היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » איך בין זיכער אז עס איז נאר א טעות אין דער פלאט

איך בין זיכער אז עס איז נאר א טעות אין דער פלאט

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2563399

יענקי123 » 22/1/2009 23:52

אין בלאט ברענגען זיי א בילד פון די מסירות נפש פון די אינגעלייט וואס האבן מיט זייערע קערפער אפגעהאלטן די גראבונגען אין מירון, מען זעהט דארט א בילד פון א יונגערמאן מיט א ירושלימער קאפטן אויף דער ערד אין האלט אפ די ארבעט,
 
זיי שרייבן אונטער די בילד וואו פאלגנד "איידעלע יונגעלייט פון ק"ק תולדות אברהם יצחק מיט אן אנטשלאסנקייט אפצוהאלטן דעם בזיון וחילול מקום הקדוש".

איך בין געווען דארטן און איך קען דעם אינגערמאן ער הייסט ר' יעקב קאפל שווארץ פון די גאר נאנטע מקורבים פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א א זוהן פון הרה"ח ר' בנימין זאב שווארץ.

איך בין זיכער אז דער בלאט האט געהאט א טעות הדפוס און האט געוואלט שרייבן איידעלע אינגעלייט פון ק"ק תולדות אהרן און בטעות האבן זיי געשריבן פון תולדות אברהם יצחק.

האקאבו » 23/1/2009 01:12

לויט מיין אינפארמציע לויט ר' דוד קאהן נישט זיינע יונגעלייט גיין צי מוחאת

יענקי123 » 23/1/2009 01:49

זייער אנטרעסאנט
 ווייל בא אונז אין כולל האט מען אויסגערופן בשם דעם רבי'ן אז ווער עס האט די מעגליכקייט זאל פארן אין מירון מוחה זיין און די מוסדות וועט דאס באצאלן .
ד פאלגנדע בילדער זעהט מען די אינגעלייט פון תולדות אהרן

דא איז ר' יואל בן ר' אפרים קרויס פון די חשובע אינגעלייט פון תולדות אהרן.
[בילד – נישט אפגעהיט]

און דא זעהט מען ר' יהושע אלטמן פון די נאנטע איגעלייט פון רבי'ן א איידעם פון הרה"ח ר' יעקב דאוידוויטש [בילד – נישט אפגעהיט]

און דא זעהט מען ר' שמעון שישא דער זוהן פון הרה"ח ר' אהרן שישא.



האקאבו » 23/1/2009 01:51

ברענג דעם בילד ווי ר' דוד קאהן שלאפט ביים פראטעסט

יענקי123 » 23/1/2009 02:01

איך קען ברענגען די טייפ ווי ר' אהרן זאגט עפרא לפומיה

tzvibp28 » 23/1/2009 03:47

פארוואס ברענגט מען מיט די טלית און תפילין?!

יענקי123 » 23/1/2009 07:54

זיי קומען לכתחילה גרייט מיט טלית און תפילין אז אויב מען וועט זיי אייזעצן אין תפיסה זאלן זיי האבן גלייך די טו"ת.

המוח_הקטן » 23/1/2009 12:16

די מודעה וואס איז געברענגט אין "דער איד"
[בילד – נישט אפגעהיט]