היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » איז ר' מאטעלע (ח"ו) א היפאקריט

איז ר' מאטעלע (ח"ו) א היפאקריט

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2554939

האקאבו » 9/1/2009 01:27

איך האב געזעהן אין דער בלאט די וואך דברי מוחאה פין ר' מאטעלע ווען סאטמאר איז געגאנגען אין געריכט
ווי ווער ס'ליינט עס קען זיך פשוט איינרעדן אז ער פארנעמט נישט קיין געריכט...

אבער יעצט ווען די זאליס זיצן אין ערכאות בארבע פינות העולם הערט מען פין ר' מאטעלע נישט קיין פיפסט.

האלט איינער אז דאס א היפעקריסטווע מצד פין ר' מאטעלע ?

טאטלע » 9/1/2009 01:37

א גיט מארגען        פין ווי איז א איד ?

משה_גאבע » 9/1/2009 02:51

ער וויסט נישט דערפון  איינער ברויך אים מודיע זיין

ארגינעלער » 9/1/2009 02:53

די האלטס אז משה מאנרו'ער זאגט אים נישט

הבדלה_מנין » 9/1/2009 05:57

מן הסתם איז ער נאר מוחה ווען עס איז נישט דא קיין היתר בית דין.

פלעכטעל » 9/1/2009 06:45

האט די סוקל דיסטירקט האט געהאט א היתר בי"ד  ?

ארגינעלער » 9/1/2009 06:56

איך האלט ער איז א היפאקריט איינס אין דער וועלט

חכםעטיק » 9/1/2009 15:27

די לעצטע טעג האב איך מיך אביסל נאכגעפרעגט אויף די פרשה אויך האב געהאט די קשיא וועגן וויזניצע רבי האב איך מיך נאכגעפרעגט אין וויזניץ דאס איז די ענטפער וואס איך האב באקומען דער וויזניצער רבי האט נאך קיינמאל נישט מוחה געווען ווען מ'האט עם געוויזן א ''געהעריגע'' היתר ערכאות , דא ביי דעם פאל האלט ער שטארק פון דעם בי"ד אבן המשפט ער קען פערזענליך די דיינים , אפאר סאטמארע אידן פון ב.פ. זענען געווען ביי עם בעטן ער זאל לייגן דרוק ארויסצוגיין פון קאורט האט ער געלאזט רופן די צווייטע זייט זיי האבן עם געוויזן די היתר ערכאות האט ער נאך גערופן איינעם פון די דיינים אויב ס'איז אמת האט ער גענטפערט אז יא פארדעם איז ער שטיל

יודלע » 9/1/2009 18:16


זאג נאר ווען ר' ישראל ווישניץ מענטשען זענען געגאנגען אין קאורט אין וויליאמסבורג אן א היתר בי"ד ווי איז ער דעמאלס געווען???

די איינציגע זאך פאר וואס עס איז ביי דין תורה איז ווייל עס איז אנגעקומען צי א אידישע שופט אין ער האט עס געשיקט צי דין תורה.

האקאבו » 9/1/2009 20:21

חכםעתיק
איך קען נישט אן נעמען דיינע ווערטער,ווייל טאמיר יא איז ער נישט קיין היפאקריט,
 נאר אן אפענער פורק עול.
 
דעס הייסט א בי"ד
ווען די אהרונים האבן אים געזאגט אז די זאליס האלטן נישט ביים גיין צי קיין בי"ד, נאר צי זייער לישקע האט ער געהאלטן אז מען טאר נישט קיין אין קארט.

ווען די אהרונים האבן אים געוויזן זייער היתר בי"ד וואס סאיז נאך אזוי גוט ווי גאביוף איז ער נישט געווען ציפרידן.

ועל כולם !  גאביוף האט נישט קיין היתר צי גיין אין קארט.



1נארמאלער » 9/1/2009 20:49

חכםעטיק כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
האט ער געלאזט רופן די צווייטע זייט זיי האבן עם געוויזן די היתר ערכאות ל


אפשר מעג איך אויך האבן די רעכט צו זען מיט די אויגן א היתר "ערכאות"?
ליגט עס איז ר' מאטעלעס נאכט קעסטל? הא? כמיין אז נישט...

ארגינעלער » 9/1/2009 21:21

האקאבו טייערע, א היפאקריט אין יודישקייט איז א פורק עול.  

דעקלעראציע » 11/1/2009 02:34

ווויזנישצער רבי איז פאר איין טעם א היפאקריט.
 
ווייל ווען ער וויל, ריפט ער אריין ברוינשטיין וואס איז זיינס א חסיד, אין ער זאגט ער זאל צוריק פין דעם אזוי געריפנעם היתר ערכאות.

ער טוט דאס נישט ווייל ער האט ליידער נישט קיין פראבלעם ערכאות.

בלומבערג » 11/1/2009 15:21

היפאקריט
איז נישט דער ריכטיגער אויסדריק פון כ"ק אדמו"ר ממאנסי שליט"א
אום ערצויגען - אום סטאביל - דיסטראקטיוו אדער OCD -קנאה
איך בין און קיין קאלעזש נישט גראדואירט צו טרעפען אויף איהם די ריכטיגע דייאגנויז מיר וועלען די ארבייט איבער לאזען אויף די פראפעשענעל - וואס וועלען זיך מוטשען צו פארשטיין זיין מהלך המחשבה און זיין מהלך החיים, דאס איס זיכער זיין אוועליועשען איז נישט מעגליך אזוי גרינג צו דיאגנאזען

איך וויל נישט אריינגיין און זיין היסטאריע פון לעבע דאס וועלן מיר לאזען פאר זיינע חסידים

נאר וואס אנטבלאנגט צו אונזער נושא

האדמו"ר ממאנסי שליט"א ליידט פון ברידער - שוין 87 יאהר

די חשיבות און ליבשאפט וואס דער אלטער רבי דער אהבת ישראל האט ארויסגעוויזען צו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א

ליגט איהם אריינגיבאקען גוט און די ביינער דערמיט לייגט מען זיך און דערמיט שטייט מען אויף

ווי וועט דער תולדות מרדכי באשרייבען - זיצט א יונגער בחור ביי א גרויסען זיידען מיט טויזענטער חסידים און סאמע הייליגע טעג און מ'אנטלויפט אונמיטען סוכות אויף די אנדערע טעג קיין סאטמאר אום זיך צוגיזעגענען פון טאטע מאמע, זיידע רבן של רבבות אלפי ישראל,
וויפיל אטענשאן, האט ער "נישט" באקומען אז אזא אקט איז אונטער גענומען גיווארען -

{מיר לאזען אויס אצינד הונדערטער בלעטער פון היסטאריע מיר ווילן קומען צו אונזער טעמע}

די ווייטאג א קעגען ברידער וואס איז אגב אומשילדיג האט איהם אלס אראפ גענומען פון די גלייך געוויכט

דערפאר ווען מוועט דריקען דעם דריקען ספר מחאות מרדכי וועט איהר נאר טרעפען א קעגען זיין ברידער כ"ק אדמו"ר מוויניץ שליט"א און זיינע קינדער כ"ק האדמורי"ם שליט"א סקווירא, סאטמאר,
מיט יודישקייטאו ערליכקייט האט זיינע מחאות גארנישט אדרבא זאל איינער אנווייזען איין פירצה און יודישקייט וואס איז פארבינדען מיט א אנדערע קהלה אדער קרייז ווי מהאט גיהערט פון איהם א פיפס

רבי_יונה » 11/1/2009 17:05

גביוף האט נישט געבען קיין שום היתר צו גיין אין ערכאות, און אוודאי נישט אויף די גאר פרעזנדליכע שרעקליכע קלאגעס מסירות ומלשינות קעגן הנהלת מוסדתינו הק' ובראשם רבי אהרן וועלץ שליט"א.

ער האט בלויז מתיר געווען צו נעמען אן עיקול בערכאות, ותו לא.

איבער דעם איז ר' מאטעלע שטים, ער הערט נישט, ער זאגט נישט, קען נישט רעדן, ווייל עס שטימט נישט מיט זיין פאליטיק.

ארגינעלער » 11/1/2009 20:48

בלומבערג גאר צי דערזאך ארויס געברענגט

נאר לויט דיר איז עס נישט אזוי ווייט די היפקריווסטע חלק
ווי איך האב אמאל געהערט  " הקנאה והתאוה והכבוד מוצאין את האדם מן העולם"
האט יענער געטייטש, אז ווען מען קומט צי איינע פין די נסיונות פין קנאה צי תאווה פארלירט זיך אינגאנצן אין מען ווערט אויס מענטש מען גייט ארויס פין גלייכגעוויכט.
מען הייבט אן טוען שטיק וואס אין נארמאלע אימשטענדן וואלט ווען נישט געטוען.
 

בלומבערג » 11/1/2009 23:43

ארגינעלער
מיט א ביטע צו רעספעקטירען א מנהיג ישראל פון קרוב צו טויזענט משפחות מיט א נעץ פון מוסדות און עטליכע שטעט

דערצו א אפגעהיטנער יוד מנעוריו מתנהג גיווען בחסידות דאס ווארט תאוה איז ביי איהם ניט שייך,
ווי ערקלערט פריער איז דאס מער א טיפע ווייטאג פון זיין ברודער פון די גאר אינגע יארען וואס איז נאכנישט אויס גיוואקסען

די מלוכה פון וויזניץ און בני ברק מיט אירע פראווינצען וואס ציילט היינט בליעה"ר קרוב צו 4000 משפחות, לייג נאך צו אז מיט די חסידים פון זיינע איידימער קען עס ווערן פארעכענט ביי די נומערען פון 20.000 משפחות ווי ער איז פארהערט און גישעצט אמאל אלץ מלך און א גרעסערע טייל א חותן המלך

ארגינעלער » 11/1/2009 23:56

בלומבערג די האסט מיך שלעכט פארשטאנען.

 איך האב נישט געזאגט אז ר' מאטעלע איז א בעל תאווה איך האב נאר אראפ געברנגט א געדאנק וואס אין דעם געדאנק איז דא דריי כללים.
אין איינע פין זיי איז אויך תאווה, נישט ח"ו אז ער איז אין דעם כלל.

ביבער » 14/1/2009 08:46

בלומבערג כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
האדמו"ר ממאנסי שליט"א ליידט פון ברידער - שוין 87 יאהר
רמ"י נולד י"ג סיון תרע"ו, ר"מ נולד ח"י תמוז תרפ"ב, ע"כ בטרם אצרך בבטן ידעתיך וגו'.
די חשיבות און ליבשאפט וואס דער אלטער רבי דער אהבת ישראל האט ארויסגעוויזען צו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א

ליגט איהם אריינגיבאקען גוט און די ביינער דערמיט לייגט מען זיך און דערמיט שטייט מען אויף
וועמען דער זיידע האט מער ליב געהאט ליין אין ימים מקדם עמוד צ.

זיצט א יונגער בחור ביי א גרויסען זיידען מיט טויזענטער חסידים און סאמע הייליגע טעג און מ'אנטלויפט אונמיטען סוכות אויף די אנדערע טעג קיין סאטמאר אום זיך צוגיזעגענען פון טאטע מאמע, זיידע רבן של רבבות אלפי ישראל,
מוחה אני לפניך,
ער איז אנטלאפן ווען דער זיידע האט שוין נישט געלעבט, און איינע פון די סיבות זענען געווען בדברים שהשתיקה יפה להם, דעם זעלבן טעם פאר וואס ער איז געפארן לערנען קיין פאפא, עס זענען געקומען קרובות וואס האבן מילד גערעדט נישט געטויגט ואחיותיו יוכיחו.