היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » דער שרעקעדיגער טעקסט מעסעדזש און די ליצנות'ן

דער שרעקעדיגער טעקסט מעסעדזש און די ליצנות'ן

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2551632

Ziskeit » 5/1/2009 05:33

דער גאנצער אידישער ציבור אין ניו יארק איז ביזי מיט די טעקסט מעסעדזש וואס גייט ארום, איבער די פרוי וואס איז געפארן מיט א מוסולמענער טעקסי דרייווער און זי האט אים געגעבן א טיפ, און וויבאלד זי האט אים געגעבן א טיפ האט איר דער טעקסי דרייווער געזאגט אז זי זאל נישט גיין קיין מאנהעטען די וואך מיטוואך.

לצים פאסמאקעווען זיך מיט דעם טעקסט מעסעדזש און פחדנים שפארן זיך איין אינדערהיים און ציטערן אויפ'ן ערגסטן.

יעצט שטעלט זיך די פראגע: איז דער טעקסטס מעסעדזש א Myth (באבע מעשה), אדער איז עס אמת?

ענטפער: די מעשה איז אן אמת'ע (דאס מיינט עס איז דא א פרוי וואס דערציילט אזא מעשה, כאטש קיינער האט איר נישט געשטעלט פאר א ליי דעטעקטאר טעסט). דער טאטע פון די פרוי ארבעט אין בי ענד עיטש און ער האט באשטעטיגט אז די מעשה האט פאסירט מיט זיין טאכטער.

צי גלייב איך עס?

אבסאלוט נישט! (איך גלייב בטבע נישט קיין קאנספיראציעס)

צי דארפט איר עס גלייבן?

איר וועט נישט גיין אין גיהנום אויב נישט, און קיינער וועט אייך נישט צאלן פארגיטיגונג פאר'ן ליידן אומזיסטיגע שרעקענישן, אויב יא.

Ziskeit » 5/1/2009 05:35

פאלגנד איז א לינק צו די נייעס אין ישיבה וואורלד ניוס:

http://www.theyeshivaworld.com/article.php?p=28140

Ziskeit » 5/1/2009 05:43

פאלגנד זענען טייל פון די טעקסט מעסעדזש וואס פארן ארום מיט וויצן איבער די מעשה מיט דעם טעקסי דרייווער. (באמערקונג: רוב עולם האלט אז די מעשה מיט די פרוי איז א דזשאוק און אז איינער האט באשלאסן זיך אונטערצוהאלטן אויפ'ן חשבון פונעם עולם.)

1. ברעקינג ניוס: דער מוסולמענער טעקסי דרייווער איז יעצט ארעסטירט געווארן. ער איז אנגעקלאגט געווארן פאר DWI (דרייוון שיכור)...

2. א איד האט ארויסגענומען א קאר ביי "געט עי קאר" און ער האט געגעבן א פיר דאלאר טיפ פאר דעם סאטמארער דרייווער. אלס אפרישיעישאן האט אים דער דרייווער געזאגט אז ער זאל נישט גיין קיין ראדני שמחת תורה...

3. א איד איז געפארן מיט א מוסולמענער טעקסי דרייווער אין מאנהעטען, און דער איד האט נישט געגעבן קיין טיפ פאר'ן דרייווער. דער דרייווער האט אים געזאגט אז ער זאל זיין אין מאנהעטען די וואך מיטוואך...

4. א איד און זיין רביצין זענען געפארן מיט א מוסולמענער טעקסי דרייווער, און ער האט זיך אויפגעפירט זייער ווילד און נישט שיין צו זיי. זיי האבן אים געזאגט אז ער זאל זיין אין עזה נעכטן...