היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » סקולען קויפט ב"ה נייע קאנטרי

סקולען קויפט ב"ה נייע קאנטרי

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2570932

ארגינעלער » 3/2/2009 00:08

דער ווינטער איז שוין באלד באלד פארביי, און אין סקולען טראכט מען שוין פונעם זומער.

אייגענטליך איז עס נישט ממש סקולען, נאר דער גבאי ר' שמעון ישראל פריעד, ער איז שוין העפטיג פארטאן אין זוכן  א פאסיגע קאנטרי (אינוועסטמענט).

איי, מ'דארף דאך א מיליאן צוויי פאר א קאנטרי?

נישקשה. מ'אראנזשירט שוין א פרישע נסיעה קיין לאנדאן, און דארט וועט מען אי"ה שארן גענוג און נאך פאר א קאנטרי, מיטן אויבערשטנס הילף.

א יאר צוריק, האט דער געלונגענער גבאי, ר' שמעון ישראל זיך אויך גענייטיגט אין א קאנטרי, און געלויבט דעם פון אויבן, אז עס איז אים ב"ה איינגעפאלן דער פלאן פון די "ריזיגע נסיעה קיין לאנדאן" מיט כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, און די נסיעה האט ב"ה געברענגט די געוואונטשע רווחים.

איצט האט שוין דער כיטערער ר' שמעון ישראל פריעד די נויטיגע ערפארונג ב"ה. ער ווייסט שוין פונקטליך וויפיל ער קען אראפלייגן א דאון פעינמענט, געוואונדן לויט וויפיל פרישטאגס מ'וועט אי"ה שלעפן דעם רבי'ן, און וויפיל הבדלה'ס מיט בראנטשעס בס"ד.

און וואס איז מיט די הייליגע מוסדות חסד לאברהם, מיט די צען טויזענט קינדערלעך וואס סקולען פירט אן אין ארצינו הקדושה אזוי מעכטיג...

איר פרעגט נאך???
ס'איז א סימן אז מ'קען אייך פארקויפן דעם ברוקלין בריק...

בלומבערג » 3/2/2009 01:48

קרן הצלת יהדות תימן איז גאנץ א פיינער צוועק צו קויפען דערמיט א קאנטרי

דעקלעראציע » 3/2/2009 02:01

ווער געדנקעט דען נישט ווי נידערמאן האט זיך געקויפט זיין פלאץ אינדרויסן פין קרית יואל מיט געלטער וואס מען האט ציזאם גענימען וועגן די האליוואד קאמפיין אין וויליאמסבורג די שטיינער סטדיאוס.

אנטוערפןרב » 3/2/2009 03:30

ענק מוזען נישט האלטען אין איין דערמאנען פאר די גאנצע וועלט נאכאמאל און נאכאמאל אז ענקער מאנארא צדיקל איז נעבעך פארטריבען געווארען בבושת פנים דורך כ"ק הגה"צ פון סקולען שליט"א וואס האט אים געזאגט ער זאל זיך נישט וואגען צו קומען און פארשטערן די אסיפה, כדרכו ב"קודש"

בלומבערג » 3/2/2009 07:01

אנטוערפן
איך מיין אז דיין צדיקיל האט מער מורא גיהאט אז טאמר וועט דער רבי שליט"א רעדען און לערנען און ער וועט זיך שפירען ווי א ליימענער גולם