היינט צופרי אין בית המדרש האב איך פארציילט פאר איינעם אז עס זענען פאראן גאר א קליינע צאל אומגעקומענע אויף די איזראעלי זייט אין די מלחמה קעגן עזה.
דער יונגערמאן רופט זיך אן, "סייעתא דשמיא".
זאג איך אים, "יונגערמאן, ביסט א סאטמארער חסיד. מען טאר נישט אזוי רעדן."
דער יונגערמאן האט אבער צוריקגעשריגן אז אוודאי מעג מען אזוי רעדן ווען עס רעדט זיך פון אידישע קינדער וואס ווערן געשיקט אויפ'ן שלאכטפעלד און זייערע לעבנס זענען אין א סכנה.
איך האב גע'טענה'ט אז ער קען נישט דעם רבי'נס שיטה. דער רבי האט געזאגט אז אין א שעת מלחמה דארף מען מתפלל זיין אז קיין איין איד זאל חלילה נישט געשעדיגט ווערן. אבער ח"ו צו זאגן אזעלכע ווערטער ווי סייעתא דשמיא אויף א מלחמה וואס ווערט דורכגעפירט דורך א מיליטער וואס איז קעגן דעם רצון ה'.
בקיצור, מען האט זיך גע'טענה'ט און גע'טענה'ט און ס'איז נישט געקומען צו קיין ענד.
אלזא ברידער. וואס האלט איר? ווער איז גערעכט, איך אדער דער יונגערמאן?
נ.ב. פארשטייט זיך אז נאר אידן וואס האלטן זיך צו די שיטה זאלן ענטפערן.
בין איך גערעכט מיט מיין שטעלונג איבער די מדינה?
נישט ווייל איך קען די שיטה זאג איך אזוי, נאר ווייל מיך האט מען אויסגעלערנט איין זאך "אז די ווייסט נישט, טענה נישט!"
די טענהסט דיך אין ביהמ"ד....
האסט מסתם דארט אנגעפירט א קופקע.....
און יעדער הערט דיך אויס..... און רוב מענטשען וואס קענען נישט די שיטה שלינגען מיט דורשט דיינע ווערטער כאילו ס'איז תורת אמת (ביסט דאךמסתם א געלערענטער מענטש) און נאכדעם קומסטו פרעגן דא פון די שפילי הדור הייד פארק שרייבערס צו די ביסט גערעכט?????........
אויב ווייסטו נישט צו די ביסט גערעכט דעמאלטס טענה נישט!!!!
מיין מיינונג איז, אז דו ביסט גערעכט אבער נישט אינגאנצן.
דאס הייסט, א ודאי מעג מען נישט זאגן, אז די מיליטער וואס איז געבויט אויף כפירה ומרידה, האט סייעתא דשמיא. לויט וואו די רבי זיע"א האט געזאגט, דאס נאר צו טראכטן איז כפירה בעיקר.
וואס יא? דאס אז א קליינע צאל זענען אומגעקומען, איז זיכער סייעתא דשמיא פון הימל, וואס דער אייבערשטער היט אויף זיינע קינדער, אפילו בשעת זענען אזוי ווייט פון איהם, און אפילו בשעת וואס זענען כופר בשמו יתברך רח"ל, היט אויף זיי דער אייבערשטער, אז זיי וועלן נישט געשעדיגט ווערן.
|
בערל, , ביסט 100% גערעכט
האסטזייער גוט ארויגעברענגט די פוינט, און ביסט זייער גערעכט
דער רבי האט גערעדט פון "נסים", ער האט געזאגט אז עס איז אוממעגליך אז עס זאל געשען נסים מצד הקדושה דורך רשעים, און אפילו עס קען געשען נסים דורך עבודה זרה און סטרא אחרא, אבער אז דאס זאל זיין א "נסים'דיגע ישועה פאר כלל ישראל" איז עס זיכער נישט. שוין אפגערעדט, האט דער רבי געשריגן, אז עס איז בכלל נישט געווען קיין נסים, נאר דרך הטבע.
"סייעתא דשמיא" איז אן אנדערע זאך. אויב דער רבי האט געזאגט מען זאל מתפלל זיין אז עס זאלן נישט זיין קיין אידישע קרבנות אדער געשעדיגטע, וויאזוי זאל דען זאל דאס געשען אויב נישט סייעתא דשמיא?
סייעתא דשמיא דארף א מענטש אויף יעדן טריט און שריט אין לעבן. אז נאר 6 סאלדאטן זענען אומגעקומען, דאס מיינט נישט אז "דאס מיליטער" האט סייעתא דשמיא. דאס מיינט אז עס איז געווען א סייעתא דשמיא פאר אידישע קינדער זיי זאלן נישט אומקומען ח"ו
און אויף אזא סייעתא דשמיא האפן מיר ווייטער
איך האב געזאגט מיין מיינונג ווייל כ'האב געהאלטן אז דאס איז די ריכטיגע מיינונג, נאכ'ן מאכן א שיעור מיט מיין חברותא אין על הגאולה ועל התמורה זייט די מלחמה האט זיך אנגעפאנגען. אבער יענעמ'ס עקשנות האט מיך געמאכט טראכטן אז אפשר בין איך נישט גערעכט.
ישר כח סים פאר'ן איגנארירן בערל'ס פטפוטי דברים און ענטפערן צו די זאך.
יעצט לאמיך הערן די מיינונג פון גאסט, און אנדערע סאטמארער אידן וואס קענען די שיטה. בין איך גערעכט אדער נישט?
אבער דאס איז קלאר אז מען טאר נישט זאגן סייעתא דשמיא אויף די גאנצע מלחמה אליין.
ס'איז באקאנט דאס ווארט פונעם בעל דברי יואל רבינו שליט"א האט עס היבשע פאר מאל נאכגעזאגט, איך קאפי עס אריין פון די דרשה פון כ"א כסליו ס"ב
http://www.mysatmar.com/docs/public/zos-htorah-lo-sehei-michlefes.pdf
איך האב אמאל געהערט פון טאטן זאל זיין געזונט, האט ער נאכגעזאגט פון פעטער זכרונו לברכה, אויף דעם ענין ס'איז נעבעך געווען
הרוגים אידישע קינדער זענען גע'הרג'ט געווארן, האט ער נאכגעזאגט וואס מ'זאגט ביי די תפלת נחם,לבי לבי על חלליהם מעי מעי על חלליהם, כי אתה ה' באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה, וואס איז דער קשר מען באוויינט די חללי ישראל, לבי לבי מיין הארץ גייט אויס צוליב די וואס זענען אומגעקומען, מעי מעי על חלליהם נעבעך די הרוגים וואס זענען נעבעך גע'הרג'ט געווארן, וואס איז דער קשר, כי איז דאך א נתינת טעם. האט ער געזאגט אזוי. יעדע אומה ולשון אז זי וויל זיך באפרייען, זי איז משועבד אונטער א אנדער לאנד, און וויל עס מאכן א באפרייאונגס קריג ווי מ'רופט עס, מוז מען זיך גיין שלאגן, און אז מען מאכט א מלחמה ווייסט מען פון פריער אז דאס גייט קאסטן קרבנות, און מען זאגט ס'איז פארפאלן, א מלחמה קאסט נפשות, און אז מ'וויל עררייכן דעם ציל האט מען נישט קיין אנדערע ברירה נאר מען מוז מקריב זיין קרבנות, דאס איז גוט ביי יעדע אומה ולשון פון די ע' אומות, וואס שלאגט זיך איינער מיטן צווייטן און וויל אראפווארפן איין עול פונעם צווייטן, אבער אידישע קינדער ווייסן אנדערש, אונז גלייב מיר באמונה שלימה אין ביאת המשיח, אונז גלייב מיר באמונה שלימה אז מפני חטאינו גלינו מארצינו, אונז זעמיר געגאנגען אין גלות נישט ווייל מען האב מיר נישט געהאט קיין גוטע ארמיי, און נישט וועגן דעם ווייל מיר האבן נישט געהאט קיין גוטע גענערעלער, מ'האב מיר נישט געהאט קיין גוטע כלים מיט וואס צו שלאגן זיך, נאר וועגן איין טעם ומפני חטאינו גלינו מארצינו, ליידער מען האט נישט צוגעהערט צו דברי תוכחה פון די נביאים אין בית ראשון און פון די הייליגע תנאים בזמן בית שני, וועגן דעם איז געקומען דער חורבן, און די ישועה פון כלל ישראל וועט זיין אן אומנאטירליכע שלא כדרך הטבע, און עס פעלט זיך צו דעם נישט אויס קיין שום קרבן נישט, גארנישט. איז לבי לבי על חלליהם, דאס הארץ בלוטיגט מיר פאר יעדן אומגעקומענעם מעי מעי על חלליהם, ווייל כי את ה' באש הצתה, דו השי"ת האסט עס אונטערגעצינדן ווייל מיר זענען נישט ראוי געווען, ובאש אתה עתיד לבנותה, ווען עס וועט זיין דער רצון פון בורא כל עולמים וועט עס דער אייבערשטער אויפבויען מיט אן אש בנוי ומשוכלל, און עס פעלט זיך נישט אויס צולייגן צו דעם קיין פינגער נישט, נאר מען זאל מרבה זיין בתשובה בתפלה ובתחנונים פארן בורא כל עולמים, איז דאך יעדע קרבן איבריג.
_________________
איך בין נישט קיין עקספערט אין די שיטה, אבער אז יעדער שרייבט אייגענע מיינוגען, וועל איך אויך שרייבען
א} דא איז זיכער אז מען דארף בעטן אז די מדינה זאל בטל ווערן דורך רחמים וחסדים, הרבה דרכים יש למקום
אין מען דארף נישט געבן קיין עצות, עס זאל בטל ווערן אזוי עס זאל ח"ו נישט שאטן פאר קיין שום איד
ב} עס איז זיכער אז אין אדם נוקב אצבעו למטה אלא אם מכריזין למעלה וכ'. א בשר ודם קען גארנישט טיען. אן דעם אז
עס זאל זיין באשערט, אבער דאך איז דאס איז נאך נישט טייטש אז ער האט "סייעתא דשמיא" בסך הכל גיט מען פין הימל פאר א מענטש די בחירה להטיב ולהרע ח"ו. און אסאך מאל זענענן דא די כוחות הטומא וואס ווערט באשאפן דורך די מענטש עבירות, אין זיי שטיפען רח"ל אז ער זאל גיין ווייטער אין תהום ח"ו, אין די כוחות העלפן אים אויסציפריען די נישט אויסגעהאלטענע זאכן, אבער עס איז נישט טייטש אז די עבירות וואס ער טוט ווערט געטיען מיט א סייעתה דשמיא,
למשל, אז עס וועט קימען א איד, און ער וועט בא'גנב'נן א צווייטען און ביזנעס, און עס וועט געלונגן, וועט קיינער נישט זאגן
אז ער האט געהאט "סייעתה דשמיא" אפילו אויב די גניבה איז געלונגען
ג} לויט וויאזוי איך פארשטיי וויפיל איך האב געהערט, דארף מען מתפלל זיין, אז די סכנה וואס הענגט איבער תושבי ארצינו
זאל בטל ווערן, אין זיי זאלן גראטעוועט ווערן אן קיין שום שאדן פאר קיין שום איד, ווי אזוי עס זאל געשען? דאס דארף מען
איבער לאזן פאר השי"ת, הרבה דרכים למקום, אבער מיר קענענן נישט בעטן אויף די הצלחה פון די חיילי צה"ל, בסך הכל
בעטן מיר אז השי"ת ברוב רחמיו זאל מזמין זיינע וועגן אז די אלע וואס ווילען שעדיגן אידישע קינדער זאלן נישט האבן קיין
שליטה ח"ו, השי"ת ברוב רחמיו, קען אריינגעבן א מחשבה און די פירער פין ביידע זייטען אז זיי זאלן וועלן סטאפען די מלחמה,
און וועט עס אויטעמאטיש בטל ווערן, אן דען וואס די מדינה זאל דארפן ווארם זייערע באמבעס,
תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 08/01/2009 20:32:31
סקאט, לייג דיר פעפער אין מויל, פון רשעים קען ארויס קומען א טובה????
איך וואלט ווען געדארפט זיך אראפזעצן בכובד ראש, און פרובירן דיר מסביר זיין ווי ווייט די ביזט פארקראכן, אבער וואס זאל איך טון אז איך דארף ארבעטן אויך, אזויפיל וועל איך דיר יא זאגן אז אלץ תשובת המשקל פארן שרייבן אזוי, לערן אדוירך דעם על הגאולה (ס'איז נישט אזוי גרויס) וועסטו וויסן אז די רעדסט פון די חמורות שבחמורות
קודם קוק אדורך די צוויי דרשות פון רבינו שליט"א וועסטו האבן בקיצור נמרץ פארוואס די ביזט נישט גערעכט
http://www.mysatmar.com/docs/public/zos-htorah-lo-sehei-michlefes.pdf
און נאכדעם לערן אדורך דעם על הגאולה
http://www.mysatmar.com/docs/shite_hakdoshe/al-hagileh.pdf
תוקן על ידי גאסט ב- 08/01/2009 20:28:07
די ליינסט אפילו וואס גאסט ענטפערט? ער ברענגט דאך דא נאך דברים של טעם,
ליין עס דורך קענסט אויך הערן אויף קול סאטמאר א ספעציעלע קנאות אפטיילונג, אזוי וועסטו נישט זיין אזוי רוי אין דעם ענין.
אויב ווילסטו קען מען הערן דא אביסל וועגן ציונות
http://www.drushes.com/teller.html
מוז איך אזויפיל כאטש טון, אהערברענגן וואס דער בעל דברי יואל האט געזאגט וישלח תשי"ז דברים כדרבונות פאר די ווערטער
http://www.natrina.org/rebbe/chiddusheitorahvayishlach.pdf
[בילד – נישט אפגעהיט]
_________________
די אלע זאכן וואס דער על הגאולה האט געזאגט בימים ההם אין 1967 איז בכלל נישט דומה צום יעצטיגן מצב, דאן זענען די ציונים הארורים געווען פראסטע אגרעסערס און זענען געגאנגען אין מלחמה, מפקיר זיין אידיש בלוט בלויז צו דעראבערן שטחים פון פרימיטיווע אראבער שכנים, און באווייזן זייער כוחי ועוצם ידי, און נאכדעם דערקלערן ניסים עפ"ל
אבער זייט דעמאלטס האבן זיך שוין צייטן לאנג געטוישט, און דער סאטמארער רבי האט עס פאראויסגעזאגט, די ציונים זענען שוין זייער מיד פון די מלחמות, די שכנים זענען זייער שעדליך פארגעשריטן, די מדינה וויל בלויז מנוחה, זיי האבן מיט געוואלד אויסגעריסן די אידן פון גוש-קטיף און אנדערע מקומות, פשוט ווייל זיי ווילן שוין מנוחה, די יעצטיגע אקציע איז א פשוט'ער הגנה פון די ראקעטן וואס זענען ליידער שופך דם ישראל.
אין אנדערע ווערטער, מיינע רייד זענען 100% אין איינקלאנג מיטן אויוונדערמאנטן שטיקל פונעם סאטמארער רבי זצ"ל, ס'בלוטיגט מיר אויך דאס הארץ אז שם שמים איז נתחלל באופן נורא דורך די עוקרי הדת ומנאצי השם, הלוואי זאל שוין זיין ומלכות הרשעה מהרה תעקר ותשבר ותמגר ותכלם ותשפילם ותכניעם ב"ב, און זאל שוין את צמח דוד מהרה תצמיח, אבער וואס קען מיר טאן אז עדיין לא נשענו, ס'נאך נישט הגיע זמן גאולתכם, ליידער איז עס א גזירה הוא מלפני אז מ'זעמיר אנגעוויזן אויף די פושעים'ס הגנה והצלה, ס'ליידער א מציאות וואס מ'קען זיך נישט באהאלטן דערפין, און אויב ע"פ דרך הטבע איז לעת עתה דאס דער איינציגער הצלה, דאן מוז איך בע"כ זיי וואונטשן עלה והצלח!
די איינציגע סיבה פארוואס מ'גייט יעצט אין מלחמה איז וויבאלד די ציונים, פרייע ווי פרומע, מוזן האבן א מדינה.
זיי ווייסן אליין אז אפילו בדרך הטבע איז נישט מעגליך זיי זאלן אויספירן, אויפן לאנגן טערמין. דער איינציגער וועג וויאזוי די מלחמות און שיסערייען רח"ל זאלן זיך אויפהערן איז טאמער די מדינה זאל ערלויבן די אראבער צוריקצוגיין צו זייערע היימען און אויפגעבן דעם נאמען "מדינת ישראל".
אשר על כן, טראץ וואס מ'טאר נישט מקטרג זיין אין א שעת הסכנה, און ס'איז קלאר אז יעדעס אידיש נפש וואס ווערט געהרג'עט אדער געשעדיגט איז אן אומשאצבארער שאדן פאר כלל ישראל, איז נישט שייך מתפלל צו זיין אויף די הצלחה פון די צה"ל סאלדאטן - נישט נאר ווייל מ'טאר נישט, נאר ס'איז פשוט נישט מעגליך בדרך הטבע.
די איינציגע הצלחה זייערע וועט זיין ווען מלכות הרשעה במהרה תתעקר, און משיח וועט האבן א פרייען וועג אונז צו באפרייען פון די רוצחים פון ביידע זייטן פונעם "גדר ההפרדה".
ערשטנס, מיז איך דיר זאגען, אז ס'איז מיר זייער נישט באקוועם צו ליינען דיינע ווערטער, אז ס'בלוטיגט דיר אויך דאס הארץ אז שם שמים איז נתחלל וכו'. כאילו דו אויך בלוטיגט דיינע הייליגע הארץ וועגן שם שמים המחולל, און נישט נאר דאס הארץ פון רביה"ק זיע"א. דאס אליין איז שוין טרייפענע מחשבות.
יעצט בנוגע די אלע חילוקים וואס האסט געשריבן, אפילו האב ס'איז דברים בגו, אז די היינטיגע ציונים האבן נישט דו שאיפות פון אוועק נעמן נאך שטחים. אבער דאס איז זיכער, אז זייערע גאנצע ציל איז צו ווייזן איין זאך, אז זיי קענען פירן אליין, זיי האבן ביכולת צו האבן מלוכה און שלטון, אן דעם רבש"ע, אין אן די תורה"ק. וואס דאס איז א געפירליכע חילול שם שמים און מרידה וכפירה בעיקר. דאס הייסט אז יעדע זייערע הצלחה, איז חילול ה' וכפירה בעיקר, און וואונטשן אויף דעם 'עלה והצלח', איז מחזק זיין עוברי עבירה און פרייען בשמחת הרשעים והמינים והאפיקורסים מהרה יאבדו.
דו איינציגע זאך וואס מיר דארפן דאווענען, איז אז אידן זאלן נישט געשעדיגט ווערן, נישט דורך די ישמעאלים ארורים רודפי דם ימ"ש וזכרם, און נישט דורך די הפקרות דיג'ע שטריטן פון די רשעי הציונים מחריבי היהדות ימ"ש וזכרם.
דו עצה וואו אזוי דער רבש"ע וועט דאס ברענגן, אז קיין אידיש בלוט וועט זיך נישט גיסן ל"ע, און מצד שני נישט מיט די הצלחה פון די רשעים, איז שוין נישט אונזערע געשעפט, נישט אונזערע חשבון.
דער אייבערשטער זאל האפהיטן אלע אידן בכלל, און אלע יושבי ארה"ק בפרט, און ס'זאל מקויים שוין וכל הרשעה כולה כעשן תכלה, אדער בעשן תכלה.
http://www.mysatmar.com/docs/public/drushes-avad-wb.pdf
תוקן על ידי גאסט ב- 09/01/2009 0:19:25
בערל, איך מיין אז דו ביסט דער וואס האט געקלעימט איגנארענס (געזאגט אז דו ביסט אומוויסנד) אין די שיטה, נישט איך. איך האב געבעטן עדווייז איבער איין זאך, אבער כ'האב נישט געזאגט אז איך קען נישט די שיטה.
אויב עפעס, דארפסטו דורכלערנען די אלע זאכן.
http://www.bhol.co.il/news_read.asp?id=7912&cat_id=19
איך זאג עס ווייל פרעג יעדע אראבער וועלן זיי דיך זאגן אז זיי ווילן הארגענען אלע אידן.
אין דאס וואס מ'שרייט אז אלעס קימט וועגן די ציונים וויל איך ענק פרעגן וואס איז געווען די תירוץ צי הארגענען אידן אין די שפיטאל אין חברון נאך פאר די מדינה האט זיך אויפגעשטעלט?
די אראבערס האבן אייביג געוואלט הארגענען יעדן איינעם נאר יעצט ניצען זיי די מדינה אלס א תירוץ צי קענען הארגענען.
אין נאך זיסקייט שרייט אויך מיר שייגעץ כדרכו בקודש וויל איך זאגן אז איך האלט נישט אז די מדינה וואלט זיך געמעגט אויפשטעלן אין אויב אין 1967 וואלט געוועהן אזא מצב וואלט איך אפשר געהאלטן אז די מדינה זאל אויפגעבן אבער אין די האנטיגע מצב האלט איך אז עס איז א גרעסערע סכנה צי אויפגעבן אלעס.
(אנטשולדיגט אבער איך בין נישט קיין שרייבער איך האף אז ענק וועלן פארשטיין וואס איך האב געשריבן)
נ.ב. זיקייט לויט דיין profile ביטו א נקיבה וואס שמיעסטי מין מענער אין ביהמ"ד?
וועגן וואס האבן זיך די אראבער צולאזט אין חברון? ווייל די ציונים בראשות קוק ימ"ש האבן זיי אויפגערעגט וועגן דעם כותל, ווער געוואויר די פאקטן פאר די הייבסט אן צו שיסן ציוניזים
דער פאקט איז געווען אז אלע יארן ביז ציוניזים האבן די אידן געלעבט די רואיגסטע אינטער די אראבער, אין די צייטן וואס די קאטאליקן האבן געהרג'ט אידן רעכטס און לינקס, שטודיר אביסל היסטאריע.
דיין תגובה just shows your ignorance
איך ראט דיר אביסל אויס צוהערן די דרשות וואס איך האב געברענגט די לינק נעכטן
http://www.drushes.com/teller.html
וועסטו אביסל קלוגער ווערן
ושתי תשובות בדבר,
ערשטנס אויב רעדסטו פון דרך הטבע, עפ"י טבע איז נישט דא קיין שום לעזונג אינעם צוקונפט! מ'האט זיך שוין צוואנציג מאל איינגערעדט אז "יעצט גייט מען מאכן סדר" און סאיז גארנישט געווארן, די ישראלים זענען ארומגערינגלט מיט אפאר מיליאן אראבער און דו קענסט גארנישט טון. אז עס וועט נישט זיין מיסלס (פאר צוויי חדשים...) וועט זיין זעלבסמערדער, (סזאל חלילה נישט זיין, איך רעד פון דרך הטבע), אלע אראבער זענען היינט צוטאג מחונך אז דער ציל אין לעבן איז אויסצוהארגענען אידן. די רייבערייען צווישן מדינת ישראל און די אראבער האבן זיך אנגעהויבן זייטן רעיון הציונות - סהאט זיך נישט היינט אנגעהויבן און וועט זיך נישט מארגן ענדיגן, בקיצור: עפ"י דרך הטבע איז "נישטא" קיין עצה!
צווייטנס, אפי' לו יהא אז זיי קענען ווען עפעס דערגרייכן, די רבי פלעגט אלעמאל איבערחזרן אז מיר דארפן נישט געבן קיין עצות פאר השי"ת, אלעס וואס פאסירט איז מיט די השגחה עליונה און ווען מיר זענען מתפלל בעטן מיר נישט אז דער אייבערשטער זא העלפן אויף דעם און דעם דרך הטבע, נאר מיר בעטן אז סזאל זיין גוט פאר אידן,
און אויך בעטן מיר אז מלכות הרשעה כעשן תכלה בביאת משיח צדקינו.
A Gilyon Notrina * codebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab#version=9,0,0,0" id="doc_393455297468982" name="doc_393455297468982" classid="clsid:d27cdb6e-ae6d-11cf-96b8-444553540000" ="" align="middle" width="100%" height="500">
אין לגבי היסטאריע מיין איך אז איך ווייס זייער גיט די היסטאריע אין איך דארף נישט אויסהערן קיין דרשות...
_________________
זע דעם בריוו פון הגה"ק בעל אמרי אמת מגור זצ"ל ווי ער שרייבט נאכן באזוך אין אר"י ווי פריינטליך די אראבער זענען געווען צו אים.
דארפסט אפשר נישט אויסהערן קיין דרשות, ס'וואלט אבער יא שטארק כדאי געווען זאלסט זיך באקענען מיט די היסטאריע בעפאר דו באשליסט וואס די פאקטן דארפן דיר דערציילן און לערנען.
_________________
כמה פעמים האב איך געהערט פין עלטערע סאטמערע אידען (סענט סטריט חברה) אז בשעת א מלחמה האט די רבי געזאגט אז מען דארף מתפלל זיין אז משיח זאל קומען, און נישט אז די ציונים זאלען מצליח זיין, און נישט אז די אראבער זאלען מצליח זיין.
הגם עס איז אוודאי נישט קעגען די שיטה צו זאגען אז עס איז געווען סייעתא דשמיא אז נאר זעקס "אידען" זענען גהרג'ט געווארען, אבער צו זאגען אז נאר זעקס "סאלדאטען" איז מן הסתם יא קעגען די שיטה.
כמובן רעד איך נישט פין די שיטה פין פראפעציענאלע שיטה מענטשען, נאר עמך מענטשען, סאטמארע אידען וואס רעדען שיטה.
לאמיתו של דבר, איז נאריש צו זאגען בכלל אז נאר זעקס זענען געהרגעט געווארען, אז עס שטעקט אין דעם סייעתא דשמיא, ווייל למעשה זענען זעקס געשטארבען, און דאס איז א פראסק אין פנים. און דאס איז בכלל, לאו דוקא אין די מדינה. למשל עס מאכט זיך ל"ע א שריפה, און איין קינד ווערט ל"ע נעדר, איז דא מענטשען (אזעלכע זעלבסט באשטימטע באשעפער זיס מאכערס) וואס וועלען אנווייזען, ממש ניסי ניסים, נאר איינער, איי וואס איז מיט דער איינער? ער איז נישט קיין מענטש? ווען כביכול וויל, קען ער ראטעווען אלע, אדער בכלל נישט מאכען א שריפה. די זאכען זענען העכסט קאמפליצירט, און בדרך כלל איז בעסער צו האלטען די מויל פארמאכט, ווי איידער צו מעסטען אויב עס איז געווען חסדים אדער גבורות.
אין אזא צייט דארף יעדער איינער לערנען דעם רבי'נס ספרים. זיי זענען אזוי זיס ווי צוקער. זיי לייגן אראפ די שיטה אזוי אז מען זאל זיין שטאלץ צו זיין א סאטמארער חסיד.
חברים יקרים,
איך וויל אייך נישט שטערן אויס סארטירן אייער פלאנטער מיט די שיטה.
נאר פאר אינפארמאציע, וואס סקען נישט שאטן (האומנם?)
אויף דברי ידידנו
ELMONSEY
אזעלכע פריעדליכע אומשולדיגע אראבערלעך, ממש CUTE בערעלעך
רבינו בחיי על בראשית פרק כא פסוק יד
וישכם אברהם בבקר ויקח לחם וחמת מים - היה לו לתת לה כסף וזהב וגמלים נושאים אותם לפי שפע הממון שהיה בבית אברהם, כי בנו היה שהתפלל עליו לו ישמעאל יחיה לפניך. אבל מפני שאמרה לו שרה שיגרש אותו ואת אמו וה' אמר לאברהם כל אשר תאמר אליך שרה שמע בקולה ע"כ שמע לקול שרה וגרש אותו ואת אמו בלחם וחמת מים כך פירש הרמב"ן ז"ל:
ויתכן לומר כי מה שגרש אותו בלחם ומים שיכלול ענין אחר, והוא שאברהם ראה במראה הנבואה שעתידים בניו להשתעבד תחת ידי ישמעאל, וכי ישנאו אותם שנאה גדולה שאין אומה בעולם שיהיו שונאים לישראל כבני ישמעאל, וע"כ התנהג אברהם עמו כמו שראוי להתנהג עם השונא ונתן לו לחם ומים, הוא שכתוב (משלי כה) אם רעב שונאך האכילהו לחם ואם צמא השקהו מים:
עיקר שכחתי.
דער רבנו בחיי שרייבט אז די אידען וועלן זיין משועבד אין אונטער טעניג צו די דאזיקע שטינקערס (רש"י בפרשת וישב) פונדעסטוועגן וועלן זייער שנאה זיין גרעסער פון אלע אומות.
כלפי די וואס טענה'ן אז ווען מאיז נכנע אונטער זיי בייסען זיי נישט.
כ'וועל דיר אביסעלע ארויסהעלפן און צוענדיגן דאס וואס דו זעלבסט האסט ציטירט:
וע"כ התנהג אברהם עמו (דעם אראבער) כמו שראוי להתנהג עם השונא ונתן לו לחם ומים, הוא שכתוב (משלי כה) אם רעב שונאך האכילהו לחם ואם צמא השקהו מים:
ס'ליגט אויף קול סאטמאר #9
געגאנגען
דא האסטו דעם גאנצו רבנו בחיי אפשר וועסטו קלוגער ווערן?
בראשית פרק כא פסוק יד
(יד) וישכם אברהם בבקר ויקח לחם וחמת מים - היה לו לתת לה כסף וזהב וגמלים נושאים אותם לפי שפע הממון שהיה בבית אברהם, כי בנו היה שהתפלל עליו לו ישמעאל יחיה לפניך. אבל מפני שאמרה לו שרה שיגרש אותו ואת אמו וה' אמר לאברהם כל אשר תאמר אליך שרה שמע בקולה ע"כ שמע לקול שרה וגרש אותו ואת אמו בלחם וחמת מים כך פירש הרמב"ן ז"ל:
ויתכן לומר כי מה שגרש אותו בלחם ומים שיכלול ענין אחר, והוא שאברהם ראה במראה הנבואה שעתידים בניו להשתעבד תחת ידי ישמעאל, וכי ישנאו אותם שנאה גדולה שאין אומה בעולם שיהיו שונאים לישראל כבני ישמעאל, וע"כ התנהג אברהם עמו כמו שראוי להתנהג עם השונא ונתן לו לחם ומים, הוא שכתוב (משלי כה) אם רעב שונאך האכילהו לחם ואם צמא השקהו מים:
יעצט וואס מיינסטו?
דער שונא איז דא הונגעריק? פעלט איהם צופרעסן פון די UN?
שמואלגבאי
אן חלילה פוגע זיין אין מרן אדמו"ר בעל ויואל משה ודברי יואל מסאטמאר זצוק"ל זי"ע וויל איך דא אריינזאגען מיין מיינונג - די מדינה שטייט היינט מיט אלע מלחמות בעסער ווי סאטמאר מיט זייערע מלחמות אין מסירה אין ערכאות אין חילול ה'
אין די מזרחיסטן אין אלע מפדלניקס אין אלע חיילים דארפן זיך גארנישט שעמען פין די סאטמארע שמחת תורה אייער ווארפערס אין ארון הקודש איבערדרייערס דער חייל וואלט זיך קיינמאל נישט דערוואקט אין א בית המדרש צי זינגען ונהפוך הוא אדער ווי איז דיין טאטע זלמן לייב אדער ווארפן אייער שמחת תורה ביינאכט אפי' ער גייט נישט מיט אזא ברייטער היט ווי הרה"ג ר' זלמן לייב פילאף שליט"א אדער הרה"ג ר' חיים דוד כץ שליט"א

איך האב סך הכל אנגעוויזן אויפן תורה'דיגן צוגאנג אז אפילו ווען יענער איז דיין געהארגעטער שונא איז דער תירוץ "האכילהו לחם". דוכט זיך אז באמבעס און ליפלעטן געהערן נישט דוקא אין די דאזיגע קאטעגאריע.
איינער לייקנט עפעס אז ישמעאל איז א שונא? ס'איז פונקט אזוי א הלכה בידוע אז עשו איז אונז א שונא, נאך א גרעסערער שונא ווי ישמעאל (אלעס איין גרויסע 'העפי פעמילי'...), און טראץ דעם לעבן מיר היינט צו טאג ב"ה בנחת אונטער דעם מלכות של חסד פון די אמעריקאנער רעגירונג.
וועסטו לייקענען דעם פאקט אז אידן האבן כמעט שטענדיג געטראפן א מקום מנוחה אין אראבישע לענדער - מיטן אויסנאם פון די ערשטע יארן נאך מוחמד'ס גרינדן דעם איסלאם, ווען ער האט דרינגענד געדארפט פארשאפן 'מאמינים', און נאך געציילטע אויסנאמען אין לויף פון הונדערטער יארן?!
אדרבא, טאקע ווייל ער איז מיין שונא דארף איך זוכן צו לעבן מיט אים בשלום. אקוראט ווי רבינו בחיי געט איבער פון אברהם אבינו, און פונקט אזויווי דער אמרי אמת זצ"ל שרייבט אינעם בריוו וואס איך האב דערמאנט בראשית האשכול.
"איך האב סך הכל אנגעוויזן אויפן תורה'דיגן צוגאנג אז אפילו ווען יענער איז דיין געהארגעטער שונא איז דער תירוץ "האכילהו לחם". דוכט זיך אז באמבעס און ליפלעטן געהערן נישט דוקא אין די דאזיגע קאטעגאריע"
איז דאס דער פשט? טייטש איבער אויף אידיש וואס דארט שטייט! ווען ער איז הונגעריג גיב אים ברויט, ווען ער איז דורשטיג טרינק איהם אהן וואסער. אבער נישט ווער ער שיסט מיסלס! אין מדארף גיין ראטעווען אידן. דאס איז לכל הדעות א מלחמת מצוה, נישט קיין חילוק ציונים אדער נישט,
ווען ממוז זיך שלאגן מיט די גויים, ברענגט דער רמב"ם און דער חינוך, דעם פסוק אין ירמיה ארור עושה מלאכת השם רמיה וארור מונע חרבו מדם. דו מינסט אז זיי האבן נישט געוואסט פון אם רעב שונאך האכילהו לחם?
דער פסוק מיינט ווען דער שונא איז גוט צוקלאפט און אין דער אדמה און ער בעהט צופרעסן, נישט אינמיטן א מלחמה.
BTW, די "ציונים" די שוטים פאלגן דיך און לאזען אריין "יומאניטארע" הילף. מיט דעם שטעלן זיי איין אידישע לעבנס.
"איינער לייקנט עפעס אז ישמעאל איז א שונא? ס'איז פונקט אזוי א הלכה בידוע אז עשו איז אונז א שונא, נאך א גרעסערער שונא ווי ישמעאל (אלעס איין גרויסע 'העפי פעמילי'...), און טראץ דעם לעבן מיר היינט צו טאג ב"ה בנחת אונטער דעם מלכות של חסד פון די אמעריקאנער רעגירונג. "
דער רבנו בחיי זאגט אז ישמעאל איז דער גרעסטער שונא "שאין אומה בעולם שיהיו שונאים לישראל כבני ישמעאל" זאגסטו אז עשיו איז א גרעסערער שונא, שרייב צו איין הגהה "ואני הקטן חולק וכו'" אין איך אי"ה וועל טרייען צו ערלעדיגן מזאל עס אריין דריקען, (בעהט אויך ביי אליעזר קעסטנבוים ער האט פראטעקציע ביי עוז והדר)
ביי עשיו זאגט די גמרא אין גיטין יז" אמר רחמנא או בטולך או בטולא דבר עשיו"
פירש"י רחמנא או בטולך - או החביאנו בצילך או הגלונו בצל בני עשו שהן מכבדין אותנו:
"וועסטו לייקענען דעם פאקט אז אידן האבן כמעט שטענדיג געטראפן א מקום מנוחה אין אראבישע לענדער - מיטן אויסנאם פון די ערשטע יארן נאך מוחמד'ס גרינדן דעם איסלאם, ווען ער האט דרינגענד געדארפט פארשאפן 'מאמינים', און נאך געציילטע אויסנאמען אין לויף פון הונדערטער יארן?! "
אהובי ידידי איך ווייס נישט ווער סהאט דיר פארקויפט דעם דאזיקן נארישען פראפאגאנדע פאקט, און וויפיהל דו האסט באצאהלט, איך האף נאר אז דו קענסט דאס נאך צוריק טראגן אין צוריק באקומען דיין געלט.
אוהה"ק ריש פרשת צו את אהרון
"גם ירמוז אל האחדות, שהם נהרגים על אשר לא יחפצו לשתף שם שמים ודבר אחר, ומיחדים שמו יתברך, ואומרו ומכנסי בד ירמוז למה שהרגו האומות מהאנשים הנגשים אל ה', המכניסים אמונת ה' ואחדותו בלב ישראל, והם הם "יקירי אל עליון" אשר אין דבר מפסיק בינו לבינם, והוא מה שדקדק לומר ומכנסי בד לשון הכנסה, בד הוא בחינת האחדות, לאלה אמר על בשרו, פירוש אין דבר מפסיק בינם לבין ה' ואמר בשרו לשכך את האוזן, על דרך אומרו (ירמיה יג יא) כאשר ידבק האזור אל מתני איש [כן הדבקתי אלי את כל בית ישראל] וגו', אזני ה' (במדבר יא א), עיני ה' (דברים יא יב), ולצד מה שעשו להצדיקים הללו יחתם גזר דין לאומה רשעה ואומרו והרים את הדשן כנגד מה שהריעו בבחינת היסורין והעינויים אשר צררו אותנו:
ואם באת לראות [הוא] יותר מגלות מצרים, כי גלות מצרים היו משעבדים אותם, ומאכילים אותם, ומלבישים אותם, וצא ולמד ממה שאמרו רבותינו ז"ל בפסוק (במדבר יא ה) זכרנו את וגו' את הקשואים וגו' חנם היו אוכלים הכל, והן גלות ישמעאלים אשרי מי שלא ראם משעבדים וממררים חיי ישראל, ולא די שלא יתנו שכר אלא עוד שואלים ממנו מדוד והבא ועוד אדם נגזל במה שיש לו, והם תובעים ממנו מה שאין לו, וכוס זה ישקוהו עד שימות, וכנגד זה אמר והרים אל מרים ראשי, את הדשן אשר תאכל האש, אש העמים, כי מצינו שצרת האומות תקרא אש, וצא ולמד מאיש לבוש הבדים (יחזקאל י ב), את העולה שהיא האומה הנקראת עולה::
... ואומרו ואש המזבח תוקד בו - יודיע הכתוב כי באור בוקר תעשן אף ה' ואש מפיו תאכל על אשר עינונו בני עולה ויסרונו ביסורי נקמה ובפרט בני המערב הפנימי אין לך כוס מר שלא הטעימו תמיד והוא אומרו אש המזבח שרמזנו בו בחינת היסורים מהאומות, ולא ריחם לבם לאשר הכה ה' זה ימים והשפיל גאון יעקב, ולא נהג בם בחינת דיראון לומר די ראות עליוני עליונים למטה מטה, אש מזבח זה תוקד בו בנעלם הנעלמים, כי הוא המקנא ולובש קנאה: עיי"ש כל הענין
"טאקע ווייל ער איז מיין שונא דארף איך זוכן צו לעבן מיט אים בשלום"
וואס האקסטו א טשייניק? ער וויל דען לעבן בשלום? די נארישע "ציונים" האבן דאך אויסגעריסן די יידישע ישובים פון דארט אין זיי אלעס אוועקגעגעבן בחינם. פארדעהם האט מען געקריגן 5000 מיסלס, ער אליין שרייט אז ער וויל נישט מאכן קיין שלום נאר אויס הארגענען אלע יידען,
"און פונקט אזויווי דער אמרי אמת זצ"ל שרייבט אינעם בריוו וואס איך האב דערמאנט בראשית האשכול"
היא הנותנת, דער אמרי אמת שרייבט דאס אלץ חידוש גדול.