א שמועס פון צוויי גאונים. ווער קען מיטהאלטן?
15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2563533
מערערע סוגיות הש"ס ווערן דורכגעווארפען שמוסענסדיג
צווישן מרן הגה"ק מסאטמאר שליט"א
און הגאון ר' בנימין ריממער שליט"א, ראש ישיבת כוכב מיעקב טשעבין
<*
תוקן על ידי זשוליאני08 ב- 23/01/2009 7:03:49
איך האב געהערט פון א תלמוד חכם עצום
וועלכער איז זייער פערזענליך נאענט מיט הרב רימער, אז דער ראש ישיבה איז פארבליפט און פארגאפט פון דעם תורה ריז, וואס ווארפט בקיאות אין בבלי און ירושלמי, אין יעדע סוגיא כאילו דארט האלט ער יעצט.
איך האב נאך אזא רבי אין מיין לעבן נישט געזען, האט ער יענעם געזאגט.
ווען מ'לערנט דעם שמועס בעיון רב, קען מען ריכטיג זאגן א די ברכה בשם ומלכות, ברוך הוא אלקינו אשר הבדלנו מן התועים ועמי הארצים, ואשר לא השבית לנו גואל ב"ה, עד במ"צ בב"א.
אין האב פינקט פריער געזעהן, וויפיל איך האב געוויסט אז רבינו שליט"א איז א גאון עצום בין איך יעצט געווארן ערלקטארזירט ווי די רבי פרעגט אים גראד וועלכע סוגיא מען לערנט יעצט אין טשיבין
אין תיכף ומיד איז די רבי געווען אינדערהיים ס'קוקט אויס ווי ער וואלט די לעצטע פאר וואכן געלערנט נאר די סוגיא.
דאס מיינט הלומד תורה לשמה זוכה לדברים הרבה .
א ביזנעס וואס גייט גוט דארף מען נישט אדווערטייזן. וד"ל
ווער געדענק ווי ר' דוד קאהן האט זיך אדווערטייזט אין בקהלה ווי ער לויפט ארום צי אלמנות
עס וועט זיי גארנישט העלפן עס שטייט דאך (משלי א'כ') ''חכמות בחוץ תרנה ברחבות תתן קולה'' (חגיגה י''ב: ) כל העוסק בתורה בלילה הקב''ה מושך עליו חוט של חסד, מען זאגט ער איז בכוונה געבליבן אויף שבת אין ק''י .
יענקי אויב אזוי פארוואס האט דוד קאהן אנגעהויבן נאכמאכן די משולחן מלכים??
אין אז איך רעדט שוין יא דערפון פארוואס האט ער מורא געהאט אריינצילייגן די שמוס וואס ער האט געהאט מיט רבינו שליט"א??
ווער געדענקט נאך ווען די אמעראצים קאמפאני האבן געדרוקט די מעניו און סקעדזשול פונעם נועם המידות זייער'ן - סארא ליצנות פון שטאט געווען.
די שיחות חולין זענען גאונישע שמועסן, מרפסין איגרא, און צייגט פאר די גאנצע וועלט בחוש ווער עס איז דער ממלא מקום פונעם בעל דברי יואל, און ווער איז דער נאכפאלגער פון רבי ר' שימעלע זכרונו לסראכע!
ר יונה
די מיינסט אז רבינו הדברי יואל האט קיינמאל נישט גערעדט וועגען וועטער?
יוסף הערש וו. זאגט אז ס'איז נישט קיין קינץ אז די רבי קען לערנען
ווייל אז מען לערנט קען מען.
ר' יוסף הערש פיין געזאגט
עס איז באמת א נחת צו זעהן ווי א רבי קען לערנען.
אבער, נישט וועגען דעם איז ער א רבי, ווען ער איז אן ע"ה איז ער אויך א רבי, און האט די זעלבע חסידים.
ווי די וועלט זאגט, א רבי מיט א מעלה, איז אן אמתער פלאס פאר די חסידים, ווייל ווען ער האט נישט די מעלה, האט מען דער זעלבער רבי, אהן די מעלה.
באראפארקער ביסט גערעכט
אבער איך וואלט געוואלט צי לייגן א סטיפילעשן צי דיינע ווערטער,אהנ"מ מען קען האבן חסידים ווען א רבי איז ע"ה.
אבער קיין רעספעקט איז נישט דא ,אין זיין ווארט איז נישט קיין ווארט..
ווער עס לערנט דעם שמועס, קען ארויסנעמען דערפון:
הגאון ר' בנמין ריממער, איז אן אמת'ער למדן פון ליטווישן חדר. די חידושים פון חזון איש, קובץ שיעורים זענען בקי על לשונו.
דער סאטמארער רבי שליט"א זעט מען איז טאקע נישט באהאווענט אין די ליטווישע ספרים, אבער דערקעגן האט ער אבער א שטארקע אויברהענט אין די ספרים קדושים ווי:
פני יהושע
קול אריה
שאגת אריה
קצות החשן
נתיבות המשפט
נודע ביהודה
מ'זעט עטליכע מאל אינעם שמועס ווי דער גאון הרב ריממער כאפט התפעלות: ווי אזוי פסק'ט מען?
און דער רבי זאגט אים קלאר יא ! מען פסק'ט ווי רבי שמעון, און נאך ענליכע זאכן.
במשך דעם שבת קודש האט דער שמועס געמאכט בויך דרייעניש ביי יונג און אלט, חסידים און מתנגדים, ארונים און זאלונים. קיינער האט ביז היינט נישט גע'חלומ'ט אז דער סאטמארער רבי וועלכער איז אין די שייבה יעדן טעג מיט די בחורים, און פירט די גרעסטע אידישע שטאט בעולם, און שטייט בראש פון די גרעסטע די גרעסטע קהילה קדושה בישראל אויף דער וועלט, איז אינדערהיים בכולי שמעתתא! קען די סוגיות הש"ס בבלי און ירושלמי ישר והפך, יעדן תוספות מיט די ראשונים. יעדע קשיא ווער עס פרעגט און וויאזוי מ'קען עס פארענטפערן.
צי וועמען איך האב נאר גערעדט האב איך געהערט: WOW. מבהיל'דיג. מ'האט יעצט געזען וואס "תורתו משתמרת איז טייטש".
עס דערמאנט זיך א אלט ווערטעל.
וואס איז די חילוק פין א רב און א רבי?
א רב אויב פארגעסט ער א ש"ך, איז אך און וויי צו אים, באלט נעמט מען זיך צו אים, היתכן? דאס הייסט א רב?
לעומת זה
א רבי, ווער ער געדענקט נאר איין ש"ך, שרייט מען תיכף, פששש, האסט געזעהן א גאון עולם!
איך ווייס נישט פינקטליך ווי אזוי אין אנדערע חסידות זענען די רבי'ס געווען אין לערנען.
אבער אין סיגעט - סאטמאר זענען די רבי'ס אלע געווען גאונים, ווי מען האט זיי געפרעגט האבן זענען געווען אינדערהיים