פאשקעעווילן היינט אויף די וומ"ס און ב"פ גאסן
47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2556224
ווייסט איינער וואס דאס איז????
[בילד – נישט אפגעהיט]
קען זיין אין קלויזנבערג איז נאך א סירוב א זאך.
ווייל ליידער אין סאטמאר איז א סירוב א ליצנות.
לויט ווי איך הער איז דער הערש מילך יענער באנדיט ער איז פון די געווזענע קלויזנבורגע הנהלה ער האט פרובירט ארויסצונעמען א צען מיליאן דאלארדיגע מארגידזש אויף אימפיריעל זאל
אפשר קען מיר איינער זאגן פארוואס א פריוואטער סכסוך דארף אויסגעלופטערט ווערן אויף כל העולם כולו?
זיסקיט ס'קען זיין ס'איז פריוואט אבער גאנץ ב"פ איז פארפלייצט דערמיט.
איינער האט מיר דאס ציגעשיקט אין תיבה אישית ער האט געבעטן איך זאל נישט מפרסם זיין נאמען
איינער פון די צווי האט געמאכט די פארגאנגענע שבת א אויפריעף-באווארפען פאר זיין זין, אין בית המדרש הגדול צאנז קלויזענבורג און דער טאטע (וואס אויף עהם איז א כתב סירוב) האט נישט באקומען קיין עלי', אפילו ער האט געברענגט ד שמחה קיין בארא פארק צום רבין
דאס מיינט אז א כתב סירוב ביי אונז מאכט א סאך אויס.
זיסקייט!
עס קען אפשר אויסקוקן אז עס איז פריוואט אבער ליידער רעדט מען דא פון א פאבליק גנב!
דער הערש מילך מיט זיין ברודער חיים קוקן אויס ווי א תם אבער שטויסן ווי א מועד!
דער הערש מילך האט געבויט די אזויגערופענע קלויזענבארגע דירות אויף וואלאבאוט א קעגן איבער דינוב ביהמ"ד, און באגנב'ט יעדעם אן אויסנאם! קלויזענבארגע - סאטמערע - פאפא
ער באגנב'ט דעם גאנצן פאבליק! ער איז נישט מקפיד דווקא פריוואטע מענטשען!!
אבער דער נידון מיט די יעצטיגע פאשקעווילן איז איבער א קלויזענבורגער איד פון בארא פארק וואס דער הערש מיילעך מיט חיים קומט אים איבער א האלב מיליאן דאללאר!!! און זיי לאכן אים און די פויסטען!!
נאכן אינטערשרייבן שטרי בירורין און אפזיצן יארן ביי ד"ת מאכט ער זיך ניטאמאל וויסענדיג פון אים! אפילו באותו זמן וואס ער קאלעקט רענט פון 30 גרויסע דירות אויף וואלאבאוט!!!
ביטע טוישן דעם קעפל!
א בריוו פון אן ערליכע בית דין איז נישט קיין פאשקעוויל
איבערהויפט ווען בית דין שרייבט קלאר ארויס אז מען מעג דאס מפרסם זיין ברבים.
די בי"ד שבט הלוי איז א פורים בי"ד עיקול און סירובים פון דעם בי"ד איז גאר נישט ווערט, נישטמאהל פאר אשר יצר פאפיר, ווער עס קען דעם וואזנער ווייסט אז מען רעדט דא פון א טאטאלער.
טאמער אזא צעטיל איז דא פון א גהעריגע בי"ד ווי טארטיקוב, מכון להוראה, התאחדות, נווארדיק, וכו', דעמאלס איז עפעס ווערט.
רבי יונה היקר
דו רופסט דאס איין אשר יצר פאפיר?
זעהט אויס פארדעהם ווילסטו דאס נישט לייענען...
ווייל ווען דו וואלסט געליינט וואלסטו געזעהן, אז דאס איז נישט נישט קיין הזמנה. דא האבן ביידע מסכים געוועהן צו דעהם בי"ד, און ביידע צדדים מקבל געווהן אויף זיך דעהם פסק בי"ד בקגא"ס (דאס איז נישט א מין טשואינג גאם)
מן הסתם איז מען געזעסן אלאנגע צייט מיט טוענים, צייט און געלט, און צוויי פס"ד הראשון והשני, מקען נישט קומען יעצט זאגן סאיז א פורים בי"ד.
והשנית בין איך מוחה בכל תוקף אהנצורופן א ת"ח ווי הרב בנציון וואזנער מיט זיינע חשובע דיינים, ביניהם דער בארימטע בעל הוראה ר' יוסף יצחק ראזנפעלד שליט"א מיט אזא זלזול. ער האט דיר עפעס געטוהן?
א חוץ אז די באלאנגסט צו משפט שלום און דו ביזט ברוגז וואס ער האט אונטערגעשריבן קעגן דיר.
נ"ב, עצה טובה נוץ דאס נישט פאר אשר יצר, ס'פול מיט זאלץ פון דעם שניי.
איך גיי נישט אריין ווער עס איז גערעכט, גראדע הער איך פון אסאך מענטשען אז די זילבערמאן זענען גנבים וכו'.
איך האב נאר אזוי פיל געזאגט אז די בי"ד איז א פורים בי"ד עס איז גארנישט ווערט, הרב וואזנער איז א פורים וכו', הרב ראזענפעלד איז טאקע א תלמוד חכם און א חשובער איד, אבער ער שטייט נישט דא זיין אונטערשריפט.
דער זילבערמאן אליינס זעהט אויס האלט נישט אזוי, ער האט דאך מסכים געוועהן לידון בפניו.
BTW
וואס איז דיין גדר פון פורים?
גדר פון פורים בתי דינים מיינט: חקר הלכה ר' יצחק מאנדל, אבן המשפט גביוף, לישקע ראב"ד ראסס, געשטעטנער מאנסי, משפט שלום, קלאסנא שטיבל, וכו'
רבייונה
"גדר" = Definition
איך האב דיך געבעטען א גדר נישט קיין רשימה.
גדר פין א פורים בי"ד מיינט, אז מען קען פרעדיקטען דעם פסק
אייך איז ניט גענוג מיט אייערע אייגענע פאליטיק מיט די מלחמת אחים אין צפון ברוקלין שלעפט איר ארויף אויף זיך א נייעם יצר הרע פון בארא פארק.
לויט ווי מען ווייסט איז זילבערמאן אלץ געווען א עסקן פאר די מוסדת פון קלויזענבורג און די וואך האט ער איבערגעגעבן זיין עלי פאר אן אויסלענדישן נדבן וועלכער האט אפגעשנאדערט 20 אלפים.
תוקן על ידי rotzer ב- 13/01/2009 3:52:32
באקומען אין אישית
דער ROTZER איז א ליגענער, ווייל ער האט נישט באקומען קיין עליה ביי מנחה אויך נישט, ווען עס איז דא אסאך חתנים וכדומה, און עס איז נישט דא קיין פלאץ פארן מחותן ווייל ער איז א לוי אדער כהן, באקומט דער מחותן אלעהמאל ביי מנחה
אה"נ מען האט געגעבן פאר דעם עושר וואס האט געשנאדערט 20,00 דאלער אבער דער מחותן, אבי החתן האט נישט באקועמן קיין עליה ביי מנחה.
BTW די גאנצע זאך פארוואס די דין ודברים איז אריין אין דין תורה איז געוועהן ווייל דער רבי שליט"א האט געצווינגען דערצו.
באקומען אין אישית
דעי צוויי ברודער זילבערמאנ'ס זענען זייער חשובע אידען בנש"ק אייניקלעך פין הרה"ק ר' הערצקעלע ראצפערדער זצ"ל
און יעצט צום ענין
דער ברודער ר' חיים שליט"א האט אויפגעביוט קלוזענבורג און ווילימסבורג מיט זיינע אייגענע כוחות נאך פאר פערציג פופציג יאר צוריק וואס א יעדער קלוזענבורגער איד ווייסט דאס
אלע יארן ארויס געהאלפען אלע קלוזענבוגער אידען סיי מיט די גמ"ח וואס ער האט אנגעפירט אלע יארן
און נאך ביזען היינטיגען טאג א יעדער איד וואס האט געוואלט א טובה האט געוויסט דו אדרעסס
אבער אזוי דער כלל איז דאך אז פאר א טובה באקומט מען שטיינער האט מען אים לעצטענס ארויס געווארפען פון קלוזענבורג ווייל ער איז נישט געווען אינגאנצען איינשטימיג מיט דעם רבין פון דאהי נאר נוטה געווען אביסעל צו דעם רבין שליט"א פון א"י
אלזא דא לגבי דעם ענין ווייס אוך נישט פינקלעך וואס איז פאר געאגען נאר העמיד אדם על חזקתו א יוד וואס האט כל ימיו נאר געטון טובות פאר יודען ביזען היינטיגען טאג קיינמאל קיינעם נישט אפגעזאגט געלייב אז עס דא נאך א צד אזוי ביי יעדען עיקול און ביי יעדען סורוב איז דא נאך צדדים און כל זמן מען האט נישט געהערט ביידע צדדים קען מען נישט און מען טאר נישט אריין רעדען
אוך ווייס פון אסאך מענשען וואס האבען געהאט פון איין ב"ד א עקול אדער א סורב און פון אן אנדערען ב"ד געהאט אן אנדערען צעטיל וואס עס איז מעשים בכל יום
און פון איין צעטיל קען מען נאכנישט אפאסקענען א מענטש כ"ש אזעלכע צוויי בעלי חסד
און לכבוד פעטראסן שליט"א די זעסט מיר אויס א די האסט א שטיקעלע נגיעה דא צו וועגען חסידות אויס
וואס וועגען דעם האב אוך מקדים געווען דעי מעשה דא אז מען זאל וויסען אז אסאך קלוענבורגע חסידים פון דאהי זוכען אים צו באשמיצען אפילו זיי אליינס האבען געהאט פון אים טובות
במילא האלט איך אז ליידער היינטיגע צייטען איז פון איין צעטיל פון א בי"ד קען מען נאכנישט אפאסקענען א מענטש
אין עס וואלט געווען כדאי אז דער מנהל נעמט עס אראפ ער זאל וויסען אז ער האט נישט קיין חלק אין ידינו לא שפכו את הדם הזה
יגדיל אלעס פיין און וואיל, האסט מקבל געווען שטרי בירורין גחתמ'ט, נאכדעם וואס דער פסק איז ארויס קעגען דיר 2 מאל, און די פייפסטאך אהן, און מען געט ארויס א סירוב, ביסטו א מסרב לדין, און ס'איז נישט קיין שום נפקא מינא, וויפיל טובות און חסד דו האסט געטועהן אמאל מימים ימימה
דרך אגב אויב איז ער א חסיד פון ארץ ישראל רעבין פארוואס האט ער געברענגט די שמחה פון ומסב"ג קיין ב"פ
לויט ווי איך פארשטיי איז ר' חיים נאר א מיט טאנצער צו דעם עסק, ער פילט פשוט ער דארף העלפן זיין ברודער ( דעם בעל שמחה) ער איז נישט דער בויער און נישט דער געלט מענטש דא.
סטוט ווי דאס הארץ צו זעהן א סירוב אויף אזא חשוב'ן איד. וואס איך בין זיכער ער איז גארנישט שולדיג.
אבער א סירוב פון א בי"ד איז ליידער א הארבע זאך, טאמער האבן זיי א צעטל פון איין אנדער בי"ד (איך האף צו ג-ט) ליגט אויף זיי אחיוב גמור עס מפרסם צו זיין,
וואס איז שייך א צעטיל פון א צווייטער בי"ד, פאר א פסק איז אפשר שייך אז מען זאל גייען צו א צווייטער בי"ד, אבער אז מען איז מקבל בקאג"ס מקיים פסק זיין און מען חתמ'ט שטרי בירורין, און נאכדעם פייפט מען זעך אויס, וואס איז שייך א בריעוו פון א צווייטער בי"ד
דע מעשה מיט זילברמאן איז אז ער האט אליין אויף געבויעט דע גאנצע בילדונג פון דע מיידל סקול קיין איינער האט נישט צוגעלייגט קיין האנט נאר ווען דע בילדונג איז שוין געווען 90% פארטיג זענען אריין געקומען און דע פיקטשער א גרופע יונגעלייט מיטן אויסרייד צי העלפן
למעשה דער זילבערמאן איז געבליבן מיט חובות פונעם בויען האט ער געוואלט ארויס נעמען א מארגעדש אויפן בילדונג אויף דע חשבון אז עס וועט זיך אויסצאלן פונעם זאל זענען געגאנגען די יונגעלייט און עם גבלאקט מיטן תירוץ די ביסט נישט בע"ב האט זיך דארט אנגעפאנגען דע גאנצע מלחמה ער זאגט אז דע מוסדות דארף צוריק געבן דע געלט וויל ער האט עס געבארגט פארן בויען אין זיי לאכן זיך אויס און מאכן זעך נישט וויסנדיג איז מען געגאנגען צי ד"ת האט דע ד"ת געפאסקנט אז דע מוסדות מיז באצאלן און טאמער ביז 6 חדשים באצאלן זיי נישט מיז זילברמאן באצאלן
למעשה זילברמאן דערזעט זיך אז ער קען ארויס גיין בעירום ובחוסר כל ווייל דא רעדט מען נאר פון איין בע"ח און אז ער וועט עם באצאלן וועט יעעדער ארויפטאנצן האט ער זיך דוירך גערעדט מיט דריי גדולי הפסקים וואס עם געזאגט אז דארף ענדערש נעמען אויף זיך דע סירוב ווי צו באצאלן
און דע ביזיונת וועט מיטגיין מיט זיין שכר פארן בויען מיט מס"נ א בילדונג פאר חינוך הבנות
על הגאולה
לויט ווי פעטראסן האט פריער געשריבען האט דער רבי דא געהייסן חתמענען שטרי ברירון צו בע"כ צו ברצון ווייס איך נישט במילא איז שוין נישט קיין ריאה
רענדענדיג
די שרייבסט נישט קלאר
אבער לויט ווי איך פארשטיי פון דיינע ווערטער איז ער דא ווייטער געפאלען פאר א קרבן פאר די קלוזענבורגע מוסדות און ער האט זיך אנגעבארגט אסאך געלט צו בוען די מוסדות פינעם רבין שליט"א און נאכדעם האט מען אים אזווי געווענליך ארויס געווארפן און געלאזט מיט אלע חובות און פארטיג
און די מוסדות קען ער לכאורה נישט רופן צו דין תורה ווייל אלעס איז נאר געווען בע"פ און יעצט איז אלעס געפאלען אויף אים אזוי פארשטיי איך
בין איך גערעכט ?
נאכאמאל פרעגטס ביי א יעדען איד וואס קען זיי [נישט וואס שרייבען אויף הייד פארק און קענען זיי נישט] וועט איר העדן וואס פארא טייערע יודען זיי זענען
און נאכאמאל ליידער היינטיגע צייטען ווען עס איז פארמישט אין דעם מחלוקה א חסידות
קען מען גארנישט געלייבן נישט קיין ב"ד נישט קיין שטרי ברורין גארנישט וויל אלעס קען זייין געצווינגען
דאס אליינס אז מען דארף צווינגען צו חתמנן שטרי בירורין איז א בזיון וחרפה, בפרט פאר אזא איינעם וואס דארף צו הייסען א חשובער מענטש, אז 2 אידען האבין א דין ודברים, און מען רופט צו דין תורה, גייט מען, נישט מען איז זיך מתחמק
און דעם תירוץ אז מען האט מיר געצווינגען צו חתמנ'ן שטרי בירורין, דא רעדט מען נישט פון קינדערגארטען, רבי ער האט מיר געמאכט, ער האט אנגעהויבען, האסט געחתמ'ט שטרי בירורין האסט געפירט כמה זיצונגען פון בית דין, פאלג דעם פסק, ווען דער פסק וואלט געווען לטובתו, וואלט ער אויך געזאגט די רבי האט מיר געצווינגען
*
3 גדולי הפוסקים וואס האבין געזאגט אז ער מוז נישט פאלגען א פסק בית דין, גאנץ פיין אפשר קען מען וויסען ווער דאס איז, ווייל דאס קען יעדער זאגין
על הגאולה
איך כהאב נאר אזופיל געשריבען אז דארט ווי א חסידות מיט א רבי פינעם חסידות זענען פארמישט איז א צעטיל פין א בי"ד אויך נישט קיין סאך מייסגעבנט אויב האסטו געזען דעם איד אין די בלאט די לעצטערע צוויי דריי יאר
רבותי איהר זענט אלע זעהר גערעכט, זיי זענען פיינע אידען , מוסדות , רבי, חסידות, עסקנים, נניח אלעס איז אמת
אבער איך בין זיכער אז די אלע טענות האבן זיי דאך מציע געוועהן פאר בי"ד, און בי"ד האט געפאסקעט וואס זיי האבן געפסקענט
טא ווי קענען קומען אנדערע רבנים (גדולי הפוסקים?) וואס האבן געהערט נאר איין צד זאגן אנדערש?
באקומען אין אישית
חיים זילבערמאן,
לאמיר שרייבן אביסל היסטאריע.
די חיים זילבערמאן איז אלט 54 יאהר, אזוי אז קיין פערציג פופציג בויעט ער נישט קיין מוסדות.
איך אלץ א קלויזענבורגער חסיד איינער וואס וויסט אלע פרטים אין די פרשה, און איךםקען איך דיר זאגן אז איך נעם מיך נישט אהן פאר קיין איין זייט לאמיר דיר פארציילן דברים כהוויתן.
חיים איז א עסקן אלע יאהרן ביז רבינו שליט"א איז נתמנה געווארן אלס מרא דאתרא ומנהיג העדה, דעמאלטס האט ער מחליט געוועהן נישט צו פאלגן געוויסע זאכן און תקנות וואס רבינו שליט"א האט באפוילן וכדומה, למעשה האט נאך בשעתו די הנהלה עם ארויס געווועלט, דאס איז מיט יארן צוריק נאך פאר עס איז בכלל געוועהן א פרשה.
נישט נאר דאס קיין איינער נאך די אלע זאכן האט ער זיך ארומגעדרייט און גערעדט אויף רבינו שליט"א (איך ווייס נישט צו דיי ווייסט אבער אויב ביסטו א זאלוני זאלסטו ווייסן אז ביי אונז א רבי מיינט אינגאנצן עפעס אנדערש, עס מיינט א איש קדוש א עובד ה' וואס מען גלייבט און עהם, און נישט קיין פרעזידענט), דער עולם האט עס נישט אויסגעהאלטן, ער האט פרובירט צו טוהן געוויסע פעולות צו איבערשרייבן געוויסע זאכן און בניינים, וואס ווי פארשטענדליך קען מען עס נישט שרייבן כדי נישט עובר צי זיין אויף זאכן וואס זענען בגדר מסירה.
מען האט עם געוואלט בשעתו ארויסווארפן אבער עס איז אנגעקומען צו די אויערן פון רבינו שליט"א און דער רבי האט עס אפגעהאלטן, דאס איז אזוי אנגעגאנגען יארן לאנג, ביז ער איס אליינס אוועקגעגאנגען דאווענען.
די אלע יארן האבן זיינע קונדער זיך געבעטן צו עהם ער זאל אויפהערן מיט די מעשיות, עס האט נישט געהאלפן, למעשה ווען ער איז אוועקגעגאנגען איז קיינער פון זיינע קונדער נישט מיטגעגאנגען מיט עהם, מען רעדט דא פון א שטוב פון 12 קונדער.
די בנין אויף בעפארד עוועניו האט געבויעט נאר הערש מיילעך.
נאך א שטיקלה היסטאריע, ווען מען האט געקויפט דעם שטח האט די מוסדות, וואס די הנהלה איז באשטאנען פון 6 מענטשן געוואלט אפקויפן פון בעלזא זייער מיידל שולע אויף פרענקלין עוועניו, אבער דער ר' העשר מיילעך האט געשריבן פארקערט אז דארט וועט די מוסדות קענען מאכן געלט.
למעשה באצאלט פאר יענעם שטח האט א איד ר' י. ש. א גרויסע עושר, און פון דארט און וויטער האט ר' הערש אלימלך 'אליינס' געהאלטן די גאנצע מעשה, מען איז דעמאלט געקומען צום רבין פארפירן אז איין מענטש קען נישט אליינס פירן ווי גייט די געלט וכדומה, דער רבי האט אלעמאהל געענטפערט א איד ווי ר' הערש אלימלך איז באגלייבט.
מען האט געבויעט דירות, קיין איין דירה ליגט למעשה נישט אין די הענט פון די הנהלת המוסדות, עס ליגט ביי עהם און די האנט סיידי רווחים פון פאקויפטע און סיי רענט וואס ער מאנט היינט איין.
יעדער איינער וואס ואוינט אין די דירות האט געהאט פרשות (בראווער איז באוואסט) עס איז אפילו געוועהן איינער פון די אידן וואס האבן געהאט א הארץ אטאקע וועגן די פרשה, פאר א פאר יאהר צוריק איז ארינגעקומען א נייע הנהלה וואס ר' הערש אלימלך האט אליינס אריינגעברענגט, מיט די צייט האט ער זיי געזאגט אז ער וויל ארויסגיין און זיי זאלן פארענדיגן די בנין.
צוריק צו די הייזער מען האט עם גערופן צו דין תורות ער איז אין קארט, עס זענען אראפגעקומען צו רבינו שליט"א די גרעסטע רבנים ובתוכם וויענער רב שליט"א אדמו"ר מסקולען שליט"א בראשעווער רב שליט"א ועוד און זיי האבן געשריגן אז דער איד איז מרים יד בתורת משה בנוסף וואס עס קאסט אפ אידישע שטיבער.
דער רבי האט פארשפראכן קער צו נעמען, וכך הווה מען האט געצווינגען צו גיין צו די תורה, די פרשה איז נאר איין פרשה פון צענדליגער פרשות.
למעשה איז מען אריין אין דין תורה מיט בראווער און ער האט נאך די דין תורה גערפון די בי"ד אין קארט ויי "זיי האבן געפאסקנט פאלטש, די בעלי דינים זענען אליינס ארפגעפארן צו רבינו שליט"א און האט געטוהן כל מה שבידו צו מסדר זיין די זאך.
די איצטיגע פרשה איז אחד מני אלף, וואס רבינו שליט"א האט געצוויגען ארינצוגיין אין דין תורה ר' הערש אלימלך האט אליינס אויסגעקליבן די בי"ד.
ביים בי"ד האט ער געטענה'עט אז די מוסדות איז שולדיג (פארוואס קודם זאלן אלע הייזער אין ווערד פון דריי און צוואנציג מילאן דאלער צוריקומען צו די הנהלה...) די הנהל האט געשריגן לאוו בעל דברין דידי את, אבער רבינו שליט"א האט געהייסן די הנהל אראפגיין צו דין תורה, וואס דארט האט זיך לנאך א לאנעגע צייט זיך מתדיין זיין איבערגעוויזן אז די הנהלה איז גארנישט שולדיג, אזוי איז געוועהן די פסק, און שרייט אז דער בי"ד איז משוחד. ביים בארגן די געלט האבן געחתמה'ט ר' הערש אלימלך און ר' חיים.
עס איז געוועהן פרשות פאר זיך ווען מען האט פרובירט איבערצושרייבן די בנין אויף זיין פרייוואטע נאמען און מען האט די לעצטע רגע געראטעועט.
פאר צווי יאר צוריק ביי די חנוכת הבית פון די בנין איז אויך פארגעקומען א דינער, רבינו שליט"א האט גערעדט פונטקליך 8 מינוט ווי ער האט שטארק מרחיב געוועהן אויף די פעולות פון ר' הערש אלימלך און שטארק אריינגעגעבן פאר מענטשן וואס רעדן אויף עם.... דאס איז נאך אלע מעשיות.
די הנהלת המוסדות האט עס נישט אויסגעהאלטן אבער וואס קען צען טוהן דאס איז געוועהן היוצאים מפי קדשו.
א תקופה נאך דעם האט רבינו אראפגצוויגנען די הנהלה מיט ר' הערש אלימלך זיך זעצן און אדורעכקומען, מיט רבנים און פארהאנדלערס ביי דין תורה, ווי אלעמאהל האט רבינו געזאגט אז ר' הערש אלימלך קען זיך אויסוועלן די ווען און וואס ער וויל.
ביי דעם האלט עס יעצט און ער קומט זיך טענה'ט אז קען נאכנישט זיצן ווייל ער דארף זיכן די גוטע מענטשן און עס נעמט לאנג.
למעשה איז ער אן עושר אדיר, וואס דא איז די פלאץ דאס צו אויסברייטערן.
BTW ממש פאר ער איז ארויסגעגאנגען פון די הנהלה האט ער ארויסגענומען צוו גרויס מארגידזשעס אויף די בנין און נאך א בנין די געלט...
למעשה יעצט ביי דין ספעציפישע דין תורה איז דא א כתב סירוב (נישט ערשטע עס דא נאך אפאר סרובים אויף עם פון בראווער פרשה און נאך) ממילא מען האט עם מכבד געווהן שבת אבער קיין עליה האט ער נישט געהאט.
עס קען זיין ער האט טענות, ער איז א וואוילע איד אבער די תוואת הכסף פארדרייט עהם א קאפ.
איך נאר געשריבן אויף די שפיץ גאפל.
באקומען אין אישית
איך ווייס נישט פון ווי די נעמסט די מעשה פון זילבערמאן, וואס איך ווייס יא איז
1. ער איז געווארען א מולטי מיליאנער, יא די הערסט גיט א מולטי מיליאנער 25 מיליאן מינימום, אויף די חשבון פון קלאזענבארג, ער איז געווען א פלעינער נישט גיטע מלמד און קלאזענבארג, ווען ער האט ארויס גענומען א מארטגעדש אויף א קלאזענבארגע בילדונג און געקויפט לאטס, און געבויט דירות באגאנבעט טויט און לעבעדיג, עס איז נישט דא קיין איין ציפרידענער מענטש וואס האט געקויפט ביי אים א דירה.
2. ער האלט אונמיטען עטליכע דין תורות אלע בתי דינים אין אמעריקע קענען איהם מיט זיינע טריקס.
3. אלס די מארטגעדש לאז מיך דיר עפעס דערציילען, ער איז א שוואגער מיט:
1. ניימאן פון טאהש וואס האט געטוהן וואס ער האט געוואלט טוהן, ארויס נעמען א גרויסע מארטגעדש און אפ-פיצען. נאר די קלאזענבארגער יונגעלייט האבען עם געכאפט באצייטענס, נאכען איבער שרייבען די בילדונג אויף א פריוואטע קארפארעשען פון עהם מיט זיינע טעכטער, און עס געסטאפט.
2. אויך איז ער א שוואגער מיט דעם באוויסטען עוכר ישראל גנב גזלן נואף וכו' הידוע לשימצה אברהם בער פריעדמאן.
זיי האבען אלע חתונה געהאט צי דריי שוועסטערס.
איך בין זייער באקאנט מיט די מעשה ווייל איך בין א וויקטום פון עהם.
שלום עליכם אידן!
איך האב שוין געשריבן אנהייב וואך בנוגע דעם פאבליק גנב! און עוכר ישראל! יא איר ליינט גוט עוכר ישראל!!! הירש מילך און זיין שותף אח לצרה חיים.
עס איז מיר נישט אויסגעקומען די וואך געהעריג צו שרייבן דא אויפן פארק בנוגע דעם ענין, אבער דורך די וואך איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט פרשידענע מענטשן בנוגע די פרשה, ליינט פרשיות! און וואו אויך האב איך באקומען מערערע דאקומענטן און בריוון וואס איך ברויך נאך אריינסקענען ועוד חזון למועד.
איך קען אייך זאגן עס איז לא יאומן כי יסופר מיט וואס א רשעים מען רעדט דא!!! דאס ווערט אנגערופן אויף ענגליש ORGENIZED CRIME!!!
איך וועל פרובירן נאר אויפן שפיץ גאפל צוברענגען ראשי פרקים פון מעשות! און נעמען פון מענטשען וואס ער האט באעוול'ט ליינט באגנב'ט!!! און רבנים וואס האבן שוין מיט אים גערעדט!!! אין שוהלן וואס מען האט אים שוין ארויסגעווארפן!!!
לאמיר אנהייבן מיט א שטיקל הקדמה:
די קלויזענבורגע הייזער
די קלויזענבורגע הייזער איז אויף וואלאבאוט פון די צווייטע הויז פון ווייט פיר גרויסע הייזער וואס איז איעדע הויז וואוינען איבער צען גרויסע משפחות, די לאט האט די שטאט אוועקגעגעבן פאר קלויזענבורג בחנם! א שטייגער ווי די מלמדים דירות אויף ראס און ווילסאן,
במשך השנים איז פאר הירש מילך געלונגען דאס איבער צושרייבן אויף זיין פריוואטע נאמען / קארפרעישאן בית הלוי וואו הירש מילך שר"י זיין אח לצרה חיים און זיין טאכטער אייזענבערג פיגורורן אויסשליסליך! אויף די קארפערעישאן.
קאורט! רשעות!! דין תורות!!!
פון ווען ער האט אנגעהויבן בויען פאר בערך אכצן יאר צוריק! ביז היום יום! וויפיל גניבה! רשעות!! רציחה!!! דין תורות!!!! קאורטס!!!!! אידיש בלוט!!!!!! איז דארט פארגאסן געווארן! די האר פון קאפ קען זיך אויפשטעלען!
פרשת הערצאג!
ווי ער האט אים אריינגעשלעפט און קאורט! נאך יאר'ן וואס ער האט פאר אים געארבעט אלץ עלעקטערישאן! (מיר האבן און באזיץ מערערע דאקומענטן און בריוון פון די פרשה וואס איך האף בקרוב ארויפצולייגן)
פרשת פריינד!
א חשובע סאטמאר'ע איד ר' אברהם יושע פריינד וואס נאך יארן ליגן מיט זיין אויסגעהארעוועטע געלט! האט ער אים ארוסגעווארפן ווי א הונט! אנטשולדיג'ט נישט ווי א הינט! נאר מיט הינט!!! פרעגט אייך נאר נאך ביי די שכנים! אדער ביי חברה שומרים!!
פרשת ליפא אקערמאן!
פרשת מענצער!
פרשת עקיבא בינער! וואס נאך יארן ליגן מיט זיין געלט איז ער אליינס אנטלאפן פון דארט נאכדעם ווי דער הייליגער ברך משה זי"ע האט מיט זיינע הייליגע אויגן געזעהן מיט וואס א חיות מען רעדט דא! האט ער אים געהייסן הייבן פיס פון דארט!
פרשת בראווער!
איז שווער צושרייבן ווייל עס איז נאכנישט פארטיג!
פרשת הרה"ג ר' ישראל בצלאל ווערצבערגער!
וואס עד היום איז ער אים נאך שולדיג ריזיגע געלטער!!!
און ועל כולם
פרשת שימון!!
וואו ער האט פון אים געבארגט איבער א האלב מיליאן דאללאר! צו בויען די קלויזענבורגע מלמדים דירות אויף וואלאבאוט, ווי צוויי פון די פיר הייזער האט ער פאר קויפט, און פון די איבריגע צוויי הייזער טוט הירש מילך קאלעקטן פון זיבעצען אפארטמענטס דריי טויזענט דאללאר! א חודש! דאס איז א קיימא לן פון איבער פופציג טויזענט דאללאר! א חודש! דאס איז גראד פאר אים און קעשענע! נישט פאר די מוסדות! און נישט פאר זיינע בעלי חובות!!
איך ווייס נישט ווי אזוי מען שעמט זיך נישט צושרייבן אויף אים ארימאן?!!
איך ברויך גיין המשך בקרוב אי"ה איבר די נושאים:
1) פון רבנים וואס האבן שוין מיט אים גערעדט
2) אין שוהלן וואס מען האט אים שוין ארויסגעווארפן
3) ווי אויך דאקומענטן און בריוון
_________________
מר פעטרסאן08
זעהט אז דער פארשוין אין אישית זאל אייך ניט צו נער מאכען.
און צי אייך מר אישית
חיים זילבערמאן איז מיט א 10 - 15 יאר עלטער ווי איר שרייבט, און געווען איז ער אן עסקן נאך אלץ בחור ביי דער פריעדיגן רבי.
ווען איר וועט ליינען די אנדערע בלעטער פון בי"ד - וואז איר ווילט נישט דא ארויפשטעלן - וועט איר זען אז מען האט גערופן די פירערס פון די מוסדות מ. וו. און י. ה. און זענען ניט געקומען צום דין תורה, און אז בי"ד שרייבט קלאר אין פסק אז די מוסדות האבן דערהאלטן דאס געלט און זיי דארפן באצאלען, ווי אויך אין די שטרי בירורין איז אינטער געשריבען קלאר אז די ד"ת איז נאר איבער ווי דאס דאס געלט ליגט.
פאר די לאט האט י.ש. גארניט קיין געלט געטון געבן אלס האט ה.מ.ז. פארזארגט, געדענקט גיט די מעשה מיט וויען וואס האט זיך געשלעפט צוויי יאר און איר אלע זענט אנטלאפען פאר פחד ווי פונעם טויט אין נאר ה.מ.ז. מיט ח. ז. האבען עס געליווערט פאר אייער רבין.
מיר ווייסען אז עס קרענקט אייך אז מאנכע האבען אויסגעדרייט דעם דאטשיק און פאררופן זיך פארהערערס פון דעם פירער אין קרית צאנץ, אבער דערפאר מיז מען ניט עפענען די פיסקעלך און זיך אויפפירען ווי אן הארעפאשניק און ענדלען ווי די אנשי הגר וועלכע האבען דערביטערט דאס לעבען פון אייך מיט אייער רבין.
נ.ב. ווער האט יא עולה געווען ביי מנחה ?..
יא יא שיינע מעשיות
ווי עס זעהט אויס האנדלעט זיך פין א איד וואס האט זיך אוועקגעגעבען פאר די מוסדות זיין לעבען די לעצטע פערציג יאר, און גראדע איז ער אויך א גביר, פארשטייט זיך א גביר האט סכסוכים מיט מענטשען, ווייל דער ארימאן וואס ארבעט אויף א דזאב און פארדינט זיין צען דאלאר א שעה קומט נישט צו קיין גרויסע סכסוכים.
א קיצור, דער איד האט נישט אזוי געהאלטען פין רבין זאל זיין געזונט, און די "עסקנים" פראבירען מאכען פרעשור אים צו לייגען אין דער ערד אריין פארדעם וואס ער האט אלע יארען געטוהן פאר קלויזענבערג, דער שייגעץ, ער איז נאר אוועק געגאנגען אויך, אוי וויי, און זיין גאנצע געלט וואס ער האט, האט ער אוודאי געגנב'ט, עס מוז דאך זיין, און ער רעדט אויף'ן רבין, איז ער דאך אן עוכר ישראל אויך.
אקיצור מען גייט צו דעם וואזנער, וואס אויף אים איז דא לשון הרע גענוג, ער גיט א פסק, א פסק וואס איז נישט עולה על הדעת, איך ווייס נישט קיין פרטים, אבער דער פסק וואס איז דא פריער געברענגט, וועגען זעקס חדשים, זעהט אויס ווי א פסק פין סדום, און ער פאלגט נישט, און ווי די חברה אליין שרייבען דא, זיי מיינען נישט דעם סכסוך, זיין מיינען פשוט כפשוטו נקמה.
וואס טוט מען פאר א מורד אין רבין? א עוכר ישראל? א גביר? א עקשן וואס האלט זיך ביי זיין גערעכטיקייט? מען פארשפרייט פאשקעווילען. פארוואס נישט??????
אבער צום שלוס, אביסעל דרך ארץ פאר אן עסקן פין אלע יארען.
אוי לו לעיסה שנחתומה מעיד עליה. אויב דער קלויזענבערגער רבי שליט"א אליין האט אויף אים געזאגט אלען יארען גוטע ווערטער און דברי שבח, דארף מען גארנישט מער פין דעם, דאס מיינט אז דא האנדעלט זיך פין קנאה ושנאה.
Rotzer and BoroParker you got it straight. Keep in mind that the facts came out in the first psak din. They moved 180 degrees in the final psak din - for no good. Or maybe a good reason. Like Patterson - Blinded from ----------. Got it.
This is called a official holdup on an innocent person - at least in this incident. This is by the own admission of the so call bais din. At any rate Hon Patteson keep this in mind - Put your mind into gear before you put your pen into action. It is easy to say what you wouldhave liked to have happened. But what happenned negates your writing and changes the whole situation - at least in this matter.
שמעו נא המורים
כבר הוא באמצע הלילה ולא אברא לילה אלא לשינתא. אל תבלו הזמן בשתויות ולשון הרע לכו אל:
www.toratapes.net
שמעו ותחי נפשכם
האיש וואזנער הוא גזלן מוחלט בלי שום ספק. ידוע הגעשיכטע של ראזענגארטען מבאבוב עם משמרת סתם. הוא (וואזנער) הציג את ראזענגארטען ערום. ואח"כ נודע שוואזנער הי' שותפו של גרינפעלד בעסק משמרת סתם. ואפר שגם כאן הוא משותף עם הכ"ק אדמו"ר או עם שימאן או .......... וויי
ראצער! יגדיל! וכל שם וחניכי דאית ליך...
GET TO THE POINT PLEASE!!!
דאס איז נישט קיין קלויזענבארגע אישו!
זיי מוחל און פרוביר צוענטפערן פרשה ביי פרשה!! וועם גייט אהן וואס דער קלויזענבארגער האט אויף אים געזאגט??
ווי קאמיש איז וואס PROD2 צווישן די שורות:
at least in this incident.
THAT SPEEKS VOLUNE! LOUD!! AND CLEAR!!!
Hey LOGISH. Your logic is a little warped. We are dealing with this incident and I am not familiar with any other. Hey you wana judge from other incidents? Then this Bais Din are a bunch of ....... I dont want to say it. They have a whole Kipa shel Sherutzim behind front and center and I don need to elaborate any more. For the info of ya all I am still going to post the whole protocol of the so called din torah, blow by blow, and Logish, Rotzer, Patterson, Boroparker, Baachi, Redendik etc can form a BD of 71 Yoshve Krunois and judge for us all. At that point the crime of this bais din will stick out like a sore thumb
שמעו נא המורים יושבים על מדון כבוד ביד"צ של הייד פארק המעטירה בראשות הגאונים והצדיקים כ"קמיראן הגאון פאטערסאן העוור בעיני השכל והחכם בדומה לו לאגיש שליט"א.
מעשה שהי' כך הי':
איש אחד הי' בעיר ב"פ יע"א ושימאן (הגדול) שמו. הוא נשא אשה בת אחד שהיו לו רק שתי בנות. והשם ברכו בעושר גדול. ויהי היום ואחות אשתו של שימאן מתה - ברוך דיין אמת.
שימאן נתן עיניו ברכושו של חמיו לבל יהי חולק עם יתומי האחות המתה והוציא מתחת ידו קרוב למליון דאלער בהתנכלות לטהרה. שימאן (הקטן) לווה מאחיו כמו מאה אלף. הוא לקח כמו שמונה מאות "ולווה" למוסדות קלויזענבערג בהנהגת המנ"כל הרב זילבערמאן. הוא לקח הכסף בנקי כפיים לתועלת המוסדות. אחר זמן מה בא שימאן ובקש מאת ה.ל.ז. כתב ערבות אודות הכסף באמתחת המוסד. ה.ל.ז.בתמימותו נתנו לו על סך הכל כמו 850,000. אחר עבור זמן מה תבע ש. את פקדונו. המוסד התחיל לשלמו עד שנשאר סך ערך 450,000 . אז באמצעות האדמו"ר ניתן לו אפותיקו(MORTGAGE) על זה הסך הנשאר והכל היו שמחים. המוסד נתן לש. תשלומי חלקי. בא היום והמוסד פסק מלשלם בטענת אין לי או בלי שום טענה. אז החליט ש. להזמין את האחים זילבערמאן לדין. ש הגדול הבטיח לש הקטון באם יוציא חובו מז. אז ימחול לו על חובו. כמו ישראלים כשרים עמדו לדין וחתמו בקאג"ס כמו אידיאטען כשהרב אמר להם שכך הם מחוייבים לעשות.
עכשיו הטענות:
ש הא לך שטר חוב של 850,000 ותן לי תשלומין
ז. קבלת תשלומין מה שהוא נגד החוב
ש. כלום
ז. יש לך עוד שטר על זה החוב
ש. לא
ז. הוכיחו בראיות ברורות שזה השטר הי' לערבות ולא הלוואה
שכבר קיבל יותר מ500,000 כתשלומין
שקיבל אפותיקו על חוב הנשאר בזמן האפותיקו
אחר דין ודברים והוכחות וראיות ברורות הודה ש. שכך היתה רק הי' לו אמניזיא אודות קצת מהפרטים שהם נגדו. הבי"ד הסכים ע"ז וכתב פס"ד חלקי. ובתוך הדברים:
חלק גדול מהחוב/פקדון כבר קיבל שימאן
חיובו של האחים זילבערמאן הוא רק בתורת ערבות
על שימאן מוטל לשכנע האדמו"ר שיסדר חובו לבל יהי' חילול השם
ובעצם הסכום נדון אותו לאח"ז
כל הנ"ל הוא בכתב יושר דברי אמת כתוב וחתום מכת"י הדיינים וחתום ע"י ספרי דדיינא
בסיום הדין הפכו הדיינים פניהם כשולי קדרה וחייבו הדיינים האחים ז. ביותר מ500,000 בלי שום נתינת טעם וריח. וע,ז כתבו הסירוב כששאלו האחים ז. האיך דנתנו.
עכשיו רבותי דיינים מומחים דינו לבקר משפט. והאי לכם כמה פרפראות:
א. אסור למלוה לתבוע ולגבות מערב קודם שיעשה כל צדקי לגבות מהלווה
ב. כשהלווה הציג אפותיקי לטובת המלווה פסקה חיוב הערב והלווה צריך לתפוס האפותיקי עבור תשלימי חובו.
ג. שימאן (הגדול) הוא מאשקא של האדמו"ר
ד. האחים זילבערמאן התחברו להאדמו"ר מא"י
עכשיו דעו וראו מי הצדיק ומי הרשע מי הגזלן מי הגנב מי השקרן מי הדובר אמת מי העושק ומי הנעשק מי המעוות הדין מי הכופר בחי עולמים.
Mr Patterson, your source is giving you all the names from unemployed people and people with shulem bayis problems who were looking to take advantage from H.M.Z. like herzog...Ackerman who doesn't pay his maintenance fee and everyone in the building has problems with him... It's interesting that he left out one name Lipa S. Maybe it's a relative of his?i
I just got the information that he gave over the aliya to an out of town family member
עס מוז אויך ארויסגעברענגט ווערען, אז אין קלויזענבורג (ב"פ) איז דא אינגעהוירע אלימות און דראהונגען אויף יעדער וואס גייט אוועק, באבוב און סאטמאר קומען נישט צו זייער קנעכעל.
עס פארציילט מיר א איד גראדע א וויזניצער חסיד פין מאנסי, אז ער האט געהאט חתונה געמאכט א אייניקעל, און און מיטען א שבע ברכות וואס איז פארגעקומען אין קהל חסידים, קומען אריין צען בחורים צו אינגע אינגעלייט פין קלויזענבארג דב"פ און זיי האבען פשוט געמאכט קולות וברקים אויף דעם מחותן, מבזה געווען, און צושטערט די גאנצע שבע ברכות.
דאכט זיך אז א מעשה אלימות בכגון דא, קומט נישט פאר אין קיין שום אנדערע פלאץ, איך וואלט מורא געהאט צו גאראנטירען פאר בעלזא אין די גוטע צייטען, אבער אויסער דעם, איז דאס בל ישמע.
ממילא ווען מען האט צוטוהן מיט אזעלכע חברה, איז די בעסטע צו זיין א מוסר דינו לשמים, יבא בעל הכרם ויכלה הקוצים מן הכרם.
im sorry i just got a msg that i did not write out the whoel name its rabbi lipa silberman i think your ................
the prev. msg is for patrson and all his stupit fans............i hope you will got it deep............
באקומען און אישי
איך אלס קלוזענבורגער חסיד שוין פאר איבער פופציג יאר
איך כהאב ביז איצט נישט געוואלט שרייבן אבער אז באראפארקער האט אנגעהובען וועל איך ענדיגן
די טרור וואס גייט פאר אין קלוזענבורג אז אויב איינער טראכט נאר אנדערש אפי' במחשבה איז זיין בליט מותר פאר יעדן והא לך ראיה דעי פרשה
וואס און הארץ האלטען אלע עלטערע אידן מיט מיט די צוויי חשובע ברידער אבער מען ציטערט צו גיין אקעגען די אינגעלייט אזווי באראפארקער האט שוין פריער געשריבן
נאכאמאל אין נאכאמל זיי זענען געפאלען א קרבן צו די קלוזענבורגער מוסדות זאלן די אלע וואס האבן טענות צו די זילבערמאנס גיין מיט א שיבודא דר' נתן צו די קלוזענבורגער מוסדות וואס קומען פאר זיי אן א שיעור געלט
באקומען אין אישית
איך האב נישט גענימען קיין שטעלנוג, איך באקום צענדליגער אין תיבה אישית איך וויל דא קלאר זאגן איך האב נישט גענימען קיין שטעלנוג.
א גוטן,
איך ווייס נישט אויב די אלע מעסעדזעס וואס די באקומסט אין אישית איז פון איין מענטש אדער פון מערערע מענטשן, אבער איין פלאץ זעה איך "" און אין א צווייטע פלאץ האקט מען אויף דעם הערש מיילך ווי אויף דעם ערגסטן וואס קוקט אויס ווי פון איינער וואס נעמט יא א זייט.
למעשה ווי אזוי ס'זאל נאר זיין, זעה איך אז די באקומסט אינפארמאציע נאר פון איין זייט (אדער איגנארירסט די פשוט די צווייטע זייט).
למעשה לאז וויסן פאר דער וואס שיקט דיר די אינפארמאציע אז די צווייטע זייט האט אויך אסאך ארויפצולייגן וואס זיי האלטן זיך צוריק ווייל ווי נישט ווי זענען זיי דאך חסידים און דאס וועט ברענגען גאר ווייניג כבוד פאר קלויזענבורג, פרעג אים צו ער וואלט געוואלט מ'זאל לייגען די צווייטע פאשקעוויל וואס איז געווען פארשפרייט די וואך.
יעדע זאך האט א פרייז, און אז מ'שיסט דארף מען זיין גרייט צוריקצובאקומען, די פאלעסטינע האבן געשאסן כאפ'ן זיי צוריק, ביי דעם איז נישט דא גערעכט און נישט גערעכט, מ'קען זיך טענה'ן אהין און צוריק יעדער האט וואס צוריק צוזאגן, אדער וועט איינער בלייבן גערעכט, אדער נישט אבער ס'איז אייביג בעסער ווען מ'דארף נישט צוקומען צו דעם בכלל.
ביטע שיק די מעסעדז פאר יענעם אין אישית, ס'קען ווערן געשיקט אין מיין נאמען, און טאמער ווייסט ער נישט ווער איך בין זאג אים אז איך בין גרייט זיך צו אידענדיפיצירן מיט מיין אמת'ן נאמען.
ניין! איך נעם נישט קיין זייט אין די מחלוקות, איך פערזענליך האלט אז ביידע צדדים זענען נישט גערעכט זיי האבן ביידע געטוהן געפערליכע עוולות, אבער צו גיין באשמוצען א מענטש אויף אזא נידריגע וועג, נאך דערצו ווען ער שטייט היינט צו פירען א קינד אונטערן חופה, אוועק הרג'נען א שמחה, אוועק הרג'נען א משפחה, מיט וועלכען היתר קען מען צאפען יענעם'ס בלוט, דאס ווערט נישט דערמאנט אין די בריוו פון בי"ד.
אז די ווילסט קענסטו אריינלייגן מיין מעסעדז אונעם פורום אבער דארט וואלט איך נישט געוואלט לייגען מחט מיין נאמען.
און פון דיין זייט וואלט טיך דיר געבעטן אויפצוהערן שרייבן אין די נושא, און אויך בעטען פון די מנהל אויסצומעקען דעם אשכול.
מורי ורבותי
קודם מוז איך אפגעבען א שבח והודיה לה' אז ענדלעך קומט דער אמת ארויף אז נישט נאר סאטמער זענען די בעלי מחלוקת, אדרבה! די קלויזענבורגע זענען פיל מיט רשעות הגויים און וועלען טוהן וואס אימער ווען זיי ווילן שלאגען!!!! הכר נא למי החותמת והפתילים האלה
יעצט צום פוינט, קוקט אלע אויף דעם ערשטן "פסק דין חלקי" (כ'האב געלייגט די הענט אויף איינס, אבער עס האט אויסגעמעקט געוויסע נעמען - ואתכם הסליחה) וואו אלע זענען מודה קלאר אז דאס איז חוב פונ'ם מוסדות, ואין חולק ואין מחלק ע"ז. די גאנצע שאלה איז נאר אויב די מוסדות וועט ח"ו נישט באצאהלן, צו דער זילבערמאן'ס זענען עפעס שילדיק צו נישט
ועליכם קלויזענבורגע אקרא: שעמטס ענק כאטש מיט ענקער רשעות, ווייל קלונכם מתגלה ברבים, עס וועט ענק גארנישט העלפען דא, מיטן זיך פארענטפערן ווערט עטץ נאר מער צו שפאט
[בילד – נישט אפגעהיט]
מה נאמר מה נדבר.
אזוי זעהט עס אויך.
אין אישית האב איך שוין באקומען סטראשעס און טעראר פין אפאר קלויזעבורגער תינוקות שנשבו. נעבעך נעבעך.
בעיקר איז א רחמנות אז זיי רעדען זיך איין זיי וועלען אהנקומען מיט זייער טעראר.
און צום ענין.
און ווייסען מיר אז אין די תורה שטייט אז שמיטה אין משמטת כספים, מען דארף נישט באצאהלן קיין חובות.
דא האט דער בי"ד שבט הלוי מחדש געווען אז זעקס חדשים איז משמט, גייט אדורך זעקס חדשים, מוזען די מוסדות נישט באצאהלען, וויי געוואלד, און אז מען פאלגט נישט זייערע "חידושים" גיט מען ארויס א סירוב.
אוי נא לנו כי חטאנו, אז מען האלט שוין בעקבתא דמשיחא, און די דיינים האבען אזא פנים, אז זיי שעמען זיך שוין נישט מיט זייערע קורופציע, און גייען אהן און פילען שוואנג לעיני כל.
ייש"כ רעדעדיג פאר ווייזען דכם ארגינעלין פס"ד חלקי וואס איז יצא סרכו בהספדו. ביי בי"ד איז באוויזען געווארען אז שימאן האט ערהאלטען א מארדגעזש פון די מוסדות אויף זיין חוב. פארוואס טוט שימאן נישט פארקלאזען ?
ע"פ הלכה איז נישט דא קיין חיוב אויף איין ערב צו באצאלען נאר ווען עס איז אום מעגליך צו קאלעקטין פון דעם לווה? פארוואס איז בי"ד אויב אזוי מחייב דעם ערב ווען דער לווה (קלויזענבערג) האט צענדליגער ליידיגע לאטס אין ב"פ?
איז עס אמת ווי איך הער לאזט מען נישט אריין דעם מסור הערש מיילעך זילבערמאן אין כמעט קיין שום בית מדרש אין וויליאמסבורג אחוץ ביהמ"ד האניפאלי וואס ווערט געפירט דורך ר' מאיר שנעעבאלג וואס ער פייגערט נעבעך פאר א מתפלל נאכן זיך צוקריגן מיט א דריי פערטאל בית המדרש
קען דאס איינער קאנפירמען??