שיין בילד פין ר' מאטעלע אין דער בלאט
30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2544977
אין דער בלאט די וואך האט ער אריין געלייגט אויפן פראנט בלאט א שיין בילד פין ר' מאטעלע ביי א בר מצוה פין א אייניקיל
סימן ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל.
ווי איז עס?
דאס לעצטע מאל וואס מען האט אריינגעלייגט א בילד פון אים אין בלאט האט עס זייער וויי געטאן פאר אים.
עס איז א גרויל און א געמיינהייט זיך צו רייצן און טשעפען מיט א גדול ומנהיג בישראל צוליב פאליטישע חשבונות,
פוי!!
משפילט זיך מיט פייער!!! ס'אט נאך קיינער גוט אפגעשניטן...
א שפיל מיט פייער איז נישט ווען מען לייגט אריין א פיעקטשער פין ר' מאטיל האגער...
א שפיל מיט פייער איז ווען מען גייט אינעם אפיקרסת'שען בג"ץ אין מען געט א היתר ערכאות יעדן מאנטאג אין דאנרשטיג.
א שפיל מיט פייער איז ווען מען האט דיינים וואס פסק'נען פאלשע דין תורות
אין געבן נישט קיין געהריגען כשרות .
יעצט לענינו..
די גאנצע זאך פארוואס ר' מאטיל האלט נישט פין קיין בילדער, איז נולד געווארן נאכדעם
וואס ער האט געכאפט פין א חסיד זיינער גע'הרג'טע מכות איינמאל ביי א קוויטעל כידוע ליודעי ח"ן.
די תוצאה פין די מכות איז געווען פאטאל די פנים איז אים פארלאפן אין געשוואלן געווארן
ער האט זיך פאר א שטיק צייט געשעמט ארויס צי קומען צים ציבור.
א חסיד זיינער האט מיר דעמאלס פארציילט אז ער פלעגט בעטן א שפיגל פין זיין אייניקיל יעדן טאג
צי זעהן ווי דאס געשווילכץ גייט אראפ.
דעמאלס האט ער באשלאסן אז מען זאל נישט כאפן קיין בילדער אלץ א תוצאה פין יענע מכות.
ארגינעלער, איך שפיר פאר א פליכט מוחה צו זיין אויף דיינע דברי בזיון קעגן א ערליכן איד און תלמיד חכם ווי ר' מאטעלע, אפגעזען פון זיינע פעלערן און פראבלעמען רעדט מען נישט אזוי קעגן קיין גדול בישראל.
און אגב, "טו סעט די רעקארד סטרעיט", ר' מאטעלע האט אלע זיינע יארן געפירט א מערכה כבידה קעגן בילדער, ווי ס'וואלט געווען איינס פון די יסודות הדת. נישט אז ס'זאגט עפעס בנוגע אים, אבער פאקט בלייבט פאקט.
אדרבה זאג מיר ווי איך האב מבזה געווען דעם תלמוד חכם ?
סקאט מאלען
בארואיגט אייך
איך קען א רבי וואס ער קען פשוט נישט פארנעמען אז אידן האלטן שיטת רבינו תם, און ער האט בארעדט א גדול ומנהיג ישראל און געזאגט אז יענער גדול האט אויף יעדן ארויפגעצווינגען די שיטה פון רבינו תם
צוליב הזמן קצר וועל איך נישט יעצט אויסרעכענען נאך זאכן וואס איך געדענק פון דעם רבי'ן, וואס ער האט אלץ געטוהן קעגן גדולי ישראל צוליב פאליטישע חשבונות
עס איז א גרויל און א געמיינהייט זיך צו רייצן און טשעפען מיט א גדול ומנהיג בישראל צוליב פאליטישע חשבונות,
פוי!!
משפילט זיך מיט פייער!!! ס'אט נאך קיינער גוט אפגעשניטן...
איך בין שאקירט צי זעהן ווי מען רעדט דא פין בזיון תלמוד חכם.
לאמיר זיך נישט פאפן אויב ס'איז דא געווען א תלמוד חכם איז עס בלי שום ספק אינזער רבי דער בעל ברך משה, וואס געווען א גאון עצום, נישט געדאוונט ש"ס מיט תוספות, נאר ער האט דאס
בפועל ממש געקענט, אין זיין בלוט איז געווען הפקר ! אים האט מען געמעגט בארעדן מיט כל דבר אסור, טאקע דורך אזוי געריפענע תלמידי חכמים.
איך האב קיינמאל פין ענק נישט געהערט דאס ווארט בזיון תלמוד חכם.
יא גערעכט איז האקאבו
וואו זענען די אלע בעלי מחאה געווען ווען מ'האט געפייניגט און געצאפט דאס בלוט פון דעם רשכבה"ג הברך משה זי"ע, צוליב פריוואטע און פאליטישע אינטערעסן.
וואו זענען די אלע בעלי מחאה געווען ווען מ'האט געפייניגט רשכבה"ג הגה"ק מסאטמאר שליט"א, נאר צוליב פריוואטע אינטערעסן
וואו זענען די אלע בעלי מחאה ווען מ'איז מבזה דעם פוסק הדור מרן בעל שבט הלוי שליט"א
וואו זענען די אלע בעלי מחאה ווען מ'איז מבזה הגאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער שליט"א
וכהנה וכהנה וואס איך וועל נישט יעצט אויסרעכענען
וואו זענען דעמאלטס די בעלי מחאה געווען, ווען מ'האט מבזה געווען די גרעסטע רבנים איבער די וועלט וואס די וועלט שאקעלט זיך מיט זיי, און אלעס נאר צוליב פריוואטע און פאליטישע חשבונות
איך בין מיט האקאבו.
מקען נישט לעבן ווי בלעם און שטארבן ווי משה רבינו.
אויב א גאנץ לעבן האקט מען שטיקער רעכטס און לינקס מיט די מיאוסטע ווערטער, קען מען נישט נאכן קראנק ווערן ביי די אכציג יאר פארלאנגען אז פלוצלונג טאר מען שוין גארנישט צוריק ענטפערן.
אויב ער וועט איבערבעטן ברבים די אלע גדולי ישראל וואס ער האט מבזה געווען און צוריקציען פון די אלע דרשות, דעמאלטץ קען ער אפשר קומען בעטן מזאל אים מוחל זיין.
ביז אהער
ח"ו צי פארגלייכן ווישניצער רבי צי בלעם, סאיז דא אסאך פונדימטאלע חילוקים צווישן סאטמאר אין ווישניץ ווי למשל די שיטה איבער צינות, זמן ר"ת שב"ק, אהבת ישראל, וכו.
אבער מען קען נישט פארגעסן ער איז א יוד א ת"ח, אין ער האט א הערליך ווארעם חסידות .
אפילו ער האט מבזה דעם רבי'ן זי"ע באופן נורא וואך איין וואך אויס, טאר מיר אינז נישט אים מבזה זיין, ער איז א יוד וואס א מתמיד אין א ת"ח.
אין זאלן די זאליס נישט קומען אין פארלאנגען אז אינז מיזן זיך צישטעלן צי ווישנציער רבי'ס פארלאנגען וועגן בילדער, אינדערצייט ווען זיי פייפן זיך אויס אויף זייער אייגענע רבי, די רבי זי"ע
וועגן גיין צי צינות'טישן בג"ץ וואס איז אים געגאנגען בנפשו.....
עטס האטס קיינער נישט גערעדט מן הענין,
ערשטנס, דער וויזניצער רבי איז קיינמאל געגאנגען צו קיין בעגאץ, ער איז נישט אחראי אויף קיין שום שקצעריי פון די זאלויניס.
שנית, ווער זאגט אז די וואס האבן פוגע געווען בכבודו פון ברך משה ז"ל זענען נישט קיין שקצים? ווי געבט דאס א תירוץ?
ווייטער אויב די ביסט מחולק מיט איהם איבער די זמן שבת, דאן זיי זשע מוחל און לייג אריין א שיינע אויפקלערונג אין דער בלאט פארוואס מ'דארף האלטן שיטת ר"ת, אבער לייגן א בילד פון איהם אויפן פראנט פעידש וואס האט נישט קיין שום תועלת נאר אלעס נאר לשם איהם צו טשעפען און מצער, האט קיין שום אויסרייד בעולם און עס איז קלאר אן עון בל יכופר, די כותבי הבלאט זענען מחויב ע"פ הלכה איהם צו פאלן צו די פיס און איהם מפייס זיין, דער איד איז אן אדם גדול און ירא שמים מרבים, און ס'נישט קיין דשאוק זיך ארומצופילן מיט דעם.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 26/12/2008 18:27:01
| סקאטמאלען כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | עטס האטס קיינער נישט גערעדט מן הענין,
.
שנית, ווער זאגט אז די וואס האבן פוגע געווען בכבודו פון ברך משה ז"ל זענען נישט קיין שקצים? ווי געבט דאס א תירוץ?
|
|
ווייל ר' מאטעלע איז דער וואס האט פוגע געווען אינעם כבוד פינעם ברך משה......
סקאט, STOP THE BS,
זאג נאר,
איז דער בעלזער א אדם גדול וירא שמים מרבים?
און, HOW ABOUT
דער וויזניצער רבי רבי משה'עלע.
אדער דער גערער רבי?
דער קלויזענבורגער אדער דער האלמינער רביים?
אדרבה פרעג זייערע חסידים,
הער אויף מיט דיין CRAP,
אויף רבי אהרן טייטלבוים וואס איז נאך אזא אדם גדול ווי רבי מאטעלע,
און נאך עני טיים אזא תלמיד חכם, אויף עהם איז א מצוה רבה צו רעדן,
נאר אויף רבי מאטעלע טאר מען נישט...
איי דער רבי מאטעלע איז געווען דער איינציגער רב און נאך דערצו זייענדיג נאך א גאר יונגערמאן
האט ער זיך מיאוס מתחצף געווען פארן רבן של ישראל מיט נישט וועלן אנעמען דעם שיטת רבינו תם,
אלע רבנים, יונג און אלט, האבן זיך אינטער געווארפן אינטערן דעת תורה פונעם רבן של ישראל,
אבער נישט רבי מאטעלע, ער פארשטייט בעסער!!!
און מיר דארפן גאר דרך ארץ האבן פאר עהם,
בו בזמן ווען ער האט נישט געהאט קיין שום דרך ארץ פארן רבין זי''ע,
אצינד, וואס פאר א עוולה האט מען עהם געטוהן?
האט מען חלילה אריין געלייגט אויף עהם עפעס א מיאוס בילד?
עפעס א בילד וואס איז עהם חלילה מבזה?
ניין!!! מען האט געלייגט א בילד ווי ער זיצט ביי זיין אייניקלס בר מצוה,
און פאר דעם דארף מען פאלן צו זיינע פיס? פארדעם דארף מען עהם מפייס זיין?
ער גלייכט נישט קיין פיקטשערס?, זאל ער ווערן סתם א יוד וואס הייסט מרדכי האגער
און קיינער וועט זיך פון עהם נישט וויסענדיג מאכן,
ער קען נישט זיין א פאבליק פיגור און איינטיילן צו יא צו נישט נעמען פון עהם בילדער,
איך בין זיכער אז דער סאטמארער רבי שליט''א גלייכט אויך נישט ווען איהר מאכט חוזק פון אריזאנא ווייץ,
און רבי ישראל חיים מנשה גלייכט נישט ווען מען מאכט חוזק פון זיין דוכגעפאלענעם ירושלימער רביסטעווע,
אבער דאס אלעס קומט מיט די טערעטאריע,
ווילס זיין א שיינער איד, צו א רבי, אדער אפילו סתם א כלל טוער,
דארפסטו זיין געפאסט, אז נישט אלעס וואס מען שרייבט ועסטו גלייכן
ITS ONLY FAIR GAME,
יענקעלע, זייער קלאר און גוט ארויסגעברענגט.
סקאט איך וויל פארשטיין ווען מען מעג יא רעדן אויף תלמידי חכמים אין ווען נישט?
(קודם וויל איך דיר קלאר מאכן אז איך האלט נישט אז ר' מאטעלע איז א ערליכע איד, ווען ער איז ווען א ערליכע איד לאזט ער נישט מחלל שבת זיין יעדע וואך, אפי' אויב ער האלט לויט די שיטת הגאונים, אין טאקע אפי' די וואך ווען ער איז געווען אין ווילי האט שוין געברענט לעכט ביי אים 5:25, ער קען ממש נישט ווארן ביזן ר"ת, ואכמ"ל)
יעצט צריק צום ענין, לאמיר פארשטיין למשל אויף ר' פישל'ע אדער אופן אדווארי רב אדער אויף ר' יחזקאל ראטה אין ר' חיים לייב כ"ץ וכו', אויף זיי מעג מען רעדן ווייל אין שרייען מחלל שבת ווייל זיי האבן געמאכט דעם עירוב, אין עס איז דא וואס "זאגן" אז רביה"ק זי"ע האט נישט געוואלט מאכן א עירוב אין מען דארף נאך אויך וויסען אויב עס איז אמת.
אבער וועגן דעם זמן רבינו תם, וואס רבינו זי"ע האט זעכער געהאלטן אין געווען זייער שארף אויף דעם, אין געמאכט א אסיפה, אין מען האט דארט באשלאסן אז דא אין אמעריקא וועט יעדער מחמיר זיין אויפן זמן רבינו תם אפי' אויב עס איז דא אזאלכע וואס האלטן די שיטת הגאונים, אין די הלכה איז אז די מיעוט ווערט נאכגעשלעפט נאכן ציבור דאס מיינט אז אויב רוב אידין דא אין נוי יארק האלטן שטית רבינו תם איז נאך שבת, אין דער ר' מאטעלע איז דעמאלס געווען א אינגערמאן אין ער האט אקגען געשטעלט אין מען טוט שוין ביי אים מלאכות ביים זמן הגאונים, אין מוסיף חטא על פשע האט ער געהאלטן א דרשות דופי אויף רביה"ק זי"ע אז ער האט געצווינגען יעדן אינטערשרייבן,
אויב אזוי פארוואס טאר מען אויף אים נישט רעדן, נאר אויף די מתירי העירוב וואס עס איז נישט דא קיין שום קראנטע באווייז פין רבין וואס ער האט געהאלטען, עס איז נאר דא זה אומר וזה אומר.
| יודלע כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | קודם וויל איך דיר קלאר מאכן אז איך האלט נישט אז ר' מאטעלע איז א ערליכע איד,
|
|
לויט דיין שיטה פארשטיי איך אז למשל די תלמידים פון בית הלל האבען געהאלטען אז די תלמידים פון בית שמאי זענען שקצים.. האב איך פאר דיר נייעס - ניין! די תלמידים פון בית שמאי און בית הלל האבען זיך אפילו משדך געווען, נאר זיי האבען געהאט אנדערע שיטות
פארשטייט זיך אז זייערע שיטות זענען נישט געווען אזוי הייליג פון דיין רבי, אז זיי זאלען האלטען אז די וואס האלטען נישט אזוי זענען שקצים אין נישט קיין ערליכע יודען!
עס איז כמעט נישט דא קיין תלמיד חכם בזמנינו אויף וועם ר' מאטעלע האט נישט גערעדט, ציז איך מאכן א צד השוה אז עס איז שאנת .... לתלמיד חכם.
אויב דאס איז דיין ראי' אז ער איז נישט קיין ערליכע יוד, נו, האב איך דיר נישט וואס צו ענטפערען...
אגב, איך גיי אויך נישט צו אים, מיך אינטערסירט גאר ווייניג וואס ער זאגט און אויף וועם ער איז מוחה, אבער צו זאגען אויף א רבן של ישראל אזעלעכע ווערטער פאסט פאר א קליין קינד.
ני משה הלוי לויט דיין שיטה פארוואס שרייט מען שבת, יענער האט דאך א דיין וואס האלט אז סאיז מותר.
פארוואס האט ר' מאטיל האגער מוחה געווען אויף די סקול דיסטריקט געשריגן כפירה
סאיז דאך דא גאונים אין קדושים וואס זענען מתיר ?
נאר דער ר' מאטיל האגער טוט נישט קיין איין ריר אין קיין פאליטיק.
אין איך האלט אז דער בלאט דארף יעדע וואך אריין לייגן בילדער פין דעם גדול אים צי ווייזן אינז האב מיר אויך פאליטישע חשבונות.
אין דער ערליכער יוד איז א בעל מחלוקות איינס אין דער וועלט
אין א יעדע מחלוקה נעמט ער א שטעלונג אין אלעס איז ריין פאליטיק .
אפילו דעס וואס ער איז מיט רב וואזנער שליט"א אבדק"ק סאטמאר מאנסי א קעגן ר' חיים יושע איז אויך פאליטיק.
אלץ והייתם נקיים - איך שריי טאקע נישט שבת... איך פארשטיי אז נישט יעדער האלט ווי מיין רבי.
סחורה אויף אים האב איך מער ווי דעם, למשל נישט גיין אויף קיין קרובים'ס חתונה "חוץ מיינע אייניקליך"... אבער די שפראך פון זאגען אויף יעדען רבי וואס האלט נישט ווי מיינס "שגץ" מיין איך האט זיך שוין גענדיגט.
ר מאטאלע איז מיט הרב וואזנער פון מאנסי פאר אפאר סיבות
איינס אז פאר ער איז געווארן רב אין מאנסי איז ער געווען אין וויזניץ מאנסי אין וומ"ס עפעס
אויך זיין טאטע וואוינט אין וומ"ס און ער דאווענט און דריידט זיך אין וויזניץ
ווער געדענקט נישט ווען די זעלבע מענטשן וואס האבן נישט געלזט פייפן די קליימער בעל פאריגע וואך שבת
פלעגן זיך רייצן צוזאמען מיט ר' חיים יושע אין מאנסי און געלאזט דוקא פייפן די בעל הויעך
יעדע וואך אפילו סאיז געווען אויף די זעלבע גאס!
קוקטס וואס פארא לאזערס פליפ-פלאפערס זיי זענען
און בדרך אגב און דער איד די וואך איז נאכאלמאל דא די דשה פון ר' מאטאלע אקעגן די עירוב אין וומ"ס
מען דארף זיין בלינד נישט צו זעהן פארוואס פונקט די וואך איז דא זיין דרשה....
אין ביי די וועי וואס איז געווארן מיטן באזוך צום שטריק איז ער געגאנגען צום סוף אדער ס'האט זיך
אויסגעלאזט מיט.....
משה הלוי די ביסט טאקע גערעכט !
דעס איז א לישטתך
ווייל ר' מאטיל האגער האט די פאליסי אז טאמיר איינער טוט פארקערט פין אימען איז א שייגץ
אין ער איז מוחה
איז יודעלע גערעכט אים צי האלטן ווי ער האלט אים
YOU COULD SEE THAT EVERY THING HE IS DOING IS ONLY FOR POLITICS YOU COULD SEE IT BY THE WIZNITS POLITICS IN ISRAEL HE IS ONLY SAYING SOMETHING WHEN R' M"M CHASIDIM ARE DOING SOMETHING BUT WHAM R'Y CHASIDIM WANT TO CURT HE DIDN'T SAY ANY THING'
טייל פון די ליסטע וועם ר' מאטעלע האט אראפ געריסן און מבזה געווען, וואס איך געדענק איצט אויף די מינוט!
כ"ק מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, כ"ק מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, כ"ק אדמו"ר רבי הלל ליכטנשטיין מקראסנא זי"ע, כ"ק אדמו"ר מצעהלים זי"ע, כ"ק גאב"ד ירושלים בעל מנחת יצחק זי"ע, כ"ק אדמו"ר ר' שלמה מבאבוב זי"ע, כ"ק רבי משה ניישלאס מסקווירא זי"ע, כ"ק רבי ישראל יעקב פישער ראב"ד ירושלים זי"ע, כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בני ברק שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
און נאך און נאך און נאך נאך נאך נאך.
ווער עס דערמאנט זיך נאך זאל זאגן.
לאמיך זאגן דעתי השפל:
אלע תירוצים זענען גוט אויף זיך צו פארענטפערן, למעשה מוז איך אייך זאגן, די וואך האב איך זיך פארעקלט פון דער בלאט, איינער קען מיר אפשר זאגן וואס דאס האט אויסגעפעלט?
סתם טשעפענען?
(איך רעד שוין נישט וואס פאליטיש איז עס זיכער אינקארעקט).
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 31/12/2008 0:18:40
דעתך השפל באמת
ר' יונה, זיי נישט קיין אהרוני וואס טאנצט קדוש קדוש פאר'ן בלאט.
דער בלאט האט געטוען א עוולה, און סהאט נישט קיין שום פשט.
פארראכטן געווארן די לשון לויט די אמת'ע כוונה פונעם כותב
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 31/12/2008 0:14:31