היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שווינדל ביי סטראבערי טשאקלעט

שווינדל ביי סטראבערי טשאקלעט

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2545296

ביז_אהער » 26/12/2008 08:53

אזויווי איך בין נעכטן מיאוס אריינגעפאלן וויל איך ווארענען יעדן נישט ווערן פארנארט, און איבערגעבן פאר שכנים און באקאנטע.

סאיז דא א זייער פאפאלער טשאקלעט פון "עלית-מגדים" מיט א סטראבערי פילינג, דאס האט די מהודרדיגע השגחה פון די עדה החרדית און א זאפטיגע רינענדיגע סטראבערי פילינג.

לעצטנס איז ארויסגעקומען א ענליכע טשאקלעט פון "elite", די ענגלישע ווערזשאן פון "עלית", מיט א שוואכערע השגחה און א אנדער סארט פילינג (וואס איך האב נישט ליב געהאט), אבער די רעפער פונדרויסן איז אויף די האר די זעלבע! מקען געהעריג מיינען אז מנעמט די אנדערע טשאקלעט מיט די גוטע השגחה. איך האב מיך נאר געכאפט נאכן עסן די טשאקלעט און זען אז סאיז אנדערש ווי געווענטליך.

אויב איינער האט א סקענער פליז אריינסקענען די רעפער אז יעדער זאל וויסן פון וואס סרעדט זיך.

kootointy » 29/12/2008 09:51

קענסט מיר אפשר זאגן וויאזוי איך קען פאוסטן א פיקטשער פון מיין בלעקבערי?