היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » דער עצרת שלושים לקדושים אין ככר השבת

דער עצרת שלושים לקדושים אין ככר השבת

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2549068

prod2 » 31/12/2008 21:04

SO HOW WAS THE BIG SHLOSHIM THING IN KIKER HASHABBOS ?

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 01/01/2009 7:55:00

אבי_גיזונט » 1/1/2009 00:27

מה לכהן בבית הקברות וואס זוכט ניקלשבורגער רבי און תולדות אברהם יצחק רבי ביי די חבד'קער בפרט נאך אז די רבנים פון די עדה החרדית האבן בשום אופן נישט געוואלט זיך משתתף זיין מיט די עצרת,  אזוי אויך האבן נישט געוואלט זיך מתחבר זיין מיט זיי כ"ק אדמו"ר מדושינסקי כ"ק אדמו"ר מקהל חסידים כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן כ"ק אדמו"ר משכנות הרועים  בקיצור אלע הערליכע רבנים וואס גייען אין די שיטה פון הייליגן רבי'ן בעל דברי יואל  טראץ די מורא'דיגע פרעשע וואס מ'האט געלייגט אויף זיי, דעריבער איז א גרויסע וואונדער אויף כ"ק אדמו"ר מניקלעשבורג און כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק אז זיי האבן זיך יא משתתף געווען דארט.

אבי_גיזונט » 1/1/2009 00:32

בפרט נאך אז ס'האט זיך ארויס געשטעלט אז די הערליכע רבנים זענען געווען גערעכט ווייל מ'האט דארט געהערט די כפירה פון ארץ ישראל השלימה און מתפלל געווען אז די אקציע פון התגרות באומות  אין דרום זאל מצליח זיין, אשטאט צו מתפלל זיין אז די מדינה הציונית זאל בטל ווערן בלי שום נזק וצער לבר ישראל.

הבדלה_מנין » 1/1/2009 02:56

עס איז נישט קיין וואונדער אויף כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק אז ער האט זיך דארט משתתף געווען, ער איז דאך א תלמוד פון דעם אגודיסט רב משה האגער פון וויזניץ בני ברק.

ער האט זיך דארט גוט געפונען.

1נארמאלער » 1/1/2009 03:20

פארוואס האט עס קול מבשר געמאלדן?

אדמיראל » 1/1/2009 03:48


פין וועם איז הרב דוד קאהן א תלמיד ?

[בילד – נישט אפגעהיט]

וואלןסח » 1/1/2009 03:51

הבדלה פיר אויס

און דער תוא"י רבי האט פוגע געווען אין כביכול מיין שטריקל ווען ער איז יא איינגעשטאנען ביי ר' יצחק רז"ב טראץ די געוואלדיגע דרוק פון די סמכות עליונה, ממילא איז נישט קיין וואונדער, ווייל איך מעג דאך טון וואס איך וויל און גיין אין בג"ץ, נאר ער טאר נישט זיצן ביי א חב"ד צוזאמען קום וואס דוכט זיך ער איז א שטיקל קרוב אל החלל.

zeidel » 1/1/2009 15:19

פראד2 ענטפער שוין עפעס אבי געזונט

שלוםגפנר1 » 1/1/2009 16:35

דא האט איר הבדלה-מנין וחבריו די זאלי שוויצערס זענען זיך משתתף בצערם פון זייערע שותפים און מורי דרך די רוצחים פון עזה

[בילד – נישט אפגעהיט]

שלוםגפנר1 » 1/1/2009 16:36

נישטא קיין ווערטער "רוצחים -תשס"ט"
[בילד – נישט אפגעהיט]

שלוםגפנר1 » 1/1/2009 16:38

"התגרות באומות רח"ל"
[בילד – נישט אפגעהיט]

שלוםגפנר1 » 1/1/2009 16:39

שם רשעים ירקב
[בילד – נישט אפגעהיט]

prod2 » 1/1/2009 17:37

[בילד – נישט אפגעהיט]

גאסט » 1/1/2009 17:55

גפנר, קענסט שרייען רשעים (איך בין נישט מחולק מיט דיר אויף די מענטשן אליינס) אבער דער מעסעדזש איז דער אמת'ער דעת תורה. קענסט אפשר זאגן אז יעצט איז נישט די צייט (וואס מיט דעם וואלט איך אויך מחולק געווען, אבער איך וואלט דיך פארשטאנען) אבער דער אמת איז דער אמת


ISRAEL DOES NOT HAVE THE RIGHT TO SPEAK FOR THE JEWS

THE JEWISH PEOPLE WILL NEVER RECOGNIZE THE STATE OF ISRAEL

JUDAISM CONDEMNS ZIONIST ATROCITIES IN GAZA


שלוםגפנר1 » 1/1/2009 18:09

זאלסט מיר זייער מוחל זיין מר גאסט קודם בנוגע די מענטשען איך קען גראדע אפאר פון זיי פרעזענדליך ממש אינגעלייט וואס האבן גארנישט מיט גאט פינטל ממש גארנישט צי די מעסידש איז ריכטיג יא דורך גדולי הרבנים שליט"א נישט דורך א קבוצה ליידיגייערס און רשעים
און בכלל א איד וואס האט א טראפ געפיל צי אידן, אין זיין פנים ווערט נישט רויט פאר בושה ווען ער זעהט אזא פיקטשער רח"ל ווען אונזער ברידער און שוועסטער און ארץ ישראל האבן גאנצע "30 סקונדעס" פון ווען די סיירין פייפט ביז זיי דארפן זיין און בונקער מיט פיצלעך קינדער און מען לעבט מיט א פחד מה ילד יום און די זעלבע צייט שטייען די רשעים און מאנהאטען   אין לך חילול השם גדול מזה.

שלוםגפנר1 » 1/1/2009 18:11

אפשר זענען זיי יא גערעכט ווייל סאיז נישט דא קיין פלאטישגע היטן און אשדוד אשקלון באר שבע וכו' אבער ווען סזאל אנקומען קיין בית שמש וואלט מיסתמא אנדערש געווען די מעשה

סעדער » 1/1/2009 19:02

מ'זאגט פון צדיקים אז דער פירהאנג צווישן אמת'ע קנאות און פשוט'ע רשעות איז גאר דין און מען דארף זיין גאר ערליך  זיך נישט צו נער'ן און זיך נישט ח"ו טועה צו זיין.
למשל ווען איינער שרייט אויף איינעם וואס רעדט ביים דאווענען, איז ער דאך מקיים דעם שו"ע וגוערין בו, אבער וויי און ביטער איז אויב דער שרייער האט אויך אן אנדער כונה ווייל ער איז ברוגז אויף דעם שמועסער אדער איז ער איצט סתם אנגעצויגן וכדו' איז ער דאך א מבזה חבירו ברבים וואס אין לו חלק וכו'.
מי יתן וואלטן מיר געהאט די זכוי' צו ליינען די באגאבטע הסברים פון "עבד עברי" ווי ער וואלט דאס צולייגט אויף קליין געלט, דעם גרויסן חילוק אז אונזער הייליגער סאטמארער רבי, וואס האט לוחם געווען בכל נימי נפשו, האט זייער גוט געוואוסט און געלערנט מיט אונז דעם דינעם ווענטל צו פארשטיין ווען עס איז א מצוה מוחה צו זיין און ווען חס ושלום עס איז אין כלל דער גרעסטער חילול השם ה"י.


וואלןסח » 1/1/2009 20:11

גפנר
ראשית כל, אלע תלמידי וחסידי רביה"ק דברי יואל ומ"מ רביה"ק הברך משה האלטן אזוי אז יעצט איז נישט די צייט מוחה זיין.
אבער צו זאגן התגרות באומות, וואסערע מין היפקראטיע, ווער האט געשטעלט די גדרים פון התגרות באומות, אמעריקא ווערט ברוגז ווען אידן זאגן אז די ציונים טארן נישט אטאקירן עזה, עגלאנד ווערט אפשר ברוגז, מיט וועלכע פאלק רייצט מען זיך
מיט איין אומה וואס זאגט ככל הגוים בית ישראל, נו מיט די רייצט מען זיך אויך אין פרידנס צייטן ווען ס'איז דא חיטוטי שכבי גיוס בני ישיבות תכנית ליבה ועוד.
און ווידער ווען זיי די רשעים שיקן (איך געב א משל פון א לעצטיגע זאך) אינעם קיין אינדיע זיך מישן אין עפעס א פאליטיק, וואס לכבוד דעם זאגן די פאקיסטאנע טעראריסטן זענען זיי ברוגז אויף די ציונים, און מי יודע אויב נישט דאס איז דער גורם פון די הריגת קדושי מומבעי, דאס הייסט נישט התגרות באומות.

זאגזשע ווי איז דער גדר

שלוםגפנר1 » 1/1/2009 20:18

אפשר זאגסטו מיר וויאזוי די אמריקאנער פאלק קיקט צי ווי אייגענע אידען בני אברהם יצחק און יעקב שטייען האנט ביי האנט  מיט טרוריסטן ימ"ש קעגן זיך אליינס ?

kj2008 » 1/1/2009 20:24

איין סיין שטייט: די "תורה" פארלאנגט,  אז גאנץ פאלעסטיין געהערט פאר די פאלעסטינער

וואו שטייט אז "אלל פאלעסטיין" געהערט פאר די פאלעסטינער?

אפשר דארף דאס גיין פאר די טערקן? אפשר פאר ענגלאנד? אפשר פאר סיריע? אפשר א שטיקל פאר מצרים? און פאר ירדן? ווייל די פאר משוגעים האבן איינגעהאקט מיט אראפאט מוז מען אוועקגעבן אלעס נאר פאר די פאלעסטינער?

דאס איז נישט יושר......

דעקלעראציע » 1/1/2009 20:25

דער הייליגער רבי האט קיינמאל נישט געהאלטן אז מען מעג גיין מיט די ארעבער ציזאמען

אין ער האט אייביג אבאכט געגעבן אז ס'זאל נישט ארויס קומען קומען קיין חילול השם

ער האט געהאלטן אז מען דארף די אומות העולם לאזן וויסן אין מודיע זיין פאר די גאנצע וועלט

1) אז די תורהמיט יודישקייט האט גארנישט מיט די מדינה ישראל
 2) אין זיי די מדינה פארטרטען נישט קיין יודישקייט
3) יודין טארן א מדינה נישט האבן פאר די גאולה שלימה
4) יודין רייצן זיך נישט מיט קיין אראבער
5) אין אז זיי זענען שולדיג אויף צרות אנגעהויבן פין די זעקס מיליאן קדושים

דעקלעראציע » 1/1/2009 20:32

צי גיין מיט אראבער ציזאמען אויף א פראטעטעסט איז חילול השם נאך דערצו מיט רוצחים 
דער בילד איז פין די פראטעסט ווי אראבער מיט נוטרי קרתא זענען געגאנגען די וואך אין מאנהעטען.


 [בילד – נישט אפגעהיט]

וואלןסח » 1/1/2009 23:01

גפנר האסט מיר נישט גוט פארשטאנען
קלאר אז מען טאר נישט חלילה גיין מיט די אראבער
קלאר אז די נטורי קרתא איז נישט גערעכט
קלאר אז דאס איז א געוואלדיגע חילול השם

אבער מיט התגרות באומות האט דאס קיין שייכות נישט

גאסט » 4/1/2009 03:16

רעדענדיג מיט אן עלטערן בעל הבית האט ער מיר אנגעוויזען דעם שטיקל אין די הקדמה אויפן על הגאולה

http://www.mysatmar.com/docs/shite_hakdoshe/al-hagileh.pdf

דף י"ג

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________


ויואל משה - על הגאולה ועל התמורה

Ziskeit » 4/1/2009 03:37

גאסט, א גרויסן ישר כח פאר'ן ברענגען דעם שטיקל פון על הגאולה פון די הקדמה וואס דער רבי זי"ע האט אליין געשריבן, וואס ברענגט ארויס זיין אמת'ן דעת תורה, און ס'איז א מצוה דאס מפרסם צו זיין.

וואלןסח, התגרות באומות איז ווען מען שטעלט זיך צוזאם מיט טעראריסטן וואס אטאקירן שוין אמעריקע פאר לאנגע יארן און מען זאגט זיי אחינו אתם. דאס איז סיי די פאלעסטינער און  באזונדער די איראנער, וועלכע האבן דורכגעפירט מערערע טעראר אטאקעס קעגן אמעריקע אין די לעצטע דרייסיג יאר, און זענען דעריבער אין מלחמה קעגן אמעריקע.

יא, ס'איז התגרות באומות צו גיין מיט טעראריסטן וועלכע אטאקירן אמעריקע.

עפשטיין » 5/1/2009 02:35

שטיין מיט די חברה איז קלאר א פאטש אין פנים פאר א אמעריקאנער גוי וואס האט למשל משפחה אין איראק, אדער פארן אמעריקאנער פרעזידענט וואס פירט א מלחמה אין איראק.