למען האמת והפונקטליכקייט וויל איך דערציילן מיין פערזענליכע מעשה
פאריגע וואך האב איך א דאנק אים באקומען א פארקינג טיקעט, האב איך אים אנגערופן און דערציילט, האט ער זיך צו מיר זייער אנטשולדיגט אז ער איז נאך זייער ניי און ער האלט זיך אינמיטן געהעריג מסדר זיין און עס איז אריינגעפאלן א מיסטעיק, און ער איז מיר גרייט צו באצאלן די גאנצע געלט שאדן!
איך בין זייער נתפעל געווארן דערפון אז ער איז א מענטש און ער איז גרייט צו דערלייגן געלט אלעס צו צופרידנשטלען יעדן איינעם, האב איך אים געזאגט אז איך וועל זיך שוין אליינס אן עצה געבן וועגן די געלט, און ער זאל מיר גארנישט באצאלן, ער האט מיר דעמאלטס אויך געזאגט אז ער פלאנט עס אראפצונעמען בקרוב ווייל ער ווייסט אז דאס איז אן האקעלע ענין.
צום ענין: "וויליאמסבורג גוט מארגן" לייגט אראפ א יעדן טאג א הערליכן ארבעט פון שיינע נייעס, דעקט אלע שמחות אין וומ"ס, זמנים, וועטער, ביליגסטע געז, לאטערי, (יעצט חנוכה האט ער אן אפטיילונג פון די זמנים פון חנוכה ליכט צינדן פון די רבנים דאהי אין וומ"ס), א.א.וו.
ווען מ'האט געהאט טענות צו אים ער זאל אראפ נעמען די נייעס פון די בתי מדרשים האט ער זיך שיין צוגעשטעלט, וואס אגב מיין איך אז ער האט א שטיקל געלט שאדן, ווייל ער דארף דיזיינען 2 עקסטערע צעטלעך.
אויפן "גוט שבת" אויסגאבע לייגט ער בבקשת הרבנים נישט ארויף קיין שום געלט אדווערטייזמענט אדער קלאסיפייד, וואס דאס איז א זיכערער געלט שאדן פאר אים.
יעצט פאר די האסט ארויפגעלייגט אויף אים א ווייסן ליילעך, האסטו געקוקט וואס ער שטעלט דיר יא צו, צו האסטו אויך געקוקט אויפן צווייטן זייט פונעם מטבעה?
דער אינגערמאן איז א ערליכער ערנסטער אינגערמאן, וואס ווילן צושטעלן און שטעלט זיך צו מיט וואס ער קען נאר צופרידנשטעלן יעדן איינעם, רבנים, העפליכע סערוויסעס פאר די קאסטומערס.
און יעצט צום "גוט מארגן" מיר האבן הנאה און שעצן שטארק דיין הערליכע ארבעט, און נאר מיט מיסטעיקס לערנט מען זיך.
קיפ אן! חזק ואמץ!