן אומאיינגענעמליכקייטן אויף די מינוט), די איינציגסטע וואס האבן דאס באשטעטיגט בכתב זענען עטליכע דיינים וועלכע האבן א טובה געטון און אונטערגעשריבן א קול קורא, פונקט ווי זיי שרייבן אונטער יעדן נארישן קול קורא וואס ערשיינען היינט ווי שוועמל נאך א רעגן (און דאס האט געברענגט אז אפילו א קול קורא פון ווערעם אין אלס און אלעמען גלייבט מען אויך נישט) 

נאכאמאל, איך וואונטש פאר יעדן געזונט און אריכת ימים, אבער אויך חן ושכל טוב בעיני אלקים ואדם און עס איז צייט אויפצוהערן מיט דעם וואנזיניגקייט

אויב דארף מען זיך עפעס פארנעמען א דבר טוב צוליב די פריצייטיגע פטירה פון א יונגע מאמע, איז עס תשובה ותיקון המעשים, נישט מויסטשער קיור. ודי בזה.



תוקן על ידי רבי_יונה ב- 06/02/2009 15:48:19

טאטלע » 6/2/2009 18:40

איך האב אין מיין דירה פאליארעטען פשוט וויל דאס האט מיין לענדלארד געלייגט אבער ער האט מיר געגעבען די ברירה צי ציצאלען פאר מאסטשעקיור האב איך געפרעגט די העלט דעפארטמענט אף נוי יארק סטעיט דערוועגען אין זיי האבען מיר געשריבען אין א בריעוו אז עס איז נישט קיין שום חילק סאיז די זעלבע זאך 

נ ב מיר האבען אין די משפחה אויכעט פארלוירען איינעם פין יענע מעשה אין פין די טאג וואס די יסורים איז ציריק געקימען האבען מיר געוויסט אז די טריטמענט ארבעט מער נישט קיינען איז נישט בייגעפאלען אפשר האט א שכן געסקרעיפט

די אייבישטער זאל איעדעם טרייסטען אין געבען געזינט אין נחת

אדמיראל » 6/2/2009 19:06

איך האב געהערט פין משפחה אז נישט זיי האבן עס אריין געלייגט ס'האט עס איינער אריין געלייגט אין זייער נאמען אין זייער וויסן.

באראפארקער » 8/2/2009 05:28

abi_gezint » 8/2/2009 19:12

איך וויל נישט ח"ו אונטעררייסן דעם מנהג ישראל פון דורי דורות צי לייגן מויסטשער קיור נאר אזויפיל ווען איך האב געלייגט פאלעיוריטין האב איך געפרעגט דעם גוי צו סאיז דא א פראבלעם מיט מויסטשער קיור האט ער מיר געזאגט אז ער האט איין פראבלעם ווען ער שמירט מויסטשער קיור ווערט די שווארץ אפעל פונעם אויג אופגעבלאזן צוויי מאל אזוי גרויס ווי געווענליך פון די אלע כעמיקאלן

האב איך אים געפרעגט אויב מיט די נייע פארבעסערטע מויסטשער קיור איז אויך דא א פראבלעם זאגט ער אז די נייע האט טאקע נישט אזא שארפן גערוך אבער די אויבן דערמאנטע פראבלעם איז די זעלבע ביי די נייע מויסטשער קיור

טייערע אידן
אזויפיל קען איך אייך זאגן
"
יש דברים בגוי"



רבי_יונה » 8/2/2009 19:53

און וואס האט דאס מיט יענע מעשה ר"ל?

abi_gezint » 8/2/2009 20:47

ליין אונעם בריוו

"עס איז אונז קלאר בלי שום ספק אז דער דבר המשחית האט געשפילט גאר א שטארקע ראלע אין צושטערן די ווירקזאמקייט פון איר באהאנדלונג"