זיסקייט, Don't shoot the massanger.
איך בין אומאיינשטימיג מיט דיר אז 'אלע' קאנסטיטוציאנעלע עקספערטן האלטן אז אבאמא קומט אויטאמאטיש אריין. קוק צום ביישפיל
דא וואו ער ציטירט פון א פראפעסאר אויף קאנסטיטוציאנאלער געזעץ וואס האלט אז ווילאנג אבאמא איז נישט געווארן איינגעשוואוירן איז קאנדאליזא רייס, דערנאך זשאו ביידען, געווען פרעזידענט!
(ער לייגט אפילו צו אז טעכניש איז אבאמא נישט דער ערשטער שווארצער פרעזידענט...)
דער אמענדמענט זאגט טאקע אז "דער טערמין פון זייערע נאכפאלגער זאל זיך דאן אנהייבן", אבער ס'זאגט נישט ווער דער נאכפאלגער איז. עס קען פונקט אזוי זיין די סעקרעטערי אוו סטעיט אדער פריש איינגעשוואוירענער וויצע פרעזידענט. (ס'איז דא אזעלכע וואס האלטן בכלל אז ס'באציט זיך נאר אויף די קאנגרעסלייט און סענאטארן).
מיטן שכל קען מען גיין ביידע וועגן. ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל אז דער אמענדמענט האט געזוכט איבערצוגעבן די מאכט פאר אן אנדערן אויסער דעם נארוואס ערוועלטן פרעזידענט, פון די אנדערע זייט לייגט זיך פונקט אזוי נישט אויפן שכל אז אמעריקע זאל האבן א פרעזידענט וואס איז זיך נישט מתחייב איינצוהאלטן, באשיצן, און פרעזערווירן די קאנסטיטוציע.
[און כדי עס בעסער צו פארשטיין וועל איך צולייגן דעם פאלגנדן, עטוואס קאמפליצירטן, פונקט:
איך גלייב אז זיסקייט און אלע אנדערע קאנסטיטוציאנעלע עקספערטן זענען איינשטימיג מיט מיר אז בעפאר די צוואנציגסטע אמענדמענט האט יעדער פשוט פארשטאנען אז דער קאנסטיטוציאנאלער פארלאנג פון נעמען די שבועה איז בינדענד, און אז די ערשטע עטליכע און צוואנציג פרעזידענטן ביזן ערשיינען פון דעם אמענדמענט זענען לעגאל נישט געווארן פרעזידענט ביז ווען זיי האבן גענומען די שבועה.
אלזא, איז זייער שווער צו זאגן אז מיטן צולייגן דעם צוואנציגסטן אמענדמענט האט יענער קאנגרעס אפגעשאפן די אנגענומענע און פארשטענדליכע מיינונג אז צו זיין א פרעזידענט דארף מען אננעמען די פארלאנגטע שבועה.]
נ.ב.
דער אמת איז אז די שאלה איז נוגע יעדעס מאל וואס א פרעזידענט ווערט איינגעשוואוירן. דא איז עס נאר געווארן מער אינטערעסאנט צוליב דאס דרייען מיט די צונג פונעם הויפט ריכטער און דעם נייעם פרעזידענט - וואס, אגב, איך בין איינשטימיג דערמיט מיט זיסקייט אז די ערשטע שבועה איז לכאורה אויך גענוג קאנסטיטוציאנאל אויסגעהאלטן.
תוקן על ידי - אפשר_דאך - 23/01/2009 0:15:26
_________________