היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » נאך א רינגעלע אין קייט פון "איך מעג די נישט!!"...

נאך א רינגעלע אין קייט פון "איך מעג די נישט!!"...

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2569517

קהל_יטב_לב » 1/2/2009 05:09

איינער געדענקט ווען די זאליס זענען געווען ביזי אז מ'האט געהערט ריקן פארענטשעס נאכן זמן אינעם שאטער שמח"ת תשס"ד???

איינער געדענקט די פולע מאהל ווען אימער סאטמאר האט עפעס געבויט די לעצטע אכט יאהר, ווען עס זענען ערשינען מחאות נמרצות אז מ'איז ר"ל מחלל שבת??!!, ווי מ'קען האבן זיי אלס געטראפן חילולי שבתות (אויב מ'האט שוין געענדיגט מיט די מסירות ביי די בילדינג דעפארטמענט..).

אבער אלעס ביז...

פארגאנגענעם פרייטאג האט מען שוין צום צווייטן מאהל געארבעט ביי די זאליס און ב"פ ביז א שעה נאכן זמן!! יא! א גאנצע שעה נאכן זמן!! און גלייבטס מיר נישט! גייטס פרעגטס אהן ביי די שכנים.

און דאס איז שוין נישט דאס ערשטע מאהל וואס דאס פאסירט! (און ס'בכלל נישט קיין חידוש), און פארגאנגענעם מאהל האט רח"ד כ"ץ פארשפראכן אז ער שטעלט  א "משגיח"... - נישטא ווער ס'זאל לאכן.. 

תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 01/02/2009 9:36:31

סקאטמאלען » 1/2/2009 06:22

מנהל: נעם קעיר, דער שרייבער רופט אן א חשובער דיין "קעצל"

zeidel » 1/2/2009 07:28

ביי דיין דיקשינערי אויף קעצל מיינט א דיין??

איך זעה נישט א דיין דא!
איך זעה נישט אז דער שרייבער רעדט פון א דיין

דא נישט לאנג איז געווען א מזל טוב אין דבר עום ביומו ווי איינער פון די מחותנים הייסט קעצל
סקאט איך ווייס נישט וואס דו פארפירסט

קיינער הייסט דיר נישט אויסהענגען דיינע וועש

כללטוער » 1/2/2009 18:12

זעט אויס זיי האבן טאקע די מהלך פון : "איך מעג אלעס, דו טארסט גארנישט!"..