היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » דער איד כאפט אטאקע - דער בלאט שווימער

דער איד כאפט אטאקע - דער בלאט שווימער

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2549954

רבי_יונה » 2/1/2009 00:10

די וואך איז גאר היציג אין ביידע צייטונגען.

דער בלאט האט א גאנצע ביילאגע קעגן דעם מסור ומלשין מענדל שווימער פון בארא פארק.

אין דער איד האט ארטיקלען בריוון קללות קעגן דער בלאט.

מיידלעך שטערן שרייבט א לאנגע לאנגע ארטיקעל קעגן דער בלאט, ווייל זיי שטיצען די הייליגע ארגענעזאציע "אדמות קודש", און מידלעך האקט שטיקער אויף "אדמת קודש".

אזוי אויך האבן זיי א בריוו מוחה צו זיין אויף די כבוד פון ר' מאטעלע אויף די בילד וואס מען האט אריין געליייגט.

האקאבו » 2/1/2009 00:36

די ווישניצער ברענען אויף דער בלאט ווייל ר' מאטעלע האט געשריבן אז ער איז נישט מוחל
 בזה ובבא ווער ס'לייגט אריין א בילד פין אים

ס'דערמאנט מיך.
ר' נתן יוסף זאל זיין א גיטער בעטער, האט אמאל געזאגט פאר א בחור אז ער איז אים נישט מוחל
 בזה ובבא, האט אים דער בחור געזאגט, מנהל טייערע, בבא האב איך געוואסט אז די ביסט בעה"ב, יעצט בין איך געוואיר געווארן אז בזה ביסט אויך בעה"ב .

נאר אויף שמחות.

גרינג » 2/1/2009 00:48

למעשה האט דער בלאט געמאכט א גוטע דזשאב
אבער פארוואס ערשט יעצט ווארענען זיי די זאליס און וומ"ס אז
טאמער זיי הערן נישט אויף וועט מען מפרסם זיין זייערע נעמען אזויווי
שווימער זיי זענען שוין גענוג מוחזק אלץ מוסרים
מען וואלט שוין געמוזט די וואך שרייבן


גרינג » 2/1/2009 00:50

אויך ווער עס קען זאל ארויפלייגן די ביילאגע פון "דער בלאט"
וועגן שווימער און בית החיים אז אפילו די זאליס וואס פראבירן
איינצורעדן אז זיי זעהן נישט דער בלאט זאלן זעהן

רבי_יונה » 2/1/2009 01:21

ר' מאטעלע האט דאס קיינמאל נישט געשריבן צום בלאט

ער האט עס געשריבן פאר א צייטונג אין ארץ ישראל פריוואט

ער האט נישט מפרסם געווען דעתו ברבים אז צייטונגען טארן נישט אריין לייגען בילדער פון אים

טראק » 2/1/2009 06:55

אמת ער האט טאקע נישט געשריבען קיין בריוו צום בלאט נאר צו כל העולם כולו.

איך האלט אז טאמער ר' מאטעלע וועט שרייבן א בריוו צום בלאט וועלן זיי זיכער נישט לייגן קיין בילדער פון אים.

UJ_CARE » 2/1/2009 07:22

אזוי וואו א "גרויסער" ציבור 'כל העולם כולו' ליינער, ליינען/קויפן נישט דער איד, אפשר איז מעגליך איינער זאל ארויפשטעלן די ארטיקלען וואו דער איד בייזערט זיך.

סעדער » 2/1/2009 16:30


סעדער » 2/1/2009 16:35

[בילד – נישט אפגעהיט]

גרינג » 2/1/2009 20:43

עס איז נישט קיין אפציעלער מחאה און דער איד
עס איז א מכלומר'שטע בריוו ואס א וויזניצער חסיד האט אריינגעשיקט
(פארשטייט זיך א ארבעטער און איד אפיס...)
און עס איז געדריקט אונעם "פון אידן צום איד" אפטיילונג
NOTHING MAJOR


האקאבו » 4/1/2009 03:50

איינער קען ארויפסקענען דא דעם ארטיקל "הצילני נא מיד אחי מיד עשיו" און די אלע אנדערע עקלדיגע ארטיקלען וואס דער איד האט געשריבן ביי די סקול דיסטריקט פרשה קעגן דעם וויזניצער רבי שליט"א? אז דער תמימות'דיגער וויזניצער וואס וויינט אזוי מיט הייסע קראקאדייל טרערן זאל זיך אביסל בארואיגן.

מאנסי-וויזניצער טייערע, הלואי ווען ענקער פראבלעם איז נאר א פיקטשער אין א צייטונג.

שוטים שבעולם, דער איד האט יארן לאנג געהאקט אויף ענקער רבי'ן, אים גערופן עשיו, און געמאכט פון אים פידזשאמעס און עטס לויפטס צום איד וויינען אז דער בלאט האט, יוי נעבעך נעבעך, אריינגעלייגט א בילד פון ענקער רבי'ן...

רבי_יונה » 4/1/2009 05:25

די וויזניץ'ער שעטלן דער איד און די זאלי די וואך טויטע קללות, זיי שרייען אז נישט גענוג די אהרונים האבן אפגעטאן פאריגע וואך און חוזק געמאכט פון זיי, איצט קומט דער איד און די זאליס און מישן די קאשע און שרייען פאר יעדעם אז די וויזניץ זענען מבוזה געווארן און די שטיין פון די אהרונים איז גוט געלונגען.