ס'איז מיר באמת אומפארשטענדליך וויאזוי דער בלאט האט עס צוגעלאזט, כ'בין כמעט זיכער אז עמיצער אינעווייניג האט זיי געוואלט צופיקסן מאיזה סיבה שהוא.
אויב עמיצער דא ווייסט דעם הסבר דערפון ביטע מיטטיילן פאר ציבור.
און וואס איז ווען מען נעמט יא אן ארטיקל פון דער איד און מען דרייט עס ארום און מען מאכט אן ארטיקל אומזינסט.
זאל דער איד באצאלען פארן שרייבער עס צו שרייבן און דער בלאט זאל דאס אריינלייגען אן קיין קאסט.
גראדע רוב ארטיקלען און פארזעצונגען וואס איז דא אין דער איד איז אויך נאר איבערגעטייפט פון אלטע בוקס און אידישע ליכט וכו', טא וואס איז א נפקא מיני א גאנץ געשעפט.
טא וואס איז א חילוק אז אלע נייעסער פון דער איד ווערט בלויז איבער געזעצט פון ענגליש אויף אידיש פון גוישע צייטונגען, און זיי לייגן עס אריין, און שרייבען נישט פון ווי זיי האבן עס גענומען, איז נאר פון די גוישע צייטונגען מעג מען גנב'נען און פון די אידישע נישט.
גראדע די גאנצע דער איד איז גענבט געווארן דורכן גנב וגזלן משה פריעדמאן זכרונו לסרחה, פון די קהלה און פון ר' סענדר דייטש.
|
אפשרדאך, ביסט א קליין קינד, אדער וואס?
פאריגע וואך האט דער בלאט אריינגעלייגט א נייעס אז עס גייט פארקומען א טיי אוונט ערגעץ וואו, די וואך האט עס דער איד נאכגעשריבן ווארט ביי ווארט...
קום מיר נישט מיט קיין מעשיות אז דער וואס האט געמאכט די טיי אוונט האט עס אריינגעשיקט צו ביידע צייטונגען. עס מאכט ניטאמאל קיין סענץ. נאר וואזשע דען? דער איד האט עס נאכגעשריבן ווארט ביי ווארט פונעם בלאט, וויבאלד ס'איז געווען מוראדיג גוט אראפגעלייגט.
|
תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 04/01/2009 22:23:59
אין "דער איד" ווי זיי ברענגן אראפ די קאפי פון ,דער בלאט" זעט מען נישט אז עס איז א באצאלטער עד, וואס איינער האט אריינגעשיקט, עס זעט גאר אויס{ און דער קאפי אינעם איד } ווי עס איז ש. מרגלוית ארטיקעל
קיינעם דארף נישט בייפאלן אז דער איד האט דא געמאכט א פרעכען שקר, און ארפ גענימען די באקס ארום די ארטיקעל, אז מען זאל נישט זען אז עס איז נאר א גאסט ארטיקעל,
און לכאורה האט אפשר_דאך, נישט געזען די ארטיקעל א וואך בעפאר אינעם בלאט, איך האב עס אויך נישט געזען, ווייל רוב מענטשן ליינען נישט די סארט ארטיקלען, מען מישט גלייך די פעטש ווייטער
אפשר_דאך
נעבעך נעבעך, דורכפאל, פעלשונג, צוטרוי, אזאנע לשונות..?
ביטער ווי א זית...
איצט זעהט מען אז משה גארביטש איז גרעכט געווען מיטן מעכטיגען איסור נורא ואיום קעגן דעם טמא'נעם טריפה'נעם פוי פעך "דער בלאט".
עס הייסט איצט אז די עף בי איי, סי איי עי, די מוסד, קעי דזעי בי, צוזאמען מיט די מומביי אויספאשערס, פירן איצט א דורך א גרינטליכע שווערע אויספארשונג ווי אזוי די שרעקליכע גניבה איז א דורך געפירט געווארן, איבער 300 העכסטע געלערנטע שפינאזש אגענטען פון די גאנצע וועלט באנאזאם, זענען שוין ספעציעל געשטעלט געוארן אויף די אויספארשונג...
פרזידענט עלעקט באראק אבאמא וועט ערווארטעט מארגן אום 12 אזייגער צו האלטן א פרעסע קאנפרנעץ דערוועגן פון זיין היים אין אלינאי...
ארגינעלער זייער שוואך גענטפערט.
א) אויב האט עס נטרונא אריינגעשיקט פארוואס האט דער בלאט געטוישט סיי דעם גרויסן העדליין און סיי די קעפלך פון יעדן שטיקל?
ב) אויב מנשה פילעף/ב. טויב איז א גנב פאר לייגען זיין נאמען אויף דעם ארטיקל וואס איז זעליג ליכטמאן פון דער בלאט פארן לייגען זיין נאמען?
דער בלאט איז געווען באוויסט פאר געלע זשארנאליזם, יעצט זענען זיי פּלעגערערס (גנבים) אויך.
די בלאט האט עס אזוי באקומען מיט'ן נאמען זעליג ליכטמאן און אריינגעלייגט כמו שכתוב.
ווער סגלייבט נישט קען פרעגן הרב כ"ץ פון נטרונא
אויב איז איינער א גנב דעמאלץ איז עס די איד וואס גנבעט וואך איין און וואך אויס שטיקער פון נפטרים סעקשאן פון בלאט, און נאך אנדערע ארטיקלען.