היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » דער נייער (איבערגעבויטער) זאל אולם עקשטיין

דער נייער (איבערגעבויטער) זאל אולם עקשטיין

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2552114

וואלןסח » 5/1/2009 19:38

היינט נאכט קומט פאר א קביעות מזוזה פאר די זאל, און גלייכצייטיג א שבע ברכות לכבודו פונעם נדבן ר' דוד עקשטיין

דער ציבור נעמט אויף מיט פרייד די אלע תקנות וואס איז איינגעשטעלט געווארן לטובתינו מען זאל קענען גרינג און ביליג חתונה מאכן.

למעשה ביז היינט איז דער זאל נישט געווען אזוי אקצעפטירבאר צוליב איר אינערליכן  אויסזען

איז אפשר קען איינער ביטע שרייבן וועלכע זאכן מען האט געטוישט אויפן עצם זאל

טאטלע » 5/1/2009 20:37

וואלען מען האט געטוישט אז איעדער קען דארט חתונה מאכען אמאל האבען נאר מלמדים געקענט

וואלןסח » 5/1/2009 21:01

קודם מיין איך אז דו האסט א טעות, יעדער האט געקענט חתונה מאכן דארט
מלמדים האבן נאר באקומען א ביליגערע פרייז, צו גאר אומזיסט

צווייטנס, איך האב נישט געפרעגט וואס ס'האט זיך יעצט געטוישט, אוודאי איז דא געוואלדיגע זאכן וואס האבן זיך געטוישט, די עצם זאך אז מען וועט דורכברעכן דעם MP3 סיסטעם האט זיך שוין אלעס געלוינט

איך פרעג נאר אויב אינעווייניג אין זאל האט מען עפעס איבערגעמאכט, צו מען האט געלאזט די זעלבע הערליכע דראפ סילינג, מיט די זעלבע נאבעלע עלעגאנטע טיילס, האט מען איבערגעפעינט וכו' וכו'

טאטלע » 5/1/2009 21:54

אינעווינוג האט מען שיין אבערגעבויט מען האט אויך געמאכט א שיינע אריינגאנג די טיילס האט מען געטוישט אויף נייע טיילס מען האט נישט געמאכט פארקעי

גאסט » 6/1/2009 00:03

א בילד פונעם זאל פון אינעווייניג
באקומען אין אימעיל kjgast@gmail.com


[בילד – נישט אפגעהיט]

Ziskeit » 6/1/2009 07:38

האנעסט גערעדט, נישט אויף דעם האב איך זיך געהאט געראכטן.

ווען מען האט גערעדט פון איבערבויען דעם זאל בין איך געווען זיכער אז מען גייט עס מאכן פאר א יופי, אז מחותנים זאלן נישט האבן אפילו נאר קיין נסיון פון וועלן צאלן טייער געלט חתונה צו מאכן ערגעץ אנדערש.

איך וויל ח"ו נישט אוועקמאכן די שיינע נדבה פון דעם חשוב'ן נדבן. דאס איז קלאר אז ער האט געטאן א געוואלדיגע זאך וממנו ילמדו וכן יעשו. עס איז א מסירת נפש ארויסצונעמען אזויפיל געלט פון טאש און אוודאי ווען מען רעדט פון אויפטאן פאר'ן ציבור. מען זעט טאקע אז מען האט אריינגעלייגט אסאך געלט צו נעמען די פיר נאקעטע ווענט און מאכן דערפון א זאך.

וואס איך וויל נאר ארויסברענגען איז אז מען האט אומנויטיג געהעכערט די עקספעקטעישאנס פונעם עולם.

ביז_אהער » 6/1/2009 15:12

איך ווייס נישט וואס דו ווילסט, כבין נעכטן דארט געווען באזוכן, סאיז א הערליכע ארבעט, סהאט זיך נישט צו שעמען פון קיין איין חתונה זאל (נאר די פלאר האט מען נישט געקענט אינגאנצן איבערמאכן ווייל סגייט צוגרונד עניוועי).

און סאיז נאכנישט אינגאנצן פארטיג

קי_קהל » 6/1/2009 15:35

איך בין נעכטען דארט געווען, די עסקנים און נדבנים האבען אראפגעלייגט א געוואלדיגע ארבעט,

ס'איז זייער שיין אויפגעפרישט געווארען די אינעווייניג, און צוגעבויעט א שיינע לאבי אין פראנט מיט א קאוט רום, און שיין געמאכט אינדרויסען.

זיסקייט
איך ווייס נישט אויף וואס די האסט דיך גערישט... האסט אפשר געמיינט אז ס'גייט אויסזעהן ווי עטרת חי'? אדער אפילו ווי בית רחל פאראדייס?

די מין זאך פון מ'מוז חתונה מאכען אין א "שיינע" "גרויסע" זאל איז געשטארבען.

א מחותן וואס מאכט נישט דארט חתונה פאר די כמעט אומזיסטע פרייז בין איך דן לכף זכות אז ער האט שלעכט חתונה געהאט און האט נישט דאס לעצטע ווארט און שטוב.

וואלןסח » 6/1/2009 17:24

ביז אהער און קי קהל, איר זענט נישט הונדערט פראצענט גערעכט
איך בין נעכטן אויך געווען ביי די שבע ברכות, און איך האב געזען דעם זאל, אוודאי אויפן ערשטן בליק (און כש"כ אויפן פיקטשער) איז עס הערליך, און מילד גערעדט די פרויען זאל איז נישט אוועקצומאכן, ס'איז ווי מ'זאגט בחסד, אפגערעדט פונעם קויט רום ס'האט דאך סערעמיק טיילס, נו אפגעקויפט די וועלט, אבער מיט די מענער זאל האסטו ליצנות געמאכט פונעם גאנצן ציבור, אנטשולדיגט נישט פון דעם האט מען גערעדט, איך רעד נישט פון די טשילארס, אז ס'מוז האבן עטליכע הונדערט שטיקער קריסטאל, נא, ס'איז גוט ווי ס'איז יעצט, אבער די פאר דאלער וואס קאסט איבערצומאכן די פלאר פאר פארקעי (לאמיר אננעמען אז ס'קאסט פופציג טויזענט דאלאר ווי איינער האט נעכטן געוואלט פארקויפן) שפארט מען זיך, דוכט זיך אויב איך געדענק גוט האט מען געזאגט פאר א יאר צוריק אז ר' דוד האט מנדב געווען א מיליאן דאלאר איבערצובויען דעם זאל, אפשר זאגט איר מיר ווי אין דעם זאל ליגט נאר א האלב מיליאן דאלאר.
בקיצור לאמיר מאכן א סך הכל, לכתחלה האט יעדער פארשטאנען אז ווען מען רעדט פון איבערמאכן דעם זאל מיינט דאס די ערשטע זאך א אנדערע פלאר, און פארשטייט זיך מסתמא וועט מען מאכן געוויסע טאטש אפס פון פענטן, טשילארס, א. א. וו.
בדיעבד וואלט מען אראפגעשלינגען ווען מען מאכט כאטש די פלאר ביי די מענער אזוי ווי מען האט יעצט געמאכט ביי די פרויען, ס'זאל עכ"פ לפנים אויסקוקן נארמאל, אבער עס צו לאזן אזוי כאילו לא היה מיינט ליצנות געמאכט פונעם עולם.

און יעצט צום אויספיר, איך -ווי אסאך תושבי קרית יואל חסידי רבינו- האב געוויסע טענות אויף ר' דוד, ב"ה נישט וועגן זיין ארבעט אין וועד הצניעות, איך שעץ עס זייער שטארק, נאר בנוגע זיין ארבעט אין די קהלה וואס דא איז נישט דאס פלאץ אויסצושמועסן, און גלייבט מיר אז ר דוד וואלט זיך געקענט אביסל אפווישן דאס שמוציג פנים מיטן אהערשטעלן דעם זאל, סוכ"ס א מיליאנער וואס שטייט בראש פון א קהלה צוואנציג יאר, און קיינמאל גארנישט מנדב געווען, און יעצט ענדליך כאטש איין נארמאלע זאך אהערגעשטעלט און מנדב געווען (ווייל ווען מען האט נעככטן גערעדט פון זיינע פעולות לטובת הקהלה האט מען נאר גערעדט ווי ער האט געשניטן הוצאות פאר די מוסדות, און לאמיר נישט רעדן ווער ס'האט געליטן פאר דעם), אפילו די וואס גלייכן אים נישט (איבער זיינע פעולות אין קהל) וואלטן אים אפרישיעט.
און דא ניטאמאל איין נארמאלע גוטע זאך קען ער אהערשטעלן, ס'זייער נישט שיין,
אויף אזא זאך זאגט רש"י (בראשית מ"א י"ב) זייער א שארפן אויסדרוק.

וואלןסח » 6/1/2009 17:38

בקיצור אין אנדערע ווערטער, קיינער האט נישט ערווארטעט ס'זאל אויסקוקן ווי בית רחל פאראדייס, און בית רחל מעג זיין שענער ווי דעם, אבער פארקעי פלארס הייסט פענסי, דאס איז נארמאל, אין די ביליגע ברכה סימא זאל אין וומ"ס איז אויך דא פארקעי.
און דאס וואס "ביז אהער" זאגט אז די פלאר גייט צוגרינד עניוועי, ביטע זיי מסביר וואס דו זאגסט, איך מיין אלע סארט פלארס דארף מען איבערמאכן, טיילס גייט דעם קיינמאל נישט צוגרינד.

און דאס וואס איינער האט מיר פריער געזאגט אז מען קען נישט איבערמאכן ווייל די קינדער עסן דארט און ס'זאפט זיך איין עסן, קודם ביי חתונות עסן אויך קינדער, און אין יעדע אידישע שטוב עסן וועכטנליך קינדער אין א דיינונג רום און ס'גיסט זיך קיעה"ר, און ס'איז גארנישט.

און צווייטנס, איך ווייס נישט ווי אזוי ס'איז היינט, אבער ווען איך בין געווען א אינגל, איך האב געוואוינט אין וומסב"ג, האבן די קינדער געגעסן אין זאל פון ויואל משה, און דאס איז שוין נישט די ביליגע זאל, ממילא איז דאס נישט קיין תירוץ

גאסט » 6/1/2009 17:56

וואלן, אויב דיין פראבלעם איז דוד עקשטיין, דאמאלטס געב איך אויף.

ערשטענס, איך ווייס נישט פון וואו די האסט גענומען אז ער האט מנדב געווען א מיליאן, וויפיל איך ווייס איז עס טאקע נאר א האלב מיליאן
צווייטנס, וויפיל איך ווייס, גייט מען ערשט אנהייבן חתונה מאכן דארט סיון, ממילא איז עס נאך ווייט פון פארטיג
דריטנס, איך האב באקומען נאך בילדער פונעם זאל, וואו עס קוקט אויס זייער לייטיש


גאסט » 6/1/2009 17:57

פרויען
[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי גאסט ב- 06/01/2009 18:11:04

גאסט » 6/1/2009 17:58

מענער
[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי גאסט ב- 06/01/2009 18:11:26

גאסט » 6/1/2009 17:59

אריינגאנג - אינעוייניג
[בילד – נישט אפגעהיט]

גאסט » 6/1/2009 18:00

אריינגאנג - אינדרויסן
[בילד – נישט אפגעהיט]

וואלןסח » 6/1/2009 18:37

גאסט, האסט מיר נישט גוט פארשטאנען, ליין גוט איבער מיין תגובה און נאכדעם רעד, דו האסט גענומען דעם טפל און דאס געענטפערט,

איך האב נאר איין זאך ארויסגעברענגט אז ער האט געהאט א געלעגנהייט זיך שיין צו מאכן און ער האט עס פארפאטשקעט.

איך דארף נישט קיין בילדער ווייל איך בין נעכטן דארט געווען

יעצם צום עיקר, נישט קיין נפק"מ צו א מיליאן צו א האלב מיליאין (מען קען עס נאכקוקן ווי אזוי ס'איז געווען דעמאלטס געשריבן), צו וועם איך האב דערוויל גערעדט איז יעדער מודה אז אן טוישן די פלאר איז עס איז נישט א דבר השלם.

איך ווייס אז מען גייט ערשט אנהייבן חתונה מאכן סיון, און פארדעם פרעג איך נישט אויף די ווינדאו שעדס צו אויף אנדערע קלייניקייטן, ווייל איך ווייס ס'גייט נישט אויסקוקן ווי אזוי ס'האט נעכטן אויסגעקוקט, אבער די פלאר האבן די עסקנים קלאר געזאגט אז דאס בלייבט אזוי.

אויב קאסט עס פאר ר' דוד'ן צו סאך, פעלן דען נדבנים וואס וועלן עס משלים זיין, ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין וויפיל מענטשן האבן שוין אין די פארגאנגענהייט געוואלט איבערמאכן די זאל און "איינער..." האט נישט געלאזט, און אז יענער האט געוואלט כאפן די מצוה טו עס כאטש בשלימות

שפיטצער06 » 6/1/2009 18:39

וואלןס"ח האט שוין א אגענדע קעגן ר' דוד עקשטיין זינט ער האט געפענט זיין ניק דא אויף הייד פארק. און דאס איז טאקע זיין ניק "וואלןס"ח" עס איז געגרינדעט געווארן בעת די וואלן קעגן ר' דוד אין קרית יואל.

יעצט צום פונקט.

לויט ווי איך האב געליינט אין "דער בלאט" די מודעות, תקנות און פרייזן איז דער זאל א אויסערגעווענליכער שטארקער דורברוך אין די חתונה תקנות און אינערהאלב חתונה הוצאות.

זיסקייט איז אפשר אין א פונקט גערעכט אז מענטשן האבן געמיינט אז מ'גייט דא אהערשטעלן א פראכט פון א זאל און די עקספעטעישענס זענען געווען העכער וואס מ'זעהט יעצט. אבער פארט קען מען עס נישט אזוי גלייכגילטיג אוועקמאכן. אדרבא, מ'ברויך די זאכן מחזק זיין.

יעצט ווילסטו וויסן וואס עס האט געקאסט.

מ'האט צוגעבויט א גאנצער פליישיגער קאך.
א גרויסער פאר-צימער.
בית כיסא'ס.
קאוט רום.
נייער אריינגאנג פאר ביהמ"ד בית מרדכי. (וואס האט ביז היינט געניצט טרעפ דורך די זאל)

מ'האט געמאכט מאולדינג'ס ארום די פענסטער, סקיי-לייט'ס און סתם אינמיטן די וואנט.
מ'האט געלייגט טשיינדעלעיר'ס. טאקע נישט די טייערסטע, אבער עס מאכט גאר אסאך אויס קעגן די ביז הייטיגע פינקע פלארעסענט.
מ'האט געמאכט פרישע ספאט-לייט'ס.
א נייער דאך (דראפ סילינג)
א נייע פלאהר. (טיילס)

עס קומט א ריזיגער יישר כח פאר ר' דוד פארן זיך לאזן קאסטן פאר א זאך וואס אזויפיל אידן וועלן אי"ה הנאה האבן.

ר' דוד, כה לחי!

וואלןסח » 6/1/2009 18:41

ביסט גערעכט אז די לאבי איז הערליך און פענסי, און ווי שוין דערמאנט האט די קויט רום הערליכע סערעמיק טיילס, אבער האט איר שוין געזען א זאל וואס די קויט רום האט א שענערע פלאר ווי די זאל אליין

קי_קהל » 6/1/2009 18:46

וואלן לויט ווי איך זעה איז דיין עיקר פראבלעם מיט די פלאר ביי די מענער. ס'איז דא א פלאן עס איבערצומאכען. טאקע נישט אויף פארקעי נאר אזוי ווי ביי די פרויען וואס איז אויך זייער שיין

שפיטצער06 » 6/1/2009 18:47

וואלן, בקיצור, דיין אגענדע איז ווי פאלגענד.

ר' דוד עקשטיין האט געקענט ווערן אנגעריפן ווערן א פיינער מענטש דורכן מנדב זיין דעם זאל, אבער וויבאלד ער האט עס טאקע הערליך איבערגעבויט אבער פארפעלט צו לייגן פארקעי פלאהר'ס איז ער ווייטער א שלעכטער מענטש און סתם א אום-פארגינער.

מסכים.

טאטלע » 6/1/2009 19:32

וואלען קימט אוס אזוי ר דוד נעמט זיין אייגען געלט א האלב מיליאן דאלער אז אונז זאל מער קענען חתונה מאכען פאר 9 טויזענט דאלער ביידע צדדים אדער ווער עס האלט איין אלע חתונה תקנות פאר 6 טויזענט ביידע צדדים אין די האסט א פראבלעם מיט פארקעי די ווילסט טאקע אלעס אומזינסט?????????????? 

גאסט » 6/1/2009 19:52

באקומען פון איינעם אין אישי

קלארע פאקטן:

די גאנצע ארבעט וואס מ'האט שוין אריינגעלייגט און וואס מ'גייט נאך אריינלייגן קומט שוין אן צו 750.000$

 

און די זאכן וואס מ'האט שוין געמאכט איז ווי פאלגענד:

א נייע ענטרענס פאר די פרויען –לאבי-הענגינג-ביהכ"ס- א הערליכע יחוד שטיבל אונטן אין בעיסמענט (ס'איז נאכנישט פארטיג) און הערליכע מאלדינג'ס און נייע טירן און אלעס הערליך געפעינט און פארמאכט די פלאהר אין מענער זאל (דארט ווי מ'פלעגט אראפגיין צו ביהמ"ד) און געלייגט טשילאר'ס

 

און די זאכן וואס מ' גייט נאך מאכן:

 איז נייע ביהכ"ס פאר די מענער און א נייע גרויסע קאך (וואס דאס גייט מען מאכן אין די אודרעכגאנג פון ווי מ'פלעגט אריינגיין אין בית מרדכי ביז היינט) און א נייע פלאהר אין מענער זאל אזיווי ביי די פרויען און אויך איבערמאכן די שווארצע אייזענעס פון די דראפסילינג אויף גאלד

 

און לדעתי ווער ס'איז נישט צופרידן מיט דעם דער וועט זיך ממילא נישט צושטעלן אפי' מ'וועט אים געבן פארקעי אויך





תוקן על ידי גאסט ב- 06/01/2009 19:48:25

ביז_אהער » 6/1/2009 20:22

וואלן, ברענג עס גוט ארויס.

ער האט אריינגעלייגט א מיליאן צו א האלב מיליאן צו וויפיל סאיז אין דעם זאל, הערליכע טשענדליעיערס, סערעמיק טיילס, א נייע קאך, וכו', נאר די פופציג טויזענט דאלער פאר די פלאר האט מען בשום אופן נישט געקענט פועלן ביי אים?

וואסערע אינטערעסע אין די וועלט האט ער געהאט נישט איבערצומאכן די פלארס?

בלינדער שוטה

משנתחסידים » 6/1/2009 20:48

איך ווייס באמת נישט וואסד איר ווילט.

אין וויזניץ מאנסי אין און סקווער איז דא פשוטע זאלן לכאורה חדרי אוכל פון קינדער אין יעדער איז צופרידען, איך גלייב נישט דער עולם האט היינט א דימענט פאר פענסי.

אין קריתיואל איז אנדערש? דער זאל זעט אויס צו זיין הערליך, איך גלייב נישט אז עס איז דא איינער ואוס דאס איז נישט גענוג גוט פאר אים.

די שאלה איז נאר צו עס וועט באמת זיין אזוי ביליג ווי ויזניץ אין סקווער.

אגב איך הער אז שלמה איגל פון בעלז בויט אויך א נייע זאל לויט די תקנות, לאמיר האפען אז ער וועט זיין באמת אזוי ביליג ווי וויזניץ אין סקווער.

וואלןסח » 6/1/2009 20:56

 

שפיטצער06

איך בין מודה צו דיר הונדערט פראצענט אז דאס איז א געוואלדיגע דורכברוך פאר די תקנות, און אלמלא לא באתי נאר וועגן די מוזיק אויף MP3 איז אויך איבער גענוג.

יעצט וואס דו שרייבסט "מען האט" צוגעבויט א גאנצע פליישיגע קאך, איך האב פאר דיר נייעס מען האט נאכנישט צוגעבויט, און די גאנצע נייע קאך איז נאך אונטער א פראגע צייכן, און אויב ביז ר"ח סיון וועט זיין א קאך ביסטו גערעכט, אבער דערווייל....

און די זעלבע זאך איז מיט די דראפ סילינג, ס'איז אויסדרוקליך נישט ניי, ס'איז נאר איבערגעוואשן, וועסט גוט קוקן וועסטו זען אין געוויסע פלעצער אז ס'איז צובויגן, און דאנט געט מי ראנג, ס'איז אויסדריקליך נישט וויכטיג עס איבערצוומאכן נישט ביי די מענער און נישט ביי די פרויען, לייג עס נאר נישט אריין ביי די הוצאות.

 

קי קהל שרייבט:

וואלן לויט ווי איך זעה איז דיין עיקר פראבלעם מיט די פלאר ביי די מענער. ס'איז דא א פלאן עס איבערצומאכען. טאקע נישט אויף פארקעי נאר אזוי ווי ביי די פרויען וואס איז אויך זייער שיין

 

נו, אם כדבריך וועט טאקע זיין פיל בעסער, טאקע נישט אזוי גוט ווי פארקעי, אבער אז איינער וועט זאגן אז ס'איז א שלימות'דיג ארבעט וועט ער נישט מגזם זיין, אבער צו דעם די זעלבע זאך, לאמיר גיין קוקן ר"ח סיון, דערווייל איז עס נישטא, און די עסקנים וואס איך האב גערעדט זאגן אז ס'איז נישט אין פלאן.

 

 

טאטלע שרייבט:

וואלען קימט אוס אזוי ר דוד נעמט זיין אייגען געלט א האלב מיליאן דאלער אז אונז זאל מער קענען חתונה מאכען פאר 9 טויזענט דאלער ביידע צדדים אדער ווער עס האלט איין אלע חתונה תקנות פאר 6 טויזענט ביידע צדדים אין די האסט א פראבלעם מיט פארקעי די ווילסט טאקע אלעס אומזינסט?????????????? 

אנטשולדיגט, ווען ר' דוד איז דער ערשטער מיטן געניאלן פלאן ביסטו גערעכט, אבער אויב זענען שוין געווען דא עטליכע אידן וואס האבן אין די לעצטע יארן דאס געוואלט טון, און ער האט דאס נישט צוגעלאזט, און יעצט זאגט ער איך גיי מאכן א דזשאב, מאך א גאנצע דזשאב, און אויב קענסטו נישט, אדער וילסטו נישט, ס'איז דא ב"ה אסאך אידן אין קרית יואל מיט (אפשר נישט אזויפיל געלט ווי אים אבער) ברייטערע הערצער ווי אים.

 

ביז אהער פרעגט

וואסערע אינטערעסע אין די וועלט האט ער געהאט נישט איבערצומאכן די פלארס?

ער וויל נישט קלאפן בית רחל פאראדייס אין קרן ויואל משה (וואס איז געבויט פון אויסגעהארוועטע צדקה געלד און מען רייסט די הויזן דארט).

און דאס איז די סיבה פארוואס ער האט ביז היינט נישט געלאזט עס איבערבויען

היינט האט ער נישט קיין ברירה ווייל די ווינט בלאזט פאר עפארדעבל

 

 

יעצט צום שלוס, מען קען זיך דא טענה'נען א גאנצן טאג און נישט פערטיג ווערן, איך גלייב שווער אז פון די אלע וואס האבן מיר דא געענטפערט געפינט זיך איינער וואס וואוינט אין קרית יואל און ער איז שוין געווען ביי די זאל און ער איז נישט פון די מענטשן וואס האבן אינטערעסע פאר דוד עקשטיין'ס מאכט און שיינעם נאמען.

עכ"פ יעדער זעט אז דא זענען דא מענטשן וואס זאגן  דאס גייט מען נאך פאררעכטן און דאס גייט מען נאך פאררעכטן, קען זיין, איך האב נישט מער וואס צו ענטפערן ביז ר"ח סיון, וואס דעמאלטס וועלן מיר זען ביז דאס שלימות האט דערגרייכט.

 

ונזכה ונחי'

יודלע » 6/1/2009 21:00


זאג נאר משנת חסידים, וויפיל קאסט א נאכט אין ווישניץ אדער סקוורא?

ווייל דא גייט קאסט $6000 א נאכט אריינגערכענט מוזיק, בדחן, בלומען, אין בילדער. אין איר באקומט 125 קאפעלס אין אויב ווילט איר ווייניגער קפאלעס איז 35 דאללער ווייניגער פאר יעדע קאפל.

יודלע » 6/1/2009 21:07


וואלען איך ווייס נישט (לייען, ווייס יא) הרה"ח ר' דוד עקשטיין האט געטון זייער א גוטע זאך, איך פארשטיי בכלל נישט וואס דער פראבלעם איז מיט די פלאר, אין מנוחה ושמחה אין שמח תשמח, אין ווישניץ מאנסי, אין סקוורא, איז דא די זעלבע טיילס אין אידן מאכן דארט שמחות על צד היותר טוב.

די עיקר איז אז מען קען חתונה מאכן פאר א שפאט ביליגע פרייז $6000

משנתחסידים » 6/1/2009 21:16

יודעלע

איך מיין אז אנגעהובין ביי 4000$

ווייל דארט איז נישט דא קיין מינימום פון 125 קאפלס חוץ פון דעם וואס די סארווירער זענען היימישע אינגעלייט.

אבער 6000$ איז אויך זייער א יושרדיגע פרייז. וואס יעדער מחותן קען זיך ערלויבן ואשרי להם.

יודלע » 6/1/2009 21:28


משנת, עס איז נישט קיין מינימום 125 קאפעלס, נאר 125 קאפעלס באקומט איר פאר די פרייז אויב וויל מען ווייניגער בקומט איר צריק $35 פאר יעדע קאפעל ווייניגער.

אין ווישניץ אין סקוורא איז נישט אריין גערעכענט די בדחן, מוזיק, אין בילדער.

דאס קומט אויס $3000 פאר א צד.

יונגעלייט » 7/1/2009 02:36

ווען די רבי זאל זיין געזונט איז נעכטן געווען ביים קביעת מזוזה האט ער געבעטן אז מען זאל אויך איבער מאכן די פלאהר בא די מענער

האקאבו » 7/1/2009 02:56

וואלן איך האלט די דארפסט פארן אויף סעמערינג זיך אביסל אויס ריען

די זאל קאסט 6000 דאלער הכל בכל מכל.

אין די רעדסט פין א פלאר..... 

שעם דיך. 

קי_קהל » 7/1/2009 03:38

וואלןסח כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
 יעצט צום שלוס, מען קען זיך דא טענה'נען א גאנצן טאג און נישט פערטיג ווערן, איך גלייב שווער אז פון די אלע וואס האבן מיר דא געענטפערט געפינט זיך איינער וואס וואוינט אין קרית יואל און ער איז שוין געווען ביי די זאל און ער איז נישט פון די מענטשן וואס האבן אינטערעסע פאר דוד עקשטיין'ס מאכט און שיינעם נאמען.

 



מיינסט צו זאגען אז דא איז קיינער נישטא (חוץ די) וואס האסט ר' דוד'ן,
און האסט נאך צוגעלייגט נאך אפאר תנאים אז ער וואוינט אין ק"י, און אויך איז ער שוין געווען אין זאל.



גראדע בין איך שוין געווען אין זאל, איך וואוין אין ק"י, און איך בין נישט פון ר' דוד'ס פריינד.

אבער דא (כ'האב עס שוין גראדע באמערקט אויף דיר עטליכע מאל ווען עס קומט צו א אישו וואס האט צו טון מיט דוד'ן) קען מען זעהן אויף דיר די "שנאה מקלקלת השורה"

אז די האסט פיינט ר' דוד עקשטיין מוזטו נישט זוכען זיך אפצורעדן אויף יעדע זאך וואס ער טוט....

וואלןסח » 7/1/2009 04:43

נאך מיין לעצטע תגובה איז צוגעקומען נאך תגובות, איך זע אבער נישט מער צו ענטפערן ווי דאס וואס איך האב שוין געשריבן, איך וויל נאר רעדן פונעם עיקר וואס דוכט זיך אז ס'ווערט נישט דערמאנט אין דעם אשכול
אי"ה צום ווידערזען - אין דעם אשכול - אויף ר"ח סיון
רבינו שליט"א האט באלד א שעה נעכטן זייער שיין ארומגעשמועסט וועגן די וויכטיקייט פון די חתונה תקנות, ס'איז כדאי עס אויסצוהערן, לכאורה קען מען עס הערן אויף קול סאטמאר

Ziskeit » 7/1/2009 18:10

קי קהל:

וואלןסח האט פיינט יעדן איינעם, ווי כ'האב שוין ארויסגעברענגט אין אן אנדערע תגובה.

ביי אים איז פונקט אזא שמחה ווען דוד עקשטיין כאפט א פראסק ווי ווען מאיר הירש כאפט א פראסק. אין אנדערע ווערטער, ער האט נישט קיין שום צד חוץ די צד פון מחלוקת, שנאת חנם און זיך פרייען מיט יענעמ'ס מפלה. ווען אימער ער קען בארעדן איינעם וועט ער עס טאן, אהרונים צי זאלונים.

וואלןסח איז א סעלף העיטינג דזשו, ער שטיצט נאר די קהלה פירער, דארט וואו זיי זייגן די בלוט פון אנדערע מענטשן, ווי מען קען אלעמאל זען פון זיינע תגובות, ווען ער שרייבט "כאטש איך בין קעגן דוד עקשטיין שטיץ איך אים מיט..." וכו'.

אז ס'איז א גוטע זאך וואו אידן ווערן געהאלפן וועט ער זיין דערקעגן, אז ס'איז א שלעכטע זאך וואו עמיצער ווערט גע'רודפ'ט וועט ער עס שטיצן.

טאטלע » 7/1/2009 19:22

וואלען איך וויס נישט פין ווי די נעמסט אז עס זענען געווען אסאך אידען וואס האבען געוואלט איבער בויען בית מרדכי איך וויס פין איין איד וואס האט עס געוואלט בויען דודס ברידער מענדל אין געשטערט האט מאיר הירש ווייל פאראדייס באלאנגט פאר די מוסדוס נישט דוד עקשטיין

אפשר ביסטו מסביר וואס פאר א אינטערעס דוד האט צישטערען א ביליגע זאל קהל מאכט אפשר געלט אויף דעם

רעכטער » 7/1/2009 19:33

זיסקייט, אדרבה, אויב איז וואלן א מענטש וואס טראצדעם וואס ער האלט נישט פון ר' דוד, און ער געט אים גערעכט אויב ער טוט גוט, מיינט דאס אז ער איז נישט סתם בלינד. און בכלל, די האסט - במחילת כבודך - געשריבן זייער א נישט שיינע תגובה.

וואלן, האסט א גוטע טענה, אבער קענסט נישט צוליב דעם פלאר אוועקמאכן דעם גאנצן זאל.

אפאר חדשים צוריק האב איך פונקט געהערט ווי די עסקנים רעדן איבער דעם פלאר, האט מען גערעדט דארט אז ר' דוד וויל נישט מאכן פארקעי פאר צוויי טעמים. 1. אז פארקעי קאסט טייערער צו מענטעינען, און כדי צו האלטן דעם פרייז נידריג דארף דאס אויפהאלטן דעם זאל אויך זיין ביליג. 2. אנדערש ווי די וויליאמסבורגער זאלן, ווערט די זאל נישט ליידיג איבערן זימער אז מען זאל עס געהעריג קענען סקרעיפן.

וואלןסח » 7/1/2009 20:08

זיסקייט, זייט נישט אזוי בייז, אז מען איז בייז איז מען נישט זיס, בארואיגט אייך.

איך ווייסט נישט ווי דו וואוינסט, אבער לאמיר דיר געבן א שטיקל הסבר, און אויב בין איך ראנג פאררעכט מיר, אבער רואיג.

מאיר הירש און דוד עקשטיין האבן שונאים

סיבות איז דא עטליכע

בראש וראשון, יעדער וואס שטייט בראש פון א זאך און טוט פאר אנדערע האט שונאים, דאז איז פשוט פשט

נאכדעם איז דא מענטשן וואס קענען בטבע נישט פארגינען מענטשן וואס האבן געלד און קוקן אויף די גאנצע וועלט פון אויבן אראפ, צו ווייל ער האט אויך געוואלט האבן געלט, צו בטבע דערליידט ער נישט בעלי גאה.

די דריטע קאטגאריע מענטשן זענען וואס פילן זיך באעולה'ט און זיי האלטן אז דער מענטש טוט נישט זיין דזשאב ריכטיג, צו נישט באמונה, צו מיט אייגענע אינטערעסן, וכדומה (וואס איך גיי נישט באצייכענען אויף קיין איינע פון די צוויי, ווער ס'וואוינט אין קרית יואל קען עס אליין באשליסן ווי אזוי ער וויל עס אנרופן)

די פערטע סארט מענטשן זענען מענטשן וואס האבן פריוואטע סכסוכים, צו זיי זענען געפאלן א קרבן צו די געזעץ געבער, אזוי ווי דער יונגערמאן וואס שעלט דעם פאליס וואס געט אים א טיקעט פארן ספידן.

 

יעצט לענ"ד (אויב בין איך ראנג פאררעכט מיר) צווישן 60 און אכציג פראצענט תושבי ק"י וואס באלאנגען צו אנ"ש תלמידי וחסידי רבינו שליט"א, זענען אין די דריטע קאטאגאריע, וגם אני הקטן בתוכם חלילה איך האב קיין אינע פון זיי נישט פערזענליך פיינט, און איך גריס זיי ביידע ווען איך טרעף זיי, אבער ס'איז נאך אלץ דא טענות, און דאס מיינט צוזאגן, אז בכלליות איז למשל ר' מאיר הירש פירט גוט די מוסדות, א גוטער מנהל (פאר גשמיות...) וכדומה, אין די זעלבע זאך ווי ער פירט די וועד הקרי', ס'איז נאר דא לעכער וואס מענטשן האבן טענות, און גערעכטע טענות (אזוי האלט איך עכ"פ, מען מעג מחולק זיין), יש אומרים אז מען צופרידנשטעלן דעם ציבור ואס האט טענות, ויש אומרים אז מען קען נישט. עכ"פ די וואס האבן טענות און זענען ברוגז האלטן אז מען קען יא צופרידנשטעלן.

און די זעלבע איז מיט ר' דוד, ער האט אסאך זאכן וואס ער טוט זייער גוט ובכללם וועד הצניעות לכאורה אויך, אבער ס'איז דא מער ווי אביסל זאכן וואס ער טוט זייער ראנג, (וואס איך גיי נישט דאס אויסרעכענען ווייל ס'איז אכ"מ), און אז ער באקרוינט זיך נאך אלס ראה"ק אויך ווען רוב בני הקהלה האלטן אנטשולדיגט, לאז איינעם האבן א ווארט אויף דיר, איז דא מענטשן וואס האלטן מיט זאכן פון דער נאנט און האבן נאכדעם טענות, און ס'איזווי געזאגט פריער י"א וי"א.

יעצט בנוגע דעם זאל האב איך שוין אויבן געשריבן, איך האלט ער האט געטון א מורא'דיגע זאך, אבער נישט קיין שלימות, ואכ"מ כמו שהארכתי לעיל.

 

יעצט לאמיר רעדן צום טאטלע

חוץ ר' מענדל עקשטיין ווייס איך פון אמווייניגסטן נאך פיר נעמען, און נישט אלע פון די באלאנגן אפילו היינט צוטאג צו אונזער לאגער, ממילא ווייס איך נישט אויב ס'איז וויכטיג אויסצורעכענען, און איך גלייב אז ס'איז דא נאך וואס איך ווייס נישט.

 

רעכטער טענה'ט: אבער קענסט נישט צוליב דעם פלאר אוועקמאכן דעם גאנצן זאל.

גערעכט, און איך האב עטליכע מאל מיין איך געשריבן אז ס'איז קלאר ער טוט א געוואלדיגע זאך, אבער ס'איז נישט קיין שלימות

און די תירוץ אויף פארקעי וועגן ס'איז נישט ליידיג זומער, דוכט זיך אז די זאלן זענען ליידיג גאנץ חודש ניסן און גאנץ חודש תשרי, און צווייטנס איך ווייס נישט אויב מען סקרעיבט בית רחל פאראדייס יעדעס יאר

 

ביבער » 13/1/2009 08:18

וואלן היקר,
כזעה אז דיר שטערט בעיקר נאר די פאדלאגע, האט דיר שוין משנת חסידים גענטפערט פון די אנדערע זאלן, והיה שלום.

משנת חסידים,
אזוי ווי איך זעה פרעגט מען ביי דיר די פרייזן פון דעם וויזשניצער זאל, און פאר עפעס א סיבה ענטפערסטו פארעווע, מען קען אנרופן פרעגען וועט מען הערן, איך וועל בלויז מודיע זיין פאר יודלע און פארוועמען עס אינטערסירט אביסל היסטאריע,

ווען די וויזשניצער זאל האט זיך געגרינדעט איז נישט געווען קיין מינימום קאפל צו באשטעלן, די פרייז איז געווען ווי פאלגענד 15 דאללאר א קאפל און צוויי טויזענט דאללאר פאר די זאל, מיט די צייט האט די הנהלת המוסדות געהויבן די פרייז צו צוויי און א האלב טויזענט דערנאך צו דריי טויזענעט, מיט די טענה אז די מצב המוסדות איז שווער און זיי זענען גע'ענגט אין געלט, און וואס מיינט איר האבן די מוסדות צוגעשטעלט פאר די זאל שטוינט און הערט געז, לעקטער און וואסער.
אפילו ארויס פירן די טישן פון עסזאל וואשן די פלארס און צוריק שטעלן די טישן פאר דעם קומענדיגן טאג פאר די מיידל שול, אלעס האט די זאל געדארפט צו שטעלן דורך זייערע אונטער געצאלטע וועיטערס, און ח"ו זיי האבן נישט געטארט הייבן די פרייז כי הוא זה בפקודת הקודש, זאל זיך אברהם יהודה ניימאן פון קרן נישואין ברעכן קאפ און צאלן מינימום וועידזש פאר דעם קעכער און מענעדזשער און די איבריגע שנארן, היינט איז שוין דא היימישע וועיטערס וויפיל מען צאלט זיי ווייס איך נישט אצינד.

דערקעגן אין ברכה סימא [טאקע נאר פאר חברי הקהילה], איז געווען די פרייז 20 דאללאר א קאפל און טויזענט דאללאר פארן זאל, פיקס פארטיג לא פחות ולא יותר.
דאכט זיך אז אין בית מרדכי [נאר פאר די איינגעשטעלטע] איז אויך געווען די פרייז.

נאך נישט פערטיג, איינע פון די תקנות פון דעם וויזשניצער זאל אין מאנסי איז געווען פון אנהויב אן אז מען טאר נישט בשום פנים ואופן צו שטעלען א סוויט טעיבעל, משום הרחק מן המותרות, איז הערט א מעשה א וויזשניצער חסיד מיט די משפחה נאמען ג. פלעגט חתונה מאכן אין די עטריום, ווי ער קען האבן אלעס אויף א גבירישן פארנעם, פרעגט ער אים אמאל פאר איינע פון די חתונות זיינע דער סמכות העליונה פאר וואס ער מאכט נישט חתונה ביי אונז אין זאל, ענטפערט דער ג. אז זיין ווייב דארף א סוויט טעיבעל וכדומה און אין אור החיים לאזט מען עס נישט צו, זאגט אים דער סמכות העליונה עס איז נישט קיין פראבלעם, כוועל דיר עס ערלעדיגן דארפסט נאר צוצאלן א געוויסן סכום פאר די מוסדות, עודך דער זאל פארדינט נישט קיין רויטן גראצער אויף דעם עסק, ווייל פאר די פארטי פלענער באצאלט מען באזונדער.
מען האט עס דאן פרובירט צו פארענטפערען אז ביי די תקנות פון דעם נודע ביהודה שטייט אויך אויסגערעכנט אז די גבירים וואס צאלן די העכסטע שטייער פאר די קהלה מעגן וואס אנדערע טארן נישט, אבער ווי וואס ווען אז דער זאל האבן עפעס פרינציפן פאר אידישקייט, די טייל פון די תגובה קומט אפשר אין דעם אשכול פון צו ר' ---- איז א הי----יט.
כוועל שוין נישט רעדן וועגען דאס געלט וואס די לעידיס אקזולערי האט צוזאם געשנארט פאר די זאל, און בפקודת הקודש האט מען עס פון זיי צוגענומען פאר די קאסע פון די מוסדות.