היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » וואס גייט פאהר מיט'ן "כל העולם כולו"?

וואס גייט פאהר מיט'ן "כל העולם כולו"?

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2554146

מארגען » 8/1/2009 01:59

ווייסט איינער מער פרטים וואס עס גיט פאהר מיט'ן אויסגאבע כל העולם?

כ'האב שוין געהערט א שטיק צייט צירוק אבער יעצט זעה איך עס אין בחדרי אויך.

זיי האבען זיך צוקריגט מיט זייער גרעסטע פאטאגראפירער און דיסטריביוטער הערשל רובינשטיין??!! ווייסט איינער וואס דארט גייט פאהר?

שוקי לערער האט אויך אמאהל דארט געארבעט און זייי האבען זיך מיט אים צוקריגט, דערנאך ברוך אוביץ , און יעצט מיט רובינשטיין??

האט דאס עפעס מיט זייער נייע  סטראטעגיע פון זיך נישט אריינמישן אין קיין פאליטיק, און זיי שרייבן שון אויף האדמו"ר מהרז"ל אויך "האדמו"ר מ'סאטמאר", וואס דאס האט צוגעברענגט א גירושין צווישן כולו מיט די ארונים?!

פרטים ווער עס ווייסט ביטע.

לאגיש » 8/1/2009 02:29

איך האב יעצט אראפ געלייגט דעם טעלפאן מיט ר'הערשי רובינשטיין

" ער ארבעט געהעריג ווייטער פארן כל העולם כולו, זיי זענען אים נישט שולידיג קיין דאלער  !!!

ער איז די לעצטע וואך אוועק געפארן אויף וויקאנץ, פארדעם איז נישט דא קיין בילדער פין אים.  

 

jhhoruyr » 8/1/2009 11:19

לאגיש
קען זיין אז די ביזסט גערעכט

פארווואס האט כל העולם אראפגענומען הערשי'ס נאמען פון די ליסטע
פון די פאטאגראפירער???!!!