היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » איינזייטיגער פייער אפשטעל דורך מדינת ישראל

איינזייטיגער פייער אפשטעל דורך מדינת ישראל

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2560107

אפשר_דאך » 18/1/2009 07:39

די רעגירונג האט באשלאסן אפצושטעלן די ארבעט אינדערמיט, און נישט אריינגיין מיטן גאנצן קראפט קיין עזה.

מ'ווארט צו זען אויב כאמאס וועט יעצט אויפהערן צו שיסן ראקעטס.

אין אלגעמיין ווערט עס אנגענומען ווי א שוואכער געווינס פאר מדינת ישראל, זיי האבן טאקע היפש צושמעטערט די כאמאס ארגאניזאציע און זייער פירערשאפט, אבער היסטאריע ווייזט אז ס'וועט העלפן אויף א קורצע צייט, און שפעטער קומען זיי צוריק נאך שטארקער ווי פריער.

ונזכה ונחיה ונראה.

אפשר_דאך » 19/1/2009 08:06

פאליטישע אנאליסטן זאגן יעצט אז דער פייער אפשטעל איז די אונטערן טיש ארבעט פון אבאמא, וועלכער וויל האבן א רואיגע איינשווערונג'ס צערעמאניע, און האט באיזה אופן שהוא באוואויגן מדינת ישראל אז ס'וועט זיך זיי לוינען אפצושטעלן די יעצטיגע אקציעס.