היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » התחדשות מוסדות סאטמאר בארא פארק

התחדשות מוסדות סאטמאר בארא פארק

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2556314

געווארט » 12/1/2009 02:34

זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו
ברוך שמסר עולמו לשומרים ברוב שבח והודי' להשי"ת התאספו יחד  זקני וראשי עדתינו שי' בבית הגה"צ הדומ"ץ שליט"א
לטכס עצה על עתיד דורותינו הילדים היקרים תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא שנלכדו בפח של היחיד שהשתלט על מוסדות הק' שנתייסדה ע"י רוח אפינו רבינו הקוה"ט זי"ע ועושה בהמוסד כעושה בתוך שלו  והנה באמת עדיין לא נתייאשנו לבטל את שלנו, אבל כפי שרואים תהליכי המשפט יוכל להמשך לזמן רב ואין נוכל לישב בשקט להפקיר בנינו ודורות העתידים בשביל כמה בנינים ע"כ החלטנו פה אחד לייסד מחדש  בתי חינוך לבנים ולבנות  ומצד זקני הקהלה ממנים עכשיו וועד הפועל, וועד הרוחני, וועד הגשמי לסדר הכל עצהיו"ט בימים קרובים יתפרסמו יתר פרטים
ויה"ר שיתקדש שם שמים על ידינו ולהחזיר העטרה ליושה בדרך הסלולה מרבינו הקוה"ט זי"ע ובהמשכת כ"ק אדמו"ר שליט"א
 

על_הגאולה » 12/1/2009 02:44

ויקוץ ויחלום שנית

פארוואס זאל דאסמאל מער מצליח זיין ווי די כתה ט' אמאל??

1נארמאלער » 12/1/2009 02:50

געווארט, א קלייניגקייט אויף אידיש,
גיי זאג דיינע אויבערהארן דאס עס איז א ביג מיסטעיק.
בעסער זיין צוזאמען און שרייען "מיר האבן טויזנטער מיט אונז", נישט אזוי?

אויב עמיצער קען איבערזעצן מיינע ווערטער אויף לשה"ק געווארט זאל קענען פארשטיין, איי וואד עפרישיעט.

ארגינעלער » 12/1/2009 03:02

יא אלף שמות איז היינט געווען ביי ציונים אויכט

בלומבערג » 12/1/2009 03:34

יעצט גיהערט ביי מעריב דאס איז די גישפרעך ביי יעדען
א קלוגע מהלך מדארף זיך נישט מייאש זיין פון דאס אלטע אבער ווי קען מען אויפציען קינדער און א מלחמה אטמאספער
פאקטיש איז דאס אויך זיין א גוטע איבערצייגונג פאר די תורה אויב עס וועט קומען דערצו ווער עס האט דעם רוב
היינטיגע צייטן ווען עס איז דא אזא געווקס בליעה"ר קען בארא פארק דערהייבען נאך א תלמוד תורה און אוודאי א מיידל שולע
פארוואס דארף א טאטע וואס איז נישט איינשטימיג מיט די איצטיגע הנהגה יעדע וואך שבת ביים טיש נאכהערן א דבר תורה פון וועם ער וואלט נישט גיוואלט הערן
און זאגן פארן קינד זיין באמערקונג איז דאך נישט אויסגיהאלטען לויט די כללים פון חינוך
דאס איז דער וועג כה לחי
און בארא פארק איז דא צוויי וויזניצע תלמוד תורה - צוויי סקווירא ת"ת. 3 באבוב ת"ת (48-45-JJ)
כלל ישראל קוקט ארויס אויף די הצלחה פון די נייע מוסדות וואס וועט זיך גערינדען און מיר האפען דערמיט וועט זיך אפשטעלן די פייער פון מחלוקות און די שטאט

רבי_יונה » 12/1/2009 04:02

הלוואי הלוואי!!!

זאלן זיי זיך גיין לחיים ולשלום!!

ר' יעקב בער מיט זיינע חברה און ר' חיים דוד מיט זיינע, גייט אייך פאר אלדע רוחות!

מיר האבן נישט קיין פלאץ אין די מוסד מער, עס איז געפאקט עד אפס מקום, מיר בעטן ענק שוין לאנג עפענט אליין גייט ענק פון סאטמאר!

אבער ר' חיים דוד און ר' יעקב בער שניאור קליין און מסור מענדלע שווימער האבן זיך געקשענט בשום אופן, מיר גיין נישט אוועק, די מוסדות זענען אוזערס, מיר נעמען עס שוין איבער אט אט, מארגן, נעכטן, באלד, סוף וואך, נאך שבת, נאכן קיגל, נאכן טשאלענט...

ביז איז געקומען די הייליגע רעביצען הרבנית הצדיקת מרת דעמעראסט תליט"א און זיי מודיע געווען ערב שבת קודש, און זיי אויף געוועקט פונעם חלום, און זיי מיאוס באגאסען מיטן שיסל נעגל וואסער, און זיי געמאלדן נישט דא גארנישט, עטס באקומסט נישט גארנישט, נישט דא קיין סטעי, עיקל שמיקל, גארנישט, ר' אהרן וועלץ פירט ווייטער אלעס.

איצט האבן זיי זיך געטראפן שטיין נאקעט אין מיטן די הייוועי, ענדליך ענדליך וועקן זיך זיי אויף.

מי יתן והיה!!



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 12/01/2009 13:46:57

טאטלע » 12/1/2009 04:39

יא יא געווארט נאכען הערן פין מיסיס ריכטער אז מען וועט גארנישט באקימען איז דריי חדשים צי לאנג צי ווארטען מען מיז שוין מאכען נייע מוסדות אין ראטעווען דעם רבין ז"ל 

איי וואס זענען שילדיג די אלע קינדער וואס ענק האבען נעבעך געלאזט לערנען ביי די ארונים די לעצטע 10 יאר אין נעבעך נישט וויסען וואס די רבי ז"ל האט געוואלט TO BAD  זיי זענען געבוירען נאך פאר "זאלי" האט איינגעזען   אז מען גייט זיי ראטעווען  

משה_גאבע » 12/1/2009 05:53

איז מענדל שווימער געווארן מנהל המוסדות  אדער יעצט שיקט מען אים ליפטערן   יעצט שטייען דיינע כלומערשטע גיטע פריינד אין לאכן פין דיר אין די פויסטן

געווארט » 12/1/2009 06:42

עכשיו נגמרה האסיפה ונתמנו חברי הנהלה זמני כדלהלן
וועד ההנהלה הרבני הנגיד ר' מנחם מענדל שווימער הר"ר ישראל מרדכי לעפקאוויטש הר"ר יושע גאלדבערגער הר"ר שניאור קליין הר"ר יעקב בערקאוויטש
וועד הפועל ר'
וועד הרוחני הגה"צ הדומ"ץ שליט"א הרב ר' שמואל שלמה שפיץ שליט"א הרב ר' ישראל פנחס רויזענבערג שליט"א הרב ר' דוד ארי' באש שליט"א
וועד ההורים ר' מנחם כהנא ר' יושע ראטשטיין ר' חיים אהרן פלאר ר' אברהם מאיר אלטמאן

ארגינעלער » 12/1/2009 06:54

אין איין ווארט

פוויייייייי

תימענער » 12/1/2009 14:50

יעצט האט מען געזאגט אין ביהמ''ד אויף 53 א גרויס'ן ברכה ברב עם ובשם ומלכות ''ברוך שפטרנו מענשם של אלו'' .

משה_גאבע » 12/1/2009 15:44

מזל טוב

בלומבערג » 13/1/2009 15:05

הר' יואל ב"ר שמואל שלמה שפיץ דער אקטוויסט פון די נייע מוסדות גיבט איבער
אז הרב אלעזר האראוויץ שליט"א וויל בשום אופן זיך נישט צושטעלען צו די נייע מוסדות נישט מיט רעקרוטען טאטעס זאלן שיקן די קינדער און לאזט נישט פארדינגען די אויבערשטע שטאקן פון ביהמ"ד באלקאני פאר די מוסדות ר' לוזער טענהט אז רוב פון זיינע מתפללים זענען כפוף תחת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א און נישט צו האדמו"ר מוויליאמסבורג

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 13/01/2009 16:11:58