http://www.youtube.com/watch?v=1GCfWjW4daQ
http://www.youtube.com/watch?v=1GCfWjW4daQ
טעות לעולם חוזר
כשגגה היוצא מלפני השליט
מיט גרויס ווייטאג מוזן מיר מודה זיין אויף דעם פארדריסליכן טעות וואס כ"ק מרן רבינו הגה"צ ר"א ט"ב שליט"א האט געהאט ביי די דרשה לעצטן דינסטיג לטובת יהודי תימן וענין לאנדאן.
ביי די מסיבה האט רבינו שליט"א געזאגט צווישן די ווערטער אז "אמעריקא איז א מלכות של חסד נאר זינט סעפטעמבער 11 לאזט מען ליידער נישט אריין קיין תימנ'ע אידן קיין אמעריקא און דעריבער מוזן אלע אידן פון תימן זיך באזעצן אין לאנדאן.
א סטעיטמענט וואס איז געהערט געווארן פון א געוועזענער אפיציר אין די סטעיט דעפארטמענט וועלכער האט גערעדט נעכטן ביי די אסיפה בבית כ"ק מרן הצדיק מסקולען שליט"א, אז אמעריקאנער רעגירונג האט די לעצטע וואך באשטעטיגט און האלט טאקע אינמיטן פראסעסן די פליטים פאפירן פאר די אידן אין תימן. זיי געפינען זיך ממש אין די איצטיגע טעג אין לאנד תימן און רוב משפחות זענען שוין געוועהן ביי זי אויף א אינטרוויא.
די 2 פארשטייער פון לאנדאן, הרב אליעזר לעוו נ"י און הרב אברהם חיים גאלדמאן נ"י וועלכע פירן אן די באקאנטע מוסד עזרת ישראל אין לאנדאן האבן אויך באשטעטיגט אז די ווערטער פון כ"ק אדמו"ר שליט"א זענען נישט לויט די יעצטיגע פאקטן.
נאר רבינו שליט"א האט זיך פארופן אויף ענינים בזכרונו פון די פאריגע יאהרן ווען א טייל משפחות אדער קינדער זענען אנגעקומען קיין לאנדאן.
למעשה איז יעצט א בחינה "איבעית אימא איפוך" ווייל ענגלאנד האט די לעצטע תקופה זיך פאר'עקשנט און נישט געוואלט געבן קיין פלטים וויזא פאר די אידן אין תימן. דוקא אונזער אמעריקאנער מלכות של חסד האט יא אנערקענט אז די אידן אין תימן מוזן באהאנדעלט ווערן תיכף ומיד פאר פלטים. אזוי האבן אויך באשטעטיגט די עסקנים פון רב טוב.
איך האב פריער באקומען פון איינעם זייער א גיטע קליפ
און מ'קען זעהן כמעט אלע רבנים, וואס זענען דארט געווען
וועמען מ'זעט נישט:
כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א
כ"ק גאב"ד וויען שליט"א
כ"ק אדמו"ר מבאוב (רב"צ) שליט"א
הרה"צ ר' אברהם חיים שפיצער
וואס מ'זעט יא
רז"ל זיצט נישט לעבן סקולענער רבי. מ'האט ממש געמאכט פורים גדול פון אים.
ער זיצט לעבן כ"ק אדמו"ר מפאפא, כ"ק אדמו"ר הרמ"ד מבאוב און הרב אהרן מענדל טווערסקי
איך פארשטיי נישט פארוואס די סקולענער אדער מענצער האט אנגעשמיסן רז"ל, אין די צייט וואס די גאנצע אסיפה איז דאך געריפן געווארן אויף זיין אינציאטיוו???
כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א געפינט זיך די טעג אין לאס אנדזעלעס.
כ"ק גאב"ד וויען שליט"א געפינט זיך די טעג אין פאלם ספרינגס אין קאלעפארניע.
איז אויף די צוויי איז נישט קיין קשיא פארוואס זיי זענען נישט געקומען.
הגרח"י טויבער דומ"ץ באבוב האט זיך משתתף געווען בשליחות גיסו האדמו"ר מהרב"צ מבאבוב שליט"א
תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 28/01/2009 18:31:18
נאך אלע מעשות, וואס איז געבליבן ביי די אסיפה? האבן די רבנים א סעלושען?