היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ווי אזוי די מדינה הציונות קען בטל ווערן אן מלחמות

ווי אזוי די מדינה הציונות קען בטל ווערן אן מלחמות

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2556145

הערשעל » 11/1/2009 20:28

יעדער סאטמארער חסיד ווייסט ווי שטארק רבינו הק' זי"ע האט געבלוטיגט איבער די א.ג. "אידישע מדינה" און אירע פילע פראבלעמען וואס דאס האט געברענגעט פאר יעדע איד איבער די וועלט, אפי' אין פרידענס צייטן ווען עס איז נישט פארגעקומען קיין מלחמות אין לאנד, און אפגערעדט ווען עס איז יא געווען שעת מלחמה וואס מ'זעט ווי אנטיסעמיטיזם שפראצט ארויס גאר שטארק איבעראל אין דער גארער וועלט.

אן עקסטערן אשכול איז שוין דא וועגן די שיטה בכלליות, איך וויל נאר צולייגן איין נקודה מיט א נייעס וואס איך האב שוין אסאך מאל באמערקט צווישן די שורות פון פארשידענע צייטונגען.

איינע פון די שווערע זאכן וואס מען הערט יעצט ביי אלע חסידי סאטמאר, וואס מען קען הערן אין אסאך שמועסן מיט מענטשן אין די בתי מדרשים איבער וואס מען זאל מתפלל זיין אין די יעצטיגע צייטן. זאל מען מתפלל זיין אז די אראבער זאלן געווינען? דער באשעפער זאל אפהיטן אויב דאס זאל חלילה פאסירן, ווידער פארקערט, אז די ציונים זאלן געווינען? גרעניצט זיך דאס מיט כפירה רח"ל.

עס איז דא געדרוקט פון רבין ז"ל אין פארשידענע דרשות אז די מדינה דארף בטל ווערן פאר משיח וועט נאך קומען, ווי די גמ' זאגט אין בן דוד בא עד שתכלה מלכות הזלה מישראל, און מענטשן האבן אסאך מאל פראגעס איבער ווי אזוי דאס קען פאסירן, געב איך דא עטליכע לינקס וואס מען זעט קלאר אז ס'איז דא אזא מעגליכקייט, וואס אוודאי איז ביים רבש"ע דער כל יכול דא אן א שיעור מעגליכקייטן ווי אזוי דאס זאל פאסירן איז אבער אינטערעסאנט אז דאס ווערט שוין ארומגערעדט אין פארשידענע קרייזן אינערהאלב די מדינה אליינס.

אן אלטער ארטיקל וואס כ'האב אפירגעקראצט נאכדעם וואס איך האב געטראפן ארומרעדן די זעלבע זאך אין היינטיגע צייטונגען:

http://archive.newsmax.com/archives/articles/2004/1/11/124803.shtml

די וואך אין טיים צייטשריפט:

http://www.time.com/time/world/article/0,8599,1870314-3,00.html

בתוך הדברים שרייבן זיי:

Not only would Israel cease to be a Jewish state, it would no longer be a democratic one either, unless Arabs are given a fair share of power. A few bold Arab intellectuals are saying Palestinians should abandon the idea of a two-state solution and just wait until they outnumber the Jews.




ארגינעלער » 11/1/2009 20:41

די מדינה קען בטל אויף א פרידלעכן אופן לויט אלע ווארשיינדלכקייטן
נאר דורכ'ן מלך המשיח, ווי דער רבי זי"ע ברענגט דאס ארויס צענדליגער מאל  

Baachi » 11/1/2009 21:44

 הערשל

שלום עליכם, איך וויל האבן דעם פארגעניגען צו ענטפערן מיין ערשטע תגובה אויף דעהם פארום צו דיר

פאר וואס דוקא צו דיר?

ווייל איך זעה דו ביזט אגוטע נשמה

ווי אזוי זעה איך דאס?

קוק אהער, איך פארשטיי אז דו ביזט געקומען צו די מסקנא אז גאט אליין האט זיך דא טיהף פארפלאטערט, ער איז אוודאי גוט אנגעזעצט אז די סטרא אחרא האט איהם אזוי געשמאק געוארפן איבער דראנג, איהם אריין גענארט מיט א מדינה, יעצט קען זיך דער אלטער נישט קיין עצה געבען דערמיט. נישט אראפצושלינגען און נישט אוסצושפייען.
האסטו דו הקטן זיך מרחם געוועהן אויף איהם, אין צו געווארפן עטליכע מראי מקומות, וואס ער האט אוודאי פארזעהן - ער קען דאך נישט קיין ענגליש- כדי איהם ארויס  צו העלפן

דאטס סא נייס אוו יו    

איך- א שטייגער, וואלט עס קיינמאהל נישט געטוהן פאר מיין גאט, איך בין א ייד וואס  איך דיהן דעם אלוקי אברהם יצחק ויעקוב דעם קונה הכול - ואדון הכול שהוא נוטה שמים ויסד ארץ ומושב יקרו וגו' (קוק אין דעהם  אידישן  סידור צו סוף אין תפילת עלינו) איך גלייב אז אמת מלכנו אפס זולתו , ער האט געמאכט מיך אין דיך אין די מדינה און דעם פארום מיט טיים מעגעזין און ער דארף איבערהויפט נישט מיינע עצות. 

טאמער פאלט מיר דאך איין אמאהל איהם צו געהן איין עצה, ציטער איך ער אפשר וועט עס איהם געפעלן, און ער וועט  מיך ארויף רופען צו איהם דורך צושמועסן די פרטים...    
    
סאיז מיר אבער זעהר אינטערסאנט צו וויסען צו וועלכען גאט די דינסט? בפרט ווען דו שרייבסט אזא גוטען היימישן אידיש, ממש ווי אחב"י,  

ביי דע וועי, איך זעה אז דו האסט רחמנות אויך אויף אונזערע חכמים וואס שרייבן דעם אין בן דוד בא עד שתכלה מלכות הזלה, און דו ווילסט צו העלפן דיין אלטן גאט, אויף דעהם  קען  איך דיר שוין יא געבן איין עצה.

זעהסט, די גמרא ווייטער דארט זאגט אין בן דוד בא עד שתכלה פרוטה מו הכיס, 
איז עס יעצט מיין אבסאלוטער פארגעניגן דיך צו באקאנען מיט איינעם וואס וועט דיר צו העלפן מקיים פסק זיין, 







ער הייסט בערני מעדדאף  
ער וועט דיר מקרב זיין די גאולה.

והוא בדוק ומנוסה 



 

תוקן על ידי - baachi - 11/01/2009 21:55:25

_________________

ארגינעלער » 11/1/2009 23:53

באטשי מחילת כבודך הרמה

דיינע ווערטער שמעקט מיט כפירה

Baachi » 12/1/2009 00:49

 אריגינעלער

זעהט אויס דו האסט נישט געליינט מיין גאנצע תגובה.

לייען וועסטו פארשטיין (איך האף)
אז איך בין א טאקע כופר באלהי הערשל,
איך גלייב נאר באלקי ישראל.

געגאנגען » 12/1/2009 01:18

הרב באטשי.

א זשאוק דא און א זשאוק דארט איז נישט גענוג איבערצואווארפן די פעלזן פעסטע יסודות וואס רביה"ק זי"ע האט אהערגעשטעלט אין זיינע גאונות'דיגע חיבורים. איך בין עכט 'סארי' אבער די תורה הק' איז שטארקער ווי אלע זשאוקס און ווערטלעך.

אגב, דו גלייבסט אז דער זעלבער אלקי ישראל האט באשאפן צב"ש יאשקע'ן? אדער די חאמאס רוצחים?

לויט פשוט'ע סטאטיסטיקס, אויב משיח איז חלילה נישט דא אין די קומענדיגע צענדליגער יארן וועט די דעמאגראפיע אין מדינת ישראל זיין אייניג צוטיילט צווישן חרדים און אראבער, מיט א קליינעם פראצענט פאר די פרייע וועלכע האבן נאכנישט יורד געווען פון די מדינה. וואס וועט דיין באשעפער דאן זאגן/טוהן?!

Baachi » 12/1/2009 01:46

ביי מיר חבר לעבן ווען איינער גיט עצות דעם רבש"ע וואס צו טוען, איז אדער א צעהן שטעקעדיקער שוטה אדער האט אנדערען גאט.

בכל אופן שהוא איז עס ליצנותא דע"ז

דער בוכ"ע האט באשאפן יאשקע מיט חאמאס, יא 100%
 
דו פרעגסט וואס צו טוהן? מיר האבן א תורה, דארט שטייט אז טאמער גויים אטאקירן יידן מוז מען מיט זיי  מלחמה האלטן,  כאטש דער אייבירשטער האט געשיקט די גויים.

און אז סזענען דא פרייע אידען וואס שטעלען זיך איין דאס לעבן פאר מיר, בין איך זיי מכיר טובה אין איך בין מתפלל צו זייער הצלחה.

למשל

מיין טאטע האט א הארץ פעלער,  איך ווייס אז דער הארץ פעלער האט דער רבש"ע געמאכט, אעפ"כ ליגט אויף מיר אחיוב ע"פ צו היילען אפילו דורך א דאקטאר א כופר.
 
פונקט ווי איך בין מתפלל פאר פרייען דאקטער א מחלל שבת אוכל נבלות ער זאל מצליח זיין מיט זיי הארץ אפעראציע אויף מיין טאטן. כאטש ער האט געלערנט דאקטאראט תוך כפירה בעיקר.
 
קאפשטייסת?

וועגען מערהייט אראבער אין ארץ ישראל, אין  צעהן ביז פופציג יאהר,  לא מחכמה שאלת על זאת

א) ערשטנס דאס איז נישט אונזער דאגה, אז מוועט פרעגען ארב א שאלה וועט ער זיך מזדקק זיין צודעהם.
ב) דו ווייסט נישט וואס סוועט זיין מארגן, זארגסט זיף פאר פופוציג יאהר ארום
ג) ארץ אשר עיני ה' אלוקיך בה איז עס דעהם באשפערס דאגה, ווער סהאט ארויף געפיהרט קיין ארץ ישראל, וועט זיך אויך זארגן אויף דעהם
ד) די פרייע כופרים  שרעקן  שוין אזוי זעכציג יאהר,  אין מזעהט בשיינפערלעך אז דער פראצענט פון אידען צו אראבער איז דער זעלבער כמעט זייט די מדינה שטייט.  

געגאנגען » 12/1/2009 02:35

beating around the bush, again.

די איינציגע זאכליכע זאך וואס דו לייגסט אריין אין דיינע ווערטער איז דער גרעסטער ליגנט פון צוואנציגסטן יאר הונדערט וואס די מזרחי האט איינגעפלאנצט ביי א גרויסן טייל פון היימישן ציבור.

אין מיין תורה שטייט זייער קלאר אז אידן טארן נישט מלחמה האלטן מיט גויים. אודאי ווען יענער קומט דיר אטאקירן און דו האסט נישט קיין וועג ארויס מעגסטו זיך פארטיידיגן, אבער ווען קיינער צווינגט דיר צו האבן א לאנד - אפגעזען פונעם פאקט אז ס'איז מפורש קעגן די תוה"ק - האסטו נישט קיין רעכט צו אטאקירן דעם גוי וועלכער וויל סך הכל צוריק זיין אלטע הויז.

אשר על כן איז אן איסור גמור מתפלל צו זיין פאר די הצלחה פון די צה"ל סאלדאטן, די איינציגע זאך וואס מ'דארף מתפלל זיין איז אז קיין שום איד זאל געשעדיגט ווערן, אריינגערעכנט די צה"ל סאלדאטן.

אקוראט אזויווי הרב שטיינמאן האט מגיה געווען אויפן בריוו וואס זיינע (ציוני'סטיש דורכגעדרינגענע) גבאים האבן אים פארגעשריבן.

Baachi » 12/1/2009 04:20

גיגאנגען

פארקריך נישט פונם נושא האשכול

א) ווען איינער מיינט אז דער רבש"ע דארף אונזערע עצות? איז ער געשלאגן אויף די אמונה?   יא אדער ניין

ב) ווען איינער הייסט דעם רבש"ע אריין קוקען אין טיים מעגעזין איז ער א פערד? יא אדער ניין

ג) ווען איינער לייקענט אז ארץ ישראל איז עיני ה' אלוקיך בה מראשית השנה עד אחרית שנה (עיין פרש"י) איז ער א כופר בתורת משה? יא אדער ניין  
 
ד)  גלייבסטו אז ארץ ישראל ירושה לנו מאבותינו אחוזת עולם. יא אדער ניין?

ה) אז איינער נעמט נישט אהן די שיטת ספר ויואל משה להלכה, איז ער א כופר? יא אדער ניין

ה) אז "ציונים" געוואונען די רוצחים פון ישמעאל, און אידן זענען דאנקן דעם אייבירשן פאר זיינע נסים און חסדים , איז דאס כפירה? יא אדער ניין?




קענסט ענטפערן וואס מפרעגט דיך?

וואלןסח » 12/1/2009 04:59

באטשי

אנטשולדיגט פארן אריינהאקן

 

דו פרעגסט

 

א) ווען איינער מיינט אז דער רבש"ע דארף אונזערע עצות? איז ער געשלאגן אויף די אמונה?   יא אדער ניין

 

 יא



ב) ווען איינער הייסט דעם רבש"ע אריין קוקען אין טיים מעגעזין איז ער א פערד? יא אדער ניין

יא



ג) ווען איינער לייקענט אז ארץ ישראל איז עיני ה' אלוקיך בה מראשית השנה עד אחרית שנה (עיין פרש"י) איז ער א כופר בתורת משה? יא אדער ניין

יא

און מיר גלייבן אלע אין די הייליגע ווערטער פון ש"ך וואס דער רבי ברענגט אין ויואל משה (מאמר ב' סימן קכ"ט) ובזה תבין איך מקום השכינה וכו' שהיה כהן גדול נכנס פעם אחת בשנה אחר כמה טבילות וקידושין ואחר כמה תפילות שהיו ישראל מתפללין עליו, איך עתה היא בית תורפה של ישמעאלים בית עבודה זרה שלהם, אלא שנתקפלה ירושלים וגברה עליה קליפה של שאר ארצות, ואפשר שבקיפול ארצות באה שם רצועה מארם עד שבנו שם בית עבודה זרה, והם חושבים שבנו בירושלים והם מכזבים וכו',

 

 
ד)  גלייבסטו אז ארץ ישראל ירושה לנו מאבותינו אחוזת עולם. יא אדער ניין?

יא, לוט האט אויך אזוי געגלייבט

אבער אונז גלייב מיר אויך אז מפני חטאינו גלינו מארצינו, און אונז גלייב מיר אויך אין די שלש שבועות וואס הקב"ה האט באשוואוירן אידישע קינדער



ה) אז איינער נעמט נישט אהן די שיטת ספר ויואל משה להלכה, איז ער א כופר? יא אדער ניין

יא, ווייל דאס איז נישט תורת אונגארן (ווי מען האט גערפון די טיילונג) דאס איז די שו"ע פונעם דור, און פונקט ווי איינער נעמט נישט אן דרשות חז"ל איז ער א צדוקי הוא הדין הכא.



ה) אז "ציונים" געוואונען די רוצחים פון ישמעאל, און אידן זענען דאנקן דעם אייבירשן פאר זיינע נסים און חסדים , איז דאס כפירה? יא אדער ניין?

לאמיר ענטפערן מיט א שאלה, (כמשל רבינו בעל הגאולה), ווען דו האסט א גאסט בי דיר אינדערהיים, ער צינדט אונטער א פייער ביי דיר, און נאכדעם גייט ער עס אויסלעשן, דאנקסטו דעם אייבערשטן אז ער האט דיר געשיקט אזא גוטן שליח אויסצולעשן דעם פייער, אדער דו בעטס דעם אייבערשטן זיי מעניש דעם גאסט זאל ער אין די אדמה גיין.

 

דאס איז אונזער רעאקציע

Baachi » 12/1/2009 06:35

 וואלן

מיט דיינע צוויי ערשטע ענטפערס האסטו שוין יוצא געוועהן אוועק צו שטעלן דעם פותח האשכול אויף זיין כשר פארדינטן פלאץ

אדאנק דיר

יעצט איז שוין קאמפאט

כתבת (כקען נישט אויספיגערען וויאזוי מען מאכט דעם קאפי ענד פעיסט אין א קעסטעלע) 

"ג) ווען איינער לייקענט אז ארץ ישראל איז עיני ה' אלוקיך בה מראשית השנה עד אחרית שנה (עיין פרש"י) איז ער א כופר בתורת משה? יא אדער ניין

יא

און מיר גלייבן אלע אין די הייליגע ווערטער פון ש"ך וואס דער רבי ברענגט אין ויואל משה (מאמר ב' סימן קכ"ט) ובזה תבין איך מקום השכינה וכו' שהיה כהן גדול נכנס פעם אחת בשנה אחר כמה טבילות וקידושין ואחר כמה תפילות שהיו ישראל מתפללין עליו, איך עתה היא בית תורפה של ישמעאלים בית עבודה זרה שלהם, אלא שנתקפלה ירושלים וגברה עליה קליפה של שאר ארצות, ואפשר שבקיפול ארצות באה שם רצועה מארם עד שבנו שם בית עבודה זרה, והם חושבים שבנו בירושלים והם מכזבים וכו'" ,


איך שרייב א פסוק מפורש און די שרייבסט מיר אדרוש ספר בדרך אפשר?
איך  רעד פון ארץ ישראל אין ער שרייבט פון מקום ההיכל בדרך דרוש
ער האלט דען אליין אזוי להלכה?

אויף דעהם יסוד פון דעם ש"ך האט דען דער ויואל משה מתיר געוועהן היינט צו טאג פאר א זר צו גיין בטומאה אויף מקום ההיכל? יא אדער ניין
 .  
כתבת

"ד)  גלייבסטו אז ארץ ישראל ירושה לנו מאבותינו אחוזת עולם. יא אדער ניין?

יא, לוט האט אויך אזוי געגלייבט

אבער אונז גלייב מיר אויך אז מפני חטאינו גלינו מארצינו, און אונז גלייב מיר אויך אין די שלש שבועות וואס הקב"ה האט באשוואוירן אידישע קינדער"

דו ענטפערסט ווייטער נישט צו דער זאך.
איך גיי נישט אריין יעצט אין דרשות פון אגדות הש"ס , שלוש שבועות איז נישט קיין הלכה אזוי שרייבט דער ויואל משה אליין, אז מצד ההלכה אין השבועה חלה על הדורות העתידים.עיין מאמר א' סוף סימן ע"ט, און די תפילה פון מפני חטאינו איז אויך נישט קיין הלכה פסוקה, און בכלל ווי קומען די אראבער אריין אין די פיקטשור? 

אויב דו גליייבסט אז דאס איז אונזער לאנד אויף אייביג, ווי קענסטו זאגן אז מהאט  עס "צוגענומען" פון די שטינקעדיגע אראבער. 
מעיק אפ יור מיינד, איז דאס אונזער לאנד אויף אייביג? יא אדער ניין


ה) אז איינער נעמט נישט אהן די שיטת ספר ויואל משה להלכה, איז ער א כופר? יא אדער ניין

יא, ווייל דאס איז נישט תורת אונגארן (ווי מען האט גערפון די טיילונג) דאס איז די שו"ע פונעם דור, און פונקט ווי איינער נעמט נישט אן דרשות חז"ל איז ער א צדוקי הוא הדין הכא.

דאס איז נישט נאר א  איין עמהארצישע סטעיטמענט, מען קען קריגן אויף א רמב"ם אויף א רשב"א אויף א מחבר מיט א רמ"א' אויף  א נודע ביהודה מיט חתם סופר  נאר אויף א ויואל משה קען מען נישט?

סאיז אויך איין אומלאגישע נארישע דערקלערונג וואס איז נישט אויסגעהאלטן על פי שכל,

ל
אמיך דיך פרעגן, האט דאס דער ויואל משה אליין געזאגט אז ער איז אזוי גרויס ווי חז"ל, צו דער ברך משה האט דאס געזאגט?

ממ"נ האט ער אליין מעיד געוועהן אויף זיך, איז ער דאך נישט נאמן אלץ קרוב אצל עצמו, אלא מאי אצווייטער האט דאס געזאגט, אויף דעם צווייטען מעג מען דאך שוין יא חולק זיין, ואת"ל מטאהר מען אויף איהם אויך נישט מחולק זיין, איז די שאלה ווער האט דאס געזאגט?
אדריטער? 


ה) אז "ציונים" געוואונען די רוצחים פון ישמעאל, און אידן זענען דאנקן דעם אייבירשן פאר זיינע נסים און חסדים , איז דאס כפירה? יא אדער ניין?

לאמיר ענטפערן מיט א שאלה, (כמשל רבינו בעל הגאולה), ווען דו האסט א גאסט בי דיר אינדערהיים, ער צינדט אונטער א פייער ביי דיר, און נאכדעם גייט ער עס אויסלעשן, דאנקסטו דעם אייבערשטן אז ער האט דיר געשיקט אזא גוטן שליח אויסצולעשן דעם פייער, אדער דו בעטס דעם אייבערשטן זיי מעניש דעם גאסט זאל ער אין די אדמה גיין
 
דו ענטפערסט ווידער נישט צו זאך,
ראשית ווי האב איך געשריבן דאנקן די ציונים? איך האב געשריבן דאנקן דעם אייבירשטן, דאס איז ביי דיר איינס?

והשנית, לפי מיטב ידיעתי זענען קיינער פון די אלטע קראכערס מיסדי המדינה  וואס זענען בין החיים- קיין איינער פון זיי איז שוין נישט מעהר אין מיליטער. איז ווי קומט דער משל דא אהער?   
 

דאס איז אונזער רעאקציע


דו ביזט אליין צוויי? אדער דו מיינסט דו מיט דיין מיסיס? 

שמואלגבאי » 12/1/2009 07:00

אן חלילה פוגע זיין אין מרן אדמו"ר בעל ויואל משה ודברי יואל מסאטמאר זצוק"ל זי"ע וויל איך דא אריינזאגען מיין מיינונג - די מדינה שטייט היינט מיט אלע מלחמות בעסער ווי סאטמאר מיט זייערע מלחמות אין מסירה אין ערכאות אין חילול ה'

אין די מזרחיסטן אין אלע מפדלניקס אין אלע חיילים דארפן זיך גארנישט שעמען פין די סאטמארע שמחת תורה אייער ווארפערס אין ארון הקודש איבערדרייערס דער חייל וואלט זיך קיינמאל נישט דערוואקט אין א בית המדרש צי זינגען ונהפוך הוא אדער ווי איז דיין טאטע זלמן לייב אדער ווארפן אייער שמחת תורה ביינאכט אפי' ער גייט נישט מיט אזא ברייטער היט ווי הרה"ג ר' זלמן לייב פילאף שליט"א אדער הרה"ג ר' חיים דוד כץ  שליט"א



\

שמואלגבאי » 12/1/2009 07:04

An israeli solider performs his prayers as the army continues air raids on gaza.

An Israeli soldier performs his prayers near the border with Gaza, as the army continues air raids on the Gaza Strip for a third day.

געגאנגען » 12/1/2009 14:01

הרב באטשי.

אויף דיין פארלאנג וועל איך צוריק גיין צו די נושא האשכול, כאטש ס'קוקט נישט אויס ווי דו ווילסט דוקא דארט בלייבן.

דער פותח האשכול האט סך הכל געזוכט אנצעווייזן פאר אלע פרומע ציונים -  וועלכע שרייען אז "מ'מוז מתפלל זיין פאר די הצלחה פון צה"ל, ווייל אויב נישט וועלן חלילה אלע אידן געהארגעט ווערן" - טאקע אט די נקודה מיט וואס דו שטאלצירסט אזוי. פארן רבש"ע דארף מען נישט געבן קיין עצות.

און דו מיט דיינע קנאקעדיגע זשאוקס האסט אים טאקע זייער שטארק געהאלפן ארויסברענגען זיין פונקט - געב נישט קיין עצות פארן רבש"ע וויאזוי צו ראטעווען די זעקס מיליאן אידן אין אר"י פון א פרישן האלאקאוסט, ער וועט זיי ראטעווען וויאזוי און ווען ער פארשטייט פאר גוט.

איין זאך איז קלאר. העברת פי ה' היא לא תצלח! נישט דורך עובר זיין אויף די שרעקליכע עבירה פון התגרות באומות און דחיקת הקץ וועט מען ראטעווען די אידן. אדרבא ואדרבא, דער ערשטער האלאקאוסט איז אויך געקומען אדאנק די דאזיגע עבירה, און גאט זאל האלטן די רעכטע האנט אויף אלע אידישע קינדער וואס בלוט דאס וועט נאך אפקאסטן, ה"י.

אלע אנדערע געמויזעכצער דיינע געהערן נישט אין דעם אשכול, ווי דו האסט אליין ארויסגעברענגט בטוב טעם ודעת אין דיין פריערדיגע תגובה.

הרב שמואל גבאי.

כ'ווייס נישט פונקטליך וואס דו ווילסט ארויסברענגען. אויב צב"ש איך וועל לייגן בילדער פון 'צוויי' סאטמארע אידן וואס לייגן תפילין, וועט דאס באדייטן אז סאטמאר שטייט שוין יא בעסער פונעם צה"ל?

Baachi » 12/1/2009 17:29

געגאנגען


אקיצער ביזטו יעצט מפרש דעם בעל האשכול, אז ער האט נישט אזא גרויסער סוס! ער האט נישט געמיינט צו געבן עצות דעם רבש"ע, נאר ער געט עצות פאר די אראבער.


לאמור, אזוי צו זאגן: טייערער ברידערלעך, וואס דארפט איר אראבער זיך צושלאגן הארגענען די אידן יעצט, ווארטס געדולדיג 50 יאהר וועט איהר עס טוהן אסאך לייכטער.


OK ער איז שוין נישט אזא גרויסער סוס, אבער נאך אלץ א פערד. ווייסטו פארוואס?

ווייל פארוואס שרייבט ער עס דא? די אראבער קענען דאך נישט קיין אידיש.


 


 

תוקן על ידי - baachi - 12/01/2009 18:12:14

_________________

הערשעל » 12/1/2009 19:08

באאכי,

אז איך בין א כופר א פערד פארשטיי איך, ווייל איך האב געשריבן אנדערש ווי דו מיינסט, אבער איך לייען יעצט איבער און נאכאמאל וואס איך האב געשריבן און איך קען זיך נישט דערמאנען ווי איך האב "איינגעטיילט" דער רבש"ע וואס צו טון.

איך וועל אראפברענגען א חלק פון מיינע ווערטער, און דערצייל מיר פון וועלכע ווארט האסט אזוי ארויסגעדרינגען:

עס איז דא געדרוקט פון רבין ז"ל אין פארשידענע דרשות אז די מדינה דארף בטל ווערן פאר משיח וועט נאך קומען, ווי די גמ' זאגט אין בן דוד בא עד שתכלה מלכות הזלה מישראל, און מענטשן האבן אסאך מאל פראגעס איבער ווי אזוי דאס קען פאסירן, געב איך דא עטליכע לינקס וואס מען זעט קלאר אז ס'איז דא אזא מעגליכקייט, וואס אוודאי איז ביים רבש"ע דער כל יכול דא אן א שיעור מעגליכקייטן ווי אזוי דאס זאל פאסירן איז אבער אינטערעסאנט אז דאס ווערט שוין ארומגערעדט אין פארשידענע קרייזן אינערהאלב די מדינה אליינס.

איך האב סך הכל געשריבן א הייפאטעטישע ענטפער צו דאס וואס אסאך פרעגן ווי אזוי "קען" מעגליך זיין אז די מדינה זאל אויפהערן צו עקזיסטירן אן דעם וואס אידיש בלוט זאל פארגאסן ווערן. איך האב נישט געגעבן מיין ארעמע פערדישע מיינונג פארן כל יכול וואס ער "זאל" טון. און זיכער האב איך נישט געשריבן אז אזוי "וועט" זיין, ווען אפי' די וואס רעדן ארום דערפון, שרייבן אז דאס זענען זיסע חלומות פון די אראבער.

---------

מיר געפעלט ווי אזוי מען האט אזוי שנעל אפגעקויפט די ווערטער פון באאכי וואס איז שוין געקומען צו א מסקנא איבער וואס איך האב געשריבן נאך פאר מען האט אפגעלייענט מיינע ווערטער.

וואלןסח » 12/1/2009 19:54

 

איך גיי דיר ענטפערן באטשי פשוט ווייל דו שריבסט אזעלכע שטותים אז ס'גייט א רויעך

אבער איך זאג קלאר איך גיי נישט בל"נ נאכאמאל ענטפערן ווייל שלמה המלך זאגט שוין אל תענה כסיל כאולתו (מעגסט מחולק זיין מיט אים)

און ס'קוקט אויס אז אלע שרייבערס דא (עכ"פ רוב) האלטן אזוי, איך קען מיך פשוט נישט איינהאלטן מוז איך ענטפערן, אבער דאס איז עס בל"נ

 

יעצט צום ענין

דיין ערשטע שאלה איז דער ענטפער ניין, אבער איך גיי נישט יעצט אריין דערין ווייל איך זע אז מיין תשובה איז געווען שלא מן הענין וואס דו האסט געפרעגט, אבער דאס איז קלאר ביי אונז אלע וואס גלייב מיר אין דברי חז"ל אז א אידישע שטוב אדער א ביהמ"ד אין מאנהעטן וואס מען פירט זיך דארט בקדושה איז הייליגער ווי דער כנסת המינים אין ארץ ישראל.

יעצט, מפני חטאינו גלינו מארצינו איז טאקע נישט קיין הלכה טיפש איינער, ס'איז אבער א מציאות, און פונקט ווי אין מדבר ווי משה רבינו האט געזאגט ביי די מרגלים מען גייט זיך דרייען נאך פערציג יאר אין מדבר, און די אידן האבן געזאגט אקעי אונז וויל מיר יא ארויף גיין איז געווען טו לעיט, די זעלבע זאך דא, אחוזת עולם אהער אחוזת עולם אהין, דער זעלבער באשעפער וואס האט דיר עס געגעבן, דער זעלבער האט דיר געזאגט ביים חורבן ביהמ"ק יאג אפ פון דא, האסט מטמא געווען מיין לאנד האסט מיר נישט געפאלגט גיי אביסל אין גלות, כ'מיין די גאנצע וועלט איז דאך באשאפן בשביל ישראל, לעתיד וועלן אלע גוים זיין אונזערע קנעכט כמבואר במדרשי חז"ל, נו איז וואס, מעגסטו שוין יעצט טון וואס דו ווילסט, האלטסט טאקע אז אידן זענען געגאנגען אין גלות ווייל זיי האבן נאך דעמאלטס נישט פארמאגט דעם אטאם.

וואס האט אברהם אבינו געטון נאכדעם וואס ער האט קונה געווען ארץ ישראל, און וואס האט לוט געטון, אברהם אבינו האט אונז געלערנט לדורות ווי אזוי מען פירט זיך אויף אין ארץ ישראל ווען די רצון ה' איז אז אוה"ע זאלן דארט זיין בעל הבית.

און יעצט לגבי דעם ספה"ק ויואל משה, יא מען קען קריגן אויפן רמב"ם רשב"א וכו' וכו', אבער ווער קען קריגן, איז דא איינער אין די וועלט וואס האט מברר געווען להלכה אז מען מעג מאכן א מדינה אין גלות, קענסט קריגן אויף אלע דברי חז"ל אז רבא האט געמעגט קריגן מיט אביי מעגסטו אויך קריגן אויף אביי, הא! וואס איז נאר רבא מעג איך טאר נישט, קענסט גיין בועל זיין על דם טוהר (אנטשולדיגט פארן רעדן אזוי) וואס איז ווייל יענער ווייל מחמיר זיין, אין די תורה שטייט עס נישט, וכהנה וכהנה.

איך האב לעצטענס מיטגעהאלטן א הלכה'דיגע שמועס ביי איינע פון די גרויסע פוסקי זמנינו, און ס'איז אויסגעקומען א הלכה'דיגע שאלה וואס איינער האט נאכגעזאגט פון א היינטיגן גדול ווי אזוי יענער האט גע'פסק'נט, און דער פוסק האט נישט מסכים געווען צו דעם פסק און אנגעהויבן אויפצוווייזן פארוואס ס'איז נישט גערעכט, ביז יענער האט זיך אנגערופן אז דער נודע ביהודה האלט אויך אזוי, דעמאלטס האט דער פוסק געזאגט אויפן נודע ביהודה קען מיר אונז נישט קריגן.

והנמשל מובן

 

און יעצט גיי פיל דיר אן א מויל מיט שווארצע פעפער און רעד ווייניגער כפירה און מינות,

Baachi » 13/1/2009 01:08

הערשל

צו דו ביזט א כופר אדער א פערד ווייס איך נישט,
אבער געשריבן האסטו זיכער אזוי.
יעצט ווילסטו זיך "עקספלעינען"

יעדער איד גלייבט אין השגחה פרטית אויף יעדען מענטש לית מאן דפליג אויף דעהם, אויף אידען אין אויף ארץ ישראל בפרטי פרטיות.
 
קומסטו צו גיין זאגן אז אזוי ווי דער רבש"ע האט זיך (כביכול)  פאררעכנט און געלאזט די ציונים מאכען א מדינה, וואס דאס הייסט מלכות הזלה,טא ווי אזוי וועט ער זיך אין עצה געבן מיט משיח?

האסטו הקטן הערשל פאר איהם איין עצה טובה, ער זאל נאכקוקען אין טיים מעגעזין.

יעצט גלייב מיר הערשל דו ביזט בכלל נישט שולדיג, שולדיג איז ווער סהאט דיר געזאגט אז דער כול יכול  קען נישט (כביכול) ברענגען משיח עד שתכלה מלכות הזלה, און דאס מיינט אז  די מדינה וואס ער האט אויפגעשטעלט , אדער לשיטתך געלאזט אויפשטעלען אהן זיין הילף (ח"ו) ווייל ער האט זיך פאררעכענט (כביכול)  מוז בטל ווערען.
 
"עס איז דא געדרוקט פון רבין ז"ל אין פארשידענע דרשות אז די מדינה דארף בטל ווערן פאר משיח וועט נאך קומען, ווי די גמ' זאגט אין בן דוד בא עד שתכלה מלכות הזלה מישראל, און מענטשן האבן אסאך מאל פראגעס איבער ווי אזוי דאס קען פאסירן, געב איך דא עטליכע לינקס וואס מען זעט קלאר אז ס'איז דא אזא מעגליכקייט, וואס אוודאי איז ביים רבש"ע דער כל יכול דא אן א שיעור מעגליכקייטן ווי אזוי דאס זאל פאסירן איז אבער אינטערעסאנט אז דאס ווערט שוין ארומגערעדט אין פארשידענע קרייזן אינערהאלב די מדינה אליינס.""

איך האב נאר א גרויסע קשיא אויף דיין פשט אין ווערטער פון רבין ז"ל

פון ווי האט דאס דער רבי גענומען? פון רוח הקודש? קען מען נישט פאסקענען קיינע הלכות, לא בשמים היא.
מוז דאך זיין פון די פון די גמרא.

איז הער איין

דארט אין סנהדרין צ"ז ועוד מקומות שטייט נאך אזוינע צוואנציג מאמרים פון אין בן דוד בא. לאמיר אנכאפען איינס
"אין בן דוד בא עד שיתבקש דג לחולה ולא ימצא"

קומט דאך אויס לשיטתו אז  יעדער פיש סטאר איז מעכב די גאולה לכה"פ ווי די ציונים,
דער ווייל האט ברוך אברהם האלבערשטאם ז"ל געהאט אפיש סטאר אויף דיוויזשען עוועניו אין דער רבי איז גארנישט געוועהן ברוגז אויף איהם.
אדרבה ער איז געוועהן פורים רב ביים רבין, אסאך יאהרן.

אדער
"אין בן דוד בא עד שתכלה פרוטה מן הכיס" 
האט ער דאך געדארפט רודפן געציל בערגער ע"ה עד חרמה

אדער
 "אין בן דוד בא עד שתתהפך כל המלכות למינות"
האט ער עפעס צו געהאלפן צו דעהם?


" אין בן דוד בא עד שיכלו כל שופטים ושוטרים מישראל "
און ער האט געמאכט א בי"ד פון סאחדיס וואס שטייט נאך עד היום הזה,(נכון לכתיבת השורות)  איז ער אליין דאך דער גרעסטער מעכב די גאולה 

 פארוואס שטערט נישט אנ"ש די אלע זאכען? אדרבה גיב עפעס אשיס היפאטעטיש.


אין בן דוד בא עד שירבו המסורות,
זעהסט, דא טוט מען שוין יא עפעס אין חצרות אנ"ש, דארף מען זיי שיקן א טהענק יו קארט.

"דבר אחר עד שיתמעטו התלמידים "
די ישיבות און כוללים זענען מעכב די גאולה, דא רעדסטו שוין צו דער זאך,

יעצט שרייב עפעס ווי אזוי מקען זיי פטור ווערען,


"דבר אחר עד שיתייאשו מן הגאולה"
יאלללה! הייב א קאמפיין אז מזאל זיך אלע מייאש זיין

האסטו דא ווייטער  אפאהר ריזיקע מצוות

"דור שבן דוד בא בו העזות תרבה והיוקר יעות והגפן יתן פריו והיין ביוקר" 
א חוצפה פון לאנדא צו מאכען א מאכען אספעשל אויף גרעים דשוס
 
והעיקר שכחתי

"ונהפכה כל המלכות למינות ואין תוכחה."

איז דאך פונקט קאפויער,  די מדינת ישראל ארבעט דאך צו מאכען מינים זענען זיי דאך מקרב די גאולה.
וויטער די מוכיחים בשער זענען גאהר מעכב די גאולה.

"איך האב סך הכל געשריבן א הייפאטעטישע ענטפער צו דאס וואס אסאך פרעגן ווי אזוי "קען" מעגליך זיין אז די מדינה זאל אויפהערן צו עקזיסטירן אן דעם וואס אידיש בלוט זאל פארגאסן ווערן."

שרייב עפעס הייפאטעטיש און געשמאק אויף די אנדערע "מעכבים" הגדולים

געוואלד גיב דעם רבש"ע איין עצה, אדער לכה"פ העלף איהם צו אז בן דוד זאל קענען קומען,

לפענ"ד איז די ערשטע זאך
לאמיר אנהייבן מיט אונטערצונדען אלע פיש סטארס,

איך האף אז דו פארשטייסט וואס איך מיין. ווי נאריש דער מהלך איז.

"מיר געפעלט ווי אזוי מען האט אזוי שנעל אפגעקויפט די ווערטער פון באאכי וואס איז שוין געקומען צו א מסקנא איבער וואס איך האב געשריבן נאך פאר מען האט אפגעלייענט מיינע ווערטער."

דא גייסטו שוין פערזענליך!

דער נאמען איז באטשי, באטשי הויזנטרעגער מגליל התחתון.

נעם זיך נישט צום הארץ, איט איז א פלעשזור טו טאק טו יו .























































































תוקן על ידי - baachi - 13/01/2009 1:11:02

_________________

רעכטער » 13/1/2009 02:26

אל תוכח לץ.

Baachi » 13/1/2009 04:21

וואלען

"יעצט, מפני חטאינו גלינו מארצינו איז טאקע נישט קיין הלכה טיפש איינער, ס'איז אבער א מציאות, און פונקט ווי אין מדבר ווי משה רבינו האט געזאגט ביי די מרגלים מען גייט זיך דרייען נאך פערציג יאר אין מדבר, און די אידן האבן געזאגט אקעי אונז וויל מיר יא ארויף גיין איז געווען טו לעיט, די זעלבע זאך דא, אחוזת עולם אהער אחוזת עולם אהין, דער זעלבער באשעפער וואס האט דיר עס געגעבן, דער זעלבער האט דיר געזאגט ביים חורבן ביהמ"ק יאג אפ פון דא, האסט מטמא געווען מיין לאנד האסט מיר נישט געפאלגט גיי אביסל אין גלות, כ'מיין די גאנצע וועלט איז דאך באשאפן בשביל ישראל, לעתיד וועלן אלע גוים זיין אונזערע קנעכט כמבואר במדרשי חז"ל, נו איז וואס, מעגסטו שוין יעצט טון וואס דו ווילסט, האלטסט טאקע אז אידן זענען געגאנגען אין גלות ווייל זיי האבן נאך דעמאלטס נישט פארמאגט דעם אטאם."

איך וויל דיך פרעגען א קשיא, ענטפער אויב דו האסט וואס.

וויאזוי האט דער באשעפער אונז געזאגט ביי דעם חורבן בית שני "יאג דיך אפ" (כדבריך)? .
דורך א נביא?
ניין! סאיז שוין בטלה נבואה אנפאנג בית שני.

אלא מאי וואס דען? מיט דעם וואס די מלכות רומי הרשעה האבן מיט די יאהרן געמאכט א מציאות אז סאיז געווארן זייער שווער צו לעבן דארט. האבן מיר געזעהן אין  דעם, א יד השם און פארשטאנען אז דער אייבירשטער האט אונז געשיקט און גלות. (נאך דעם חורבן איז דער רוב עולם נאך געבליבן אין ארץ ישראל )

ביזטו מסכים מיט דעהם?  

איך שטעל מיך פאהר אז דיין ענטפער איז יא!
 איך האב נישט קיין געדולד צו ווארטן אויף דיין תשובה אבער קיין אנדערע לאגישע תשובה איז נישטא.

אויב אזוי, איז פונקט ווי מיר דארפן מקבל זיין דעם שליחות פון באשעפער דורך די מלכות הרשעה צו גיין אין גלות, פאר וואס זאלען מיר נישט יעצט פארשטיין אז אויב סגעווארן א מציאות אז מקען צוריק פאהרן אהיים און יא לעבן דארט,
האט דאס  דער זעלבער רבש"ע געמאכט ווייל ער וויל מיר זאלען צוריק קומען פון גלות.
איי ער האט אויס געקליבן שלוחים די ציונים? מיר געפעלט דאס אויך נישט, אבער איך מיין אז דאס איז זיינע ביזנעס- אגב זיי זענען נאך אזוינע גרויסע צדיקים ווי די רומיים, דערווייל האבן זיי נאך נישט געקעמט קיינעמס פלייש במסרקות של ברזל.   

זיי מיר מסביר דעם חילוק, פארוואס דעם גלות פארטרייבן האט מיר פארשטאנען אז דער רבש"ע האט דאס געמאכט, און צוריק קומען קיין ארץ ישראל איז נישט דער רבש"ע (לשיטתך).


און יעצט לגבי דעם ספה"ק ויואל משה, יא מען קען קריגן אויפן רמב"ם רשב"א וכו' וכו', אבער ווער קען קריגן, איז דא איינער אין די וועלט וואס האט מברר געווען להלכה אז מען מעג מאכן א מדינה אין גלות, קענסט קריגן אויף אלע דברי חז"ל אז רבא האט געמעגט קריגן מיט אביי מעגסטו אויך קריגן אויף אביי, הא! וואס איז נאר רבא מעג איך טאר נישט, קענסט גיין בועל זיין על דם טוהר (אנטשולדיגט פארן רעדן אזוי) וואס איז ווייל יענער ווייל מחמיר זיין, אין די תורה שטייט עס נישט, וכהנה וכהנה

לא זכיתי להבין דבריך, כבר מילתי אמורה אז דער ויואל משה אליין שרייבט אז די שלוש שבועות זענען נישט קיין הלכה! סאיז איבערהויפט נישט קיין שום בירור הלכה, ערזאגט זיין מיינונג דאס אלעס. (אויב ווילסטו דיך מפלפל זיין און ויואל משה - מאך אויף איין באזונדערן אשכול. ואכמ"ל)

די חולקים אויפן דעת ויואל משה זענען  געוועהן גדולי ישראל לכה"פ בדומה לו -ווי דער בעלזער רב דער קלוז"ב רב, דער טשיבינער רב און חזון איש זצ"ל צווישען אנדערע.  ואני הולך בשיטתם

נאכאמאהל, איך בעט דיר נישט קיין לאנגע מגילות מיט שמן זית קטנ'דיגע אויגען (אנטשולדיג פאר דעם אויסדריק) ענפער נאר אויף די איינע קשיא!

וועגען דיין פארופען זיך אויף שלמה המלך," אל תענה כסיל" ווען דו וואלסט אויסגעהערט אין חדר . וואלסטו געוואוסט אז נישט איך בין דער וואס קריגט זיך אויף איהם, נאר טאקע ער אליינס איז חולק מיט זיך!

שבת ל:
 ומאי דבריו סותרים זה את זה כתיב אל תען כסיל כאולתו וכתיב ענה כסיל כאולתו?
 לא קשיא הא בדברי תורה הא במילי דעלמא.

אויב דו וועסט נישט ענטערן איז ממא נפשך
 אדער האסטו נישט וואס צו ענפערן
אדער האלסטו אז די שיטת ויואל משה איז מילי דעלמא

טשאאאאאו


תוקן על ידי - baachi - 13/01/2009 5:00:09

_________________

בשמחה_תמיד » 13/1/2009 05:46

מען בעט אלע שרייבער נישט צו שרייבן קיין לאנגע מגילות, שארף און צו די זאך.

1נארמאלער » 13/1/2009 06:23

Baachi כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אלא מאי וואס דען? מיט דעם וואס די מלכות רומי הרשעה האבן מיט די יאהרן געמאכט א מציאות אז סאיז געווארן זייער שווער צו לעבן דארט. האבן מיר געזעהן אין  דעם, א יד השם און פארשטאנען אז דער אייבירשטער האט אונז געשיקט און גלות. (נאך דעם חורבן איז דער רוב עולם נאך געבליבן אין ארץ ישראל )
אויב אזוי, איז פונקט ווי מיר דארפן מקבל זיין דעם שליחות פון באשעפער דורך די מלכות הרשעה צו גיין אין גלות, פאר וואס זאלען מיר נישט יעצט פארשטיין אז אויב סגעווארן א מציאות אז מקען צוריק פאהרן אהיים און יא לעבן דארט,

אזא שוואכע קאפ? לעבן אונטער די רומיים איז "נישט" אראפגעווארפן עול הגלות, נעמען א אייגענע אידישע מלוכה איז "יא" אראפגעווארפן עול הגלות, איך פארשטיי באמת נישט דיינע ליצנות.

זיי מיר מסביר דעם חילוק, פארוואס דעם גלות פארטרייבן האט מיר פארשטאנען אז דער רבש"ע האט דאס געמאכט, און צוריק קומען קיין ארץ ישראל איז נישט דער רבש"ע (לשיטתך).

ווייל דיינע אלע עבירות זענען אויך נישט פון רבוש"ע, דער רבוש"ע גיט פאר אידן א בחירה ובחרת בחיים. די מדינה איז מעשה שטן.



און אז דו רעדסט שוין פון חזון איש, איז כדאי נאכצוזאגן א שארף ווארט פון אים:
עס איז א חסד פון השי"ת אז די ציונים זענען שטענדיג פארנומען מיט מלחמות מיט די אראבער, ווייל ווען נישט וואלטן זיי זיך פארנומען מיט עקירת הדת און אויסגעריסן דאס גאנצע אידישקייט.



תוקן על ידי 1נארמאלער ב- 13/01/2009 6:21:47

ביבער » 13/1/2009 06:59

באטשי היקר,
איר זענט נישט קיין פרעמדער דא, אין א אנדערע פארום בשכינות [נישט קיין פארמאכטע] געדענק איך האסטו פאר א לענגערע צייט געפירט א קאמף מיט די ספר ויואל משה, באופן לנגח את האדוקים, ווער עס וויל קען עס אויפזוכן אין דיין פראפייל, אויף דיר און דיינס גלייכן האט שלמה המלך געשריבן אל תען כסיל, יא דער זעלבער אויף וועמען עס איז ארויס א בת קול ווען ער האט מתקן געווען דעם עירוב אם חכם בני וגו', דער זעלביגער האט געפסקענט אז מען טאר דיר נישט ענטפערען.
איך וועל נאר אויף מערקזאם מאכן פאר די וואס שטעלען זיך טענהן מיט דיר, פון ווי דיינע זינלאזע טענות און מענות נעמען זיך און וועמען די טוסט מעלה גרה זיין, כוועל אצינד ציטירן א טייל פון דיינע ראיות,
[quote]דו פרעגסט וואס צו טוהן? מיר האבן א תורה, דארט שטייט אז טאמער גויים אטאקירן יידן מוז מען מיט זיי  מלחמה האלטן,  כאטש דער אייבירשטער האט געשיקט די גויים.

און אז סזענען דא פרייע אידען וואס שטעלען זיך איין דאס לעבן פאר מיר, בין איך זיי מכיר טובה אין איך בין מתפלל צו זייער הצלחה.

למשל

מיין טאטע האט א הארץ פעלער,  איך ווייס אז דער הארץ פעלער האט דער רבש"ע געמאכט, אעפ"כ ליגט אויף מיר אחיוב ע"פ צו היילען אפילו דורך א דאקטאר א כופר.
 
פונקט ווי איך בין מתפלל פאר פרייען דאקטער א מחלל שבת אוכל נבלות ער זאל מצליח זיין מיט זיי הארץ אפעראציע אויף מיין טאטן. כאטש ער האט געלערנט דאקטאראט תוך כפירה בעיקר.[/quote]אין א אנדערע אשכול שרייבסטו[quote]די הלכה אז נכרים שבאו על עסקי קש ותבן בעיר הסמוך לספר יוצאין עליהם אפילו בשבת איז געזאגט געווארן אפילו אין בבל, 

תלמוד בבלי מסכת עירובין דף מה/א
במה דברים אמורים כשבאו על עסקי ממון אבל באו על עסקי נפשות יוצאין עליהן בכלי זיינן ומחללין עליהן את השבת ובעיר הסמוכה לספר אפילו לא באו על עסקי נפשות אלא על עסקי תבן וקש יוצאין עליהן בכלי זיינן ומחללין עליהן את השבת אמר רב יוסף בר מניומי אמר רב נחמן ובבל כעיר הסמוכה לספר דמיא ותרגומא נהרדעא 

סאיז איין אויסגעפסקענטע הלכה אין רמב"ם אין און טור,

דא איז דער המשך פון די גמרא הנ"ל מיט לשון התוספות   

דרש רבי דוסתאי דמן בירי מאי דכתיב ויגידו לדוד לאמר הנה פלישתים נלחמים בקעילה והמה שוסים את הגרנות תנא קעילה עיר הסמוכה לספר היתה והם לא באו אלא על עסקי תבן וקש דכתיב והמה שוסים את הגרנות וכתיב וישאל דוד בה' לאמר האלך והכיתי בפלשתים האלה ויאמר ה' אל דוד לך והכית בפלשתים והושעת את קעילה מאי קמבעיא ליה אילימא אי שרי אי אסור הרי בית דינו של שמואל הרמתי קיים אלא אי מצלח אי לא מצלח דיקא נמי דכתיב לך והכית בפלשתים והושעת את קעילה שמע מינה:
 

תוספות עירובין דף מה/א
 אי מצלח אי לא מצלח - וא"ת א"כ היכא דריש ר' דוסתאי דמחללין עליו השבת דלמא חול היה אי משום דמספקא ליה דכתיב וישאל דוד הא מסקינן אי מצלח אי לא מצלח ויש לומר דמוכחא מילתא מדקאמר נלחמים בקעילה דקרי ליה מלחמה ומסר דוד עצמו על עסקי תבן וקש שמע מינה דמחללין עליה נמי את השבת:[/quote]ווייטער שרייבסטו[quote]אונזער תורה האלט אבער אנדערש

רמב"ם הלכות מלכים
(א) אין המלך נלחם תחלה אלא מלחמת מצוה ואי זו היא מלחמת מצוה זו מלחמת שבעה עממים ומלחמת עמלק ועזרת ישראל מיד צר שבא עליהם ואחר כך נלחם במלחמת הרשות והיא המלחמה שנלחם עם שאר העמים כדי להרחיב גבול ישראל ולהרבות בגדולתו ושמעו:
(ב) מלחמת מצוה אינו צריך ליטול בה רשות בית דין אלא יוצא מעצמו בכל עת וכופה העם לצאת אבל מלחמת הרשות אינו מוציא העם בה אלא על פי בית דין של שבעים ואחד:[/quote]די אויבן דערמאנטע איז געווען א טייל פון די דריי קשיות וואס דער געמיינער זשורנאל האט טרומפייטערט נאך די מבצע אנטעבי, 1. בא על עסקי קש ותבן, 2. רופא מומחה.

ביז עס איז געקומען ערב י"ט כסליו און איטליכע אינגעלייט האבן אפגענטפערט דעם סתם מקשן, וואס דער "געמיינער" איז נאר געווען זיין שליח, די תירוצים וואס זענען דאן פארשפרייט געווארן אין אלע חרדישע צענטערען האב איך נישט צו דער האנט, כוואלט דיר נאר געוואלט פרעגען היעלה על דעתך להבדיל אא"ה צו גדעון וואלט גענוצט די כופרים אלס מיליטערלייט, אדער צו אזעלכע האבן אנטייל גענומען ביי די מלחמת החשמונאים.

און איך וועל ענק פארציילן אז אין ירושלם זענען אידן אויסגעגאנגען און נישט אריין אין דעם מיסיאנערישן שפיטאל, זיך צו לאזן באהאנדלען ביי וועלט בארימטע דאקטוירים, און א בית מינות איז ערגער ווי א בית ע"ז ווייל שאני מינות דמשכי, און ווי עס זעהט אויס איז באטשי שוין ליידער גוט פארשלעפט.

ברויכסט מיר נישט ענטפערען, און ערווארט נישט פון מיר קיין אנטווארט.



בשמחה, אנטשולדיגט איך שרייב נישט קיין לאנגע מגילה, איך בין נאר מעתיק די דברי בלע פון באטשי, להבנת הענין.

סקאטמאלען » 13/1/2009 09:06

איך וועל דארפן נאכמאל מגולגל ווערן צו משיג זיין אזא מין השגה אז א מדינה וואס איז מבוסס אויפן יסוד פון פריקת עול התורה והמצוות, זאל האבן דאס מינדעסטע דמיון צו מלחמת דוד אדער אנדערע מלחמת ע"פ השם, און מיין קאפ רעגיסטריט זיך דאס נישט. ביי מיר איז דאס גארנישט אנדערש ווי למשל ווען JEWS FOR JESUS אידן זאלן פירן די רעגירונג און ארמיי און ארץ ישראל.

Baachi » 13/1/2009 17:03

 

תוקן על ידי - baachi - 13/01/2009 17:04:49

_________________

וואלןסח » 13/1/2009 20:23

באטשי ווי שטערקער דיינע כפירה ווערטער זענען צווינגסטו מיר צו ענטפערן אפילו איך וויל נישט

און איך האב צו דיר איין תירוץ, די בני אפרים האבן געהאט די זעלבע שיטה ווי דיר אין מצרים און קוק וואס איז געשען מיט זיי.

און וואס טוט זיך מיט אני מאמין בביאת המשיח, ער האט זיך פארפעניעט הא? האסט נישט צייט צו ווארטן, נו קוק מה עלתה להם, וויפיל קרבנות די מדינה של גיהנם האט שוין געברענט.


און די אלע רבנים וואס דו פאררופסט זיך דו גייסט אין זיער שיטה, אן אריינגיין אין די געוויסע וואס איז קלאר זיי האבן נישט אזא געהאלטן, איז אבער אפילו לשיטתך דוכט זיך האבן זיי נאר געהאלטן אנדערש לגבי די בחירות, אבער די עצם הקמת המדינה חס מלהזכיר

Baachi » 14/1/2009 07:06

 

רעכטער

"אל תוכח לץ"

דו ביזט דא אויפן אינטערנעט אלץ מוכיח?


נארמאלער

מכותלי תגובתך נראה אז דו הייבסט נישט צו פארשטייין וואס איך האב געשריבן
ביטע לייען עס נאכאמאהל איבער - פארשטיי עס - און נאכדעהם ענטפער 
כך הוא דרכם של בני אדם.

 ביבער היקר

שלום עליכם,
יא איך געפרעגט קשיות אין דעם אלטן קרעמל ,אבער קיין תירוצים האב איך נישט באקומען.

דו טענהסט איך זאג אלטע זאכען,
1) אשכוח פאר דעם קאמפלימענט, ווי עלטער אלץ בעסער, די תורה איז אלט אקיימא לן פון לערך 3300 יאהר

2) אז איינער זאגט "איך געדענק נישט דעם תירוץ" נעמט עס נישט אוועק קיין קשיא.

בכלל היתכן דו געדענקס אזוי גוט די קשיות- וואס די גלייכסט נישט, אבער די תירוצים - וואס די  גלייכסט יא - האסטו גאהר פארגעסען? דרייסטו דיך ארום מיט א בויך מיט קשיות? סקאן דיך דאך שאטען צו די אמונה רח"ל.

3) גדעון האט לכתחילה געוואלט איינגאזשירען אלע אידען וועלכע זענען געוועהן עובדי ע"ז דעמאלטס, 
  ע"פ נבואה האט ער עס נישט געטוהן, נבואה איז איין הוראת שעה נישט קיין תורה לדורות
  דער טעם איז איבער הויפט נישט וואס דו זאגסט

ספר שופטים פרק ז
וַיֹּאמֶר יְדֹוָד אֶל גִּדְעוֹן רַב הָעָם אֲשֶׁר אִתָּךְ מִתִּתִּי אֶת מִדְיָן בְּיָדָם פֶּן יִתְפָּאֵר עָלַי יִשְׂרָאֵל לֵאמֹר יָדִי הוֹשִׁיעָה לִּי:.  

מלבי"ם על שופטים פרק ז פסוק ב - חלק באור הענין
(ב) רב העם אשר אתך - ה' רצה שיראו כי ה' עשה חיל בנס, ואם יהיו רב עם יאמרו שהם נצחו:.

לדורות איז א בפירוש הלכה אז ביי מלחמת מצוה איז נישטא קיין כהן וואס לייענט "מי האיש הירא - מעבירות שבידו". יעדערער גייט. 

3) לידיעתך חשמונאים איז נישט געוועהן קיין מלחמת קיום.
(2) משנה ברורה סימן תרע
 במעשה דאנטיוכוס שלא גזר עליהם להרוג ולהשמיד רק צרות ושמדות כדי להמיר דתם [כמו שאנו אומרים להשכיחם תורתך ולהעבירם מעל חוקי רצונך] ואם היו ישראל מכניעים להם להיות כבושים תחת ידם ולהעלות להם מס וחוזרין לאמונתם ח"ו לא היו מבקשים יותר

4) סאיז א אויסגעפסק'נטע הלכה אין יור"ד סימן קנ"ה אז בכל מתרפאין אפילו מיט עובדי עבודה זרה ממש.
דער סאטמערערס רביןס הארץ  דאקטאר דינאזא. איז געווהן יענצמאהל א מחלל שבת און א כופר

      אין מאנסי איז דא גוד סעמעריטאן
      אין מענהטען סט ווינסענטס, אין ברוקלין לוטעראן און מעטאדיסט, מיט צלמים אין יעדערן צימער ולית מאן דחש. אויב דיין מעשה פון ירשלים  איז אמת האט מען זיי מן הסתם באגראבן אחורי הגדר כדין מאבד עצמו
 לדעת.

5) איך ווייס נישט וואס דו רופסט בית מינות - סנישטא אזא מושג אין די הלכה.  פון א אייד א מין אליין מעג מען 

 עבודה זרה דף כח.
והא רבי אבהו דאדם חשוב הוה ורמא ליה יעקב מינאה? סמא אשקיה ואי לא רבי אמי ורבי אסי דלחכוהו לשקיה פסקיה לשקיה , (סדא איין אנדערע גמרא וואס איז בפירוש נישט להלכתא).

6) ביי די מעשה ענטעבי בין איך געוועהן אין כולל אין נישט געלייענט קיין אלגעמיינער. ווען דו לערנסט אביסל אין כולל אין די יוגנט אנשטאטס ליינען דעם אלגעמיינער, וואסלטו  נישט געמאכט אזוינע גראבע עמהארצישע טעותים נאכדערצו לעיני כל ישראל. 

סקאטאמאלען

א) וועגען ראטעווען זיך דורך  JEWS FOR JESIS

עיין  #5 #4 אין מיין תגובה צו ביבער לעיל

ב) וועגען דעם נאמען פון יאשקע וואס דו שרייבסט 

קצור שו"ע סימן קסז - הלכות עבודת כוכבים ומזלות
(יב) אסור להזכיר שם ע"ז, בין לצורך כגון לומר לחברו המתן לי בצד ע"ז פלונית בין שלא לצורך, שנאמר ושם אלהים אחרים לא תזכירו ולא ישמע על  פיך.

ג) וועגן מגולגל ווערן נאכאמאהל.
זיי נישט קיין יאלד און שטעל נישט איין,
מיט דיין פארמאכטן קאפ אין דיין שנאה צו 99 פראצענט פון כלל ישראל. בפרט יושבי אה"ק.
האסטו שטארקע טשענסעס מגולגל צו ווערען אין א שיאיטישן אראבער.

וואלן

אויף דיין צווייטע תגובה ווי  דו  ווילסט פארגלייכן די אידען וואס פאהרן קיין ארץ ישראל צו די בני אפרים
.
א) די אידען און מצרים זענען געוועהן דארט ע"פ נביא - יעקב אבינו . און זענען מצווה געווארען פון איין אנדערן נביא -יוסף הצדיק, צו ווארטן אויף א גואל מיט א סימן פקוד יפקוד. די בני אפרים האבן נישט געפאלגט.

מיר זענען נישט פארטריבן געווארן אין דעהם גלות דורך קיין נביא במיילא דארפן מיר נישט ווארטן אויף נביא..
 
האסטו א תוי"ט ווערט דיר ווערן ליכטיג (פינסטער ?!) אין די אויגען דעהם חילוק צווישן אונזער גלות מיטאנדערע גליות.

 תוי"ט על מסכת עדיות פרק ח משנה ו
נ"ל לתרץ דסבירא ליה דכבוש נכרים אתא ומבטל כבוש ישראל משא"כ בחזקה שהחזיקו מיד מלך פרס שנתן להם רשיון להחזיק בה. לא אתא כיבוש ומבטל לחזקה שהיתה מדעת הנותן. ואין להשיב מנתינת השי"ת שנתנה לישראל בראשונה שיש להשיב שכמו שהש"י נתן לישראל הארץ. כך נבאו נביאיו שיעלו המחריבים ויטלו מהם. וכן נבאו על כורש מלך פרס שיחזירה. אבל על לקיחת האומה הזאת מידינו. לא מצינו בה נבואה בפירוש ולפיכך שלא כדין נטלוה מידינו. ואין קרקע נגזלת כנ"ל ליישב דברי הרמב"ם:

ב) וועגען ביאת המשיח, משיח וועט זיין א נביא ה'.  די מדינה האט אזוי פיהל שייכות מיט משיח ווי בעקערסטאון ראוד האט מיט משיח. נאר אין די פאנטזיעס פון אפאהר אלטע מזרחיסטן און אין די כמו מוחות פון ברעינוואשט סאקמוירים האט די מדינה שייכות מיט משיח.  
 
ג) מען האט קיינעם נישט געפרעגט צו מאכען אמדינה צו נישט האבן זיי נישט געמוזט ענטפערן, אבער רוב צדיקים האבן געזעהן אין הקמת המדינה נאך די וועלטס מלחמה א הצלה פורתא.

דער בעלזער רב מהר"א זצ"ל על הקמת המדינה:... להשיבו בשם כ"ק בזה"ל " דאס איז פאר די האנט אשטיק ישועה פאר אידען, ווי וואלטן זיך יעצט אידען אהין געטוהן, בעיקר סזאל זיין מנוחה ושלוה, ויעזור הקב"ה אז משיח זאל קומען עכלה"ק," מתוך  מכתבו של הרב מבילגוריי זצ"ל.
 
לאמיך זעהן ענטפער בעסער אויף די קשיא וואס איך האב געפרעגט הערשל,
פארוואס האט דער רבי זיך נאר "געזארגט" פאר אין בן דוד בא עד שתכלה מלכות הזלה און נישט פאר די אנדערע צוואנציג צו דרייסיג סימנים פון די גאולה.   

איך קען גוט די איסגעבלאזענע תירוצים ווען מהאט נישט וואס צו ענפערן

אל תען כסיל
אל תוכח לץ
שאני מינות דמשכי
אפיקורס ישראל פקר טפי
דער רבי האט געזאגט מזאל זיך נישט טענה'ן
 
דאס אלעס מיינט נאר איין זאך
"איך בין אפגעפרעגט נאר איך וועל בשום אופן נישט מודה זיין על האמת"

תוקן על ידי - baachi - 14/01/2009 7:13:38

_________________

ביבער » 14/1/2009 08:18

Baachi כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
יא איך געפרעגט קשיות אין דעם אלטן קרעמל ,אבער קיין תירוצים האב איך נישט באקומען.
אפשר גיבסטו די אדרעס אזוי וועט מען שפארן צוויי זאכן,
איינס דו וועסט זיך נישט דארפן איבער גארגלען, למען לא ניגע לריק,
צווייטנס וועט דער סאטמארער עולם דא זעהן אז עס א שאד צו שטיין מיט דיר אין ווארט.

דו טענהסט איך זאג אלטע זאכען,
1) אשכוח פאר דעם קאמפלימענט, ווי עלטער אלץ בעסער, די תורה איז אלט אקיימא לן פון לערך 3300 יאהר
די תורה איז עלטער דערפון, לפני בריאת העולם, און אפיקורסים איז דא זייט אביסעלע שפעטער.

דרייסטו דיך ארום מיט א בויך מיט קשיות? סקאן דיך דאך שאטען צו די אמונה רח"ל.
איך האב נישט קיין קשיות, ביי מיר איז אלעס ברור כשמלה, נאר דיר טאר מען נישט ענטפערען.

אין מאנסי איז דא גוד סעמעריטאן
אין מענהטען סט ווינסענטס, אין ברוקלין לוטעראן און מעטאדיסט, מיט צלמים אין יעדערן צימער ולית מאן דחש.
א חשובער דיין וואס פאסקענט שוין שאלות באלד פערציג יאר, און איז זייער געשעצט ביים עולם דא, האט אמאל געזאגט דערוועגען אז ווען מ'זאל ווען מאכן א אסיפת הרבנים דעריבער, וואלט מען עס ווען זייער שנעל געקענט אסר'ן, נאר וואס דען מען האט זיך קיינמאל נישט צוזאם געזעצט דערוועגען, ולהוי ידוע לך אז א גרויסע טייל פון די תושבי מאנסי הותיקים באנוצן זיך טאקע נישט מיט דעם שפיטאל, היינט איז אביסל גרינגער לגבי די מקום היולדת, און ווי אויך ארבעטען שוין היינט ביי זיי דאקטוירים און נוירסעס שומרי תומ"צ, וואס איז אמאל נישט געווען נאר פון א קריסטליכע ארגעניזאציע.

נאר אין די פאנטזיעס פון אפאהר אלטע מזרחיסטן און אין די כמו מוחות פון ברעינוואשט סאקמוירים האט די מדינה שייכות מיט משיח.
דאן וואס זאגסטו צו די אלע היימישע און ליטווישע רבנים וראשי ישיבות, וואס האבן אונטער געשריבן דעם נוסח פון אתחלתא דגאולה צו קיבוץ גליות.

"איך בין אפגעפרעגט נאר איך וועל בשום אופן נישט מודה זיין על האמת"
כנ"ל איך האב נישט קיין ספיקות כי הוא זה בצדקת דרכנו,
ותהי האמת נעדרת, דו ווייסט אפשר וואס פראוודא מיינט אויף רוסיש, און וואס דאס האט סימבאלאזירט אונטער די קאמוניסטן

וואלןסח » 14/1/2009 16:35

פארפאלן באטשי מאכסט א גוטן דזשאב, דו מאכסט זיכער אין יעדע תגובה אריינצולייגן שטותים אז מען זאל דיר מוזן ענטפערן

און איך גיי נאר ענטפערן אויף די שטות וואס דו האסט געשריבן, די איבריגע דברי כפירה ונאצה לאז איך א צווייטן ענטפערן

 

אפשר זאגטו מיר אין וועלכע מדינה אין די וועלט ווי ס'איז דא א גרויסע קיבוץ אידן האבן זייט די צווייטע וועלט מלחמה אידן געדארפט לויפן אין בונקער, אין וועלכע מדינה אין די וועלט האט מען שוין אזויפיל אידן גע'הרג'ט זייט די צווייטע וועלט מלחמה.

און יעצט אפשר לערנסטו מיט מיר פשט אין פסוק השבעתי אתכם בנות ירושלים כצבאות או כאילות השדה אם תעירו אם תעוררו את האהבה עד שתחפץ

Baachi » 14/1/2009 17:25

ביבער

ספעציעל פאר דעהם דיין מפורסם וואס פסקענט שוין פערציג יאהר, איז זעהר געשעצט ביים עולם, וואס ער זעהט באשיינערליך  ווי דער עולם איז עובר עבירות יעדען טאג, און ער האט נייט קיין צייט זיך אראפצוזעצן מאכן איין אסיפת רבנים וועגען אזוינע ביליגע נארישקייטן ווי אביזרייהו דעבודה זרה.

  
(א) כל מכה וחולי שיש בהם סכנה שמחללים עליהם שבת אין מתרפאים מעובד כוכבים שאינו מומחה לרבים (וכל המקיזים דם הוו מומחים לענין הקזה) (טור וב"י בשם תוספות והרא"ש ובהגהות מיי' פ"ט ור' ירוחם ואגודה וסמ"ג) דחיישינן לשפיכת דמים ואפילו הוא ספק חי ספק מת אין מתרפאים ממנו אבל אם הוא ודאי מת מתרפאים ממנו דלחיי שעה לא חיישינן בהא ואם אמר סם פלוני יפה או רע יכול לסמוך עליו והוא שלא יקח ממנו אותו ס ם(וי"א דכל זה אינו אסור אלא כשהעובד כוכבים עושה בחנם אבל אם עושה בשכר בכל ענין מותר דחייש לפסידא דאגריה) (הגהות אשיר"י פא"מ מא"ז) (וכן נהגו להקל) אבל אם בא לרפאותו בלחש מותר והוא שלא ידע שמזכיר שם אלילים אבל אם יודע שמזכיר שם אלילים אסור אפילו אם יודע שודאי ימות ואם הוא אפיקורוס אפי' סתם לחש אסור שודאי מזכיר שם אלילים: (וכן אסור ללמוד ממנו לחש) (הגהות מרדכי פא"מ):
(ב) עובד כוכבים שבא לרפאות את ישראל ואמר ליה קח ממים אלו או מאילן פלוני שהם של אלילים אסור אבל אם אמר לו קח ממים אלו או מאילן זה ולא הזכיר לו שם אלילי' אעפ"י שאין מאותם מים ואותו אילן מצויים אלא של אלילים מותר כיון שלא תלה הרפואה במה שהם אלילים ויש אוסרים גם בזה אפילו באומר לו הבא עלים סתם והביא לו מעצי אשרה:



דאן וואס זאגסטו צו די אלע היימישע און ליטווישע רבנים וראשי ישיבות, וואס האבן אונטער געשריבן דעם נוסח פון אתחלתא דגאולה צו קיבוץ גליות


איך ווייס נישט וועמען רבנים דו מיינסט, אבער דיין אומוויסנקייט שטארצט ארויס פון יעדע תגובה,

אתחלתא דגאולה מיט קיבוץ גליות, האט גארנישט צו טוהן מיטן מלך המשיח, סאיז גאהר באזונדערע זאכען.
אידען האבן אין יעדע צרה געזעהן אין אלע דורות חבלי משיח וואס איז בעצם איין אתחלתא דגאולה.
קיבוץ גליות ווידער קען זיין אסאך פאר ביאת המשיח. עיין מגילה י"ז:

איך וויל נישט אראפ ברענגען די גמרא בכוונה, קוק אליין נאך, אפשר אז דו וועסט אליין אמאהל עפענען א גמרא, וועסטו אנדערש רעדען,

(נ"ב: דף היומי האלט בבא קמא, דארפסטו נישט חושש זיין)   

נ"ל איך האב נישט קיין ספיקות כי הוא זה בצדקת דרכנו,
ותהי האמת נעדרת,

ווי אזוי ביזטו אזוי זיכער? ביזט דאך געווארין אפגעפרעגט אין דו האסט נישט וואס צוענטפערן? אפשר האסטו דאך א טעות?


וואלן
איך וועל דיר אי"ה ענפערן דיינע צוויי טאטאל אומלאגישע פראגעס, אבער קודם ווייז מיר אהן ווי דו האסט געטראפן "דברי כפירה ונאצה"

"און איך גיי נאר ענטפערן אויף די שטות וואס דו האסט געשריבן, די איבריגע דברי כפירה ונאצה לאז איך א צווייטן ענטפערן"

לעת עתה האט איהר אלע געזאגט בויך סברות און איך האב אויף א  יעדע זאך אראפ געברענגט אראיה פון די הייליגע תורה. אפשר הייסט דאס ביי דיר כפירה?
 אויב יא זאג אפען!
 

תוקן על ידי - baachi - 14/01/2009 17:57:03

_________________

קושקע » 14/1/2009 19:09

[בילד – נישט אפגעהיט]

קושקע » 14/1/2009 20:25

כאב פארגעסן צו שרייבן דער מקור

נועם אלימלך פ' וישלח

Baachi » 14/1/2009 21:42

קושקע

אמערכה דו האסט געשריבן באצייטנס סאיז א נועם אלימלך

ווייל אין די הלכה איז געפסקנט אביסינקעלע אנדערש
נוכרים שבאו על עסקי קש ותבן יוצאין עליהם למלחמה אפילו בשבת אין אפילו אין בבל בזמן הזה.
אויך איז דא איין הלכה פון: הבא להרגך השכם להרגו 

תנוח דעתך שהנחת את דעתי.

פארוואס אבער פראווסטו צו פארדרייען דעם נושא און ענטפערסט נישט אויף וואס איך האב געפרעגט?