היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » לישקע לויט נישט פייפן דעם קליימער פייפער

לישקע לויט נישט פייפן דעם קליימער פייפער

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2541961

האקאבו » 21/12/2008 20:12

יודין אין וויליאמסבורג זענען די וואך עש"ק ערציטערט געווארן אין וואספארא נידערגע שטפאל די לישקע פין די זאליס איז געפאלן

די וואך פרייטאג האט די קליימער פייפער וואס טויזטנער יודין פין די זייט וויליאמסבורג וואס פארלאזן זיך אויפן זמן שבת 
האט נישט געפיפען אין א גרויסער עולם זיך טועה געווען אינעם זמן
ווייל ווילאמסבורג האט געהאט א גרויסע גאסט אויף שבת ר' מאטעלע פין מאנסי
האט די לישקע באפוילן אז ס'זאל נישט פייפן כדי זיך צי חנפ'ענען צי דעם גרויסן גאסט וואס ער האט א פרידעגע זמן

שעמטס ענק

רבי_יונה » 21/12/2008 20:57

דער פראדעל וואס האט געדריקט אין דער איד שמוציגע ארטיקעלען אויף וויזניצער רבי. די באקאנטע שמציגע און עקלהאפטיגע די טרויעריג-בארימטע לייט-ארטיקעל א.ק. "הצילנו נא מיד אחי מיד עשו" דער פראדעל מיט קעסטענבוים לויפען יעצט צו זיינע טישען...

געלעכטער » 21/12/2008 21:02

עס וועט  ענק נישט העלפן גארנישט

וויזניצער רבי איז פון די גרעסטע רביס היינט ביי אידן

יונעלע האסט איין ברירה צו געבן א צונאמן אדער זאגן אז ער איז עם הארץ
אנדערש זע איך נישט וואס דו זאלסט קענען טוען

האקאבו » 21/12/2008 21:06

ער איז טאקע פין די גרעסטע רבי'ס אויב די גייסט אויף וואג

אבער אין סאטמאר האט מען שוין געלייגט א שלעכט אויג אויף אים ווען ער איז ארויס געלאפן ביי די פראטעסט ווען די רבי זי"ע איז דארט געזעצן ווייל מען האט גערעדט אויף די אגודה



האקאבו » 21/12/2008 21:12

אין דעס אויס לעשען דעם פייפער די וואך ווייזט קלאר אז די לישקע איז זיך גרייט צי פארקויפן פאר א נזיד הדשים זיי גייט נישט אן גארנישט
 
אלעס איז ביי זיי פאליטיק

געלעכטער » 21/12/2008 21:12

שטעל דיר פאר ווען מען מעסט אויפן שכל ווי גרויס דיין רעבע וואלט געווען

האקאבו » 21/12/2008 21:14

בלטיהם בלאט בלאטע עכ"ל פין ר'' מאטעלע, איך מיין ער איז טאקע א קליגער יוד

געלעכטער » 21/12/2008 21:21

I CANT BLAME YOU

האסט נעבעך געמיזט צוקוקען ווי וויזניצע רעבע איז אויף שבת אין וומ"ס
אין א געפאקטע בית המדרש אנדעם וואס עס זאל זיין פיקטשערס  אין קלאטשן
מיט די גרעסטע מאס ערנסקייט
אין מוצש"ק האט מען געגעבן כבוד מלכים פארן סאטמערען רעבין מהרז"ל שליט"א
אין מען מאכט זיך אינגאנצן וויסענדיג פינעם ברודער אין מאנרא

אין שיעור נישט פארגעסן אז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א
לאזט נישט ליינען די בלאט אין נישט טראגן מיטן עירוב

אין זיינע חסידים פאלגן אים ערליך
אסאך ערליכער ווי מען פאלגט די חתונה תקנות



תוקן על ידי געלעכטער ב- 21/12/2008 21:21:20

 



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 21/12/2008 21:27:20

געלעכטער » 21/12/2008 21:23

האקאבו יעצט זע איך פייפסטו  א יא?

האקאבו » 21/12/2008 21:29

אז די רעדסט שוין פין צי קוקן

די קליגע תורה פין בלאטע איז געקומען, אפאר וואכן נאך די גרויסע סאטמערע חתונה
ווי ר' מאטעלע איז געווען ביי די חתונה
די אויגן איז אים דעמאלס ארויס געפארן ווי קיינמאל בעפאר ווי יעדער האט דאס געקענט ביישאנפערליך ציקוקן 
 אין ב"ה היינט צי טאג איז דער בלאט "דער " גרעסטער חרדישער צייטונג אן  ר' מאטעלע

האקאבו » 21/12/2008 21:40

דער שנאת עם הארץ לתלמוד חכם גייט אן אין פילן שוואנג.

די חתונה תקנות איז א דארן אין אויג פאר די זאליס ס'איז פין די אויף געכאפסטע זאכן אינעם היינטיגן יונדטום, אלע קהלות בישראל פורבירן עס נאך צי מאכן יעדער אויף זיין פארנעם
אלעס אויפן אינציטיוו פין סאטמערען רבי'ן שליט"א .

אין כ"א כסליו האט האט מען געזעהן דעם מלאך רע בע"כ יענה אמן.

געלעכטער » 21/12/2008 21:46

דריי דיין באבען א קאפ דער וויזניצער רבי שליט"א
האט שוין געמאכט חתונה תקנות אין זיין קהילה
מיט א בילעגע חתונה זאל אין מאנסי
אן א בלאט אין אן דע קליגע עיצות פון מאנרא

נאך פאר דיין רעבע האט געהאלטן אז ער האט א ברודער

האקאבו » 21/12/2008 22:11

געלעכטער לאמיך זעהן ווי הויך די קענסט טאנצען,

קיינער האט נישט קיין אנונג פין קיין ווישניצער חתונה תקנות אין קיין איין קהילה בישראל ווייסט נישט דערפון אדרבה וואס זענען די תקנות ( פארוואס מאכט עס דעמאלס נישט נאך דיין ע"ה )

ביז דער סאטמערער רבי האט געמאכט חתונה תקנות וואס א שם דבר היינט ביי יעדן
אין יעדער רעדט דערפון 

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 21/12/2008 23:11:09

געלעכטער » 21/12/2008 22:22

טאקע אינטערסאנט אין וויזניץ וואס קיין איין קהילה בישראל ווייסט נישט דערפון PR בלא"ז
פאלגט ידער איינער אן א אויסנאם

משא"כ ביי ענק וואס א שם דבר היינט ביי יעדן
אין יעדער רעדט דערפון 

איז די מנוחת הנפש אין די בית רחל פארעדייס נישט ארויס פון ביזנעס

טראק » 21/12/2008 23:05

אין סאטמאר איז ר' מאטעלע אלס געווען אפגעפרעגט, און דאס איז זייט ער האט מבזה געווען כ"ק מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע ווען מען האט גערעדט ביי די פראטעסט אין מעדיסאן סקווער גארדען קעגן די אגודה און ער איז ארויסגעלאפן מיט איין אימפעט.

ער איז א פיינער איד, זיין ברודער אין בני ברק איז אויך א פיינער איד, אבער מיט שיטת סאטמאר וכו', האבן זיי נישט קיין שייכות.

איבערהויפט וואס ר' מאלטעלע איז געווען דער גרעסטע לוחם מיט אלע מיני שטיקעס קעגן די רבינו תם זמן, וואס אלע רבנים מדור הקודם האבן זיך מוסר נפש געווען דעראויף, איבער הויפט מרן רביה"ק זי"ע, איז געגאנגען ער און געפירט אזא געמיינע נידערטרעכטיגע מלחמת חרמה דערקעגן, און געהייסן אז מען זאל טאן מלאכת דאורייתא פארן רבינו תם זמן.

אויך זיינע מוסדת וכולל אין ארץ ישראל נעמען געלט פון די מדינה הטמאה.

איצט קומען אזוי גערופענע סאטמארע דיינים און זאגן מען זאל נישט פייפן די וואך, ווייל רבי רבי מאטעלע איז דא, און האלט אז דאס וואס רביה"ק האט איינגעפירט שיטת רבינו תם איז ער נישט גערעכט, סא לכבודו פון זיין שיטה זאל מען נישט בלאזן.

ארגינעלער » 21/12/2008 23:11

טאמיר איז ר' מאטעלע א שטארקע רבי האב איך פאר אים א תקנה וואס ער זאל איינפירן
איך בין דארט געווען פרייטאג צי נאכטס אינעם נייעם בית המדרש.
איך בין שיעור טויב געווארן פין די שמועסרייען ווען איך בין אריינגעקומען, איך האלט ער זאל מאכן א תקנה אז מען טאר נישט רעדן ביים דאווענען

געלעכטער » 21/12/2008 23:26

 דער וויזשניצער רבי שליט"א האט איינגעפירט מיט א לאנגע צייט צוריק אז ביי די שמחות אין האל פון אור החיים וויזשניץ סערוון נאר חסידישע אינגעלייט מיט הוט און רעקל, און האט איינגעפירט אז דער חתן וואס וועט נישט לאזן קיין פאטאגראפער ביי זיין חתונה וועט ער קומען טאנצן מצוה טאנץ! יא, דאס איז א מנהיג ישראל. לאמיר זען אז דיין רבי זאל איינפירן א תקנה אז מען קען נישט מאכן קיין פיקטשערס. דעמאלסט קען ער פארמאכן זיין קרעמל



תוקן על ידי געלעכטער ב- 21/12/2008 23:23:53

געגאנגען » 21/12/2008 23:29

גראדע דאס מאל בין איך איינשטימיג, איך האלט אויך אז ס'קומט זיך אזויפיל פארן וויזשניצער רבי'ן שליט"א אז מ'זאל אים מכבד זיין גענוג און נישט אריינבלאזן אין קאפ אריין ווען עס שטערט אים, אפילו אויב ער האלט מיט די הלכה אנדערש ווי רביה"ק זי"ע. יעדער איז בארעכטיגט צו האבן זיין מיינונג, און כל זמן עס בארירט נישט קיין יסודות הדת שאדט נישט פאר קיינעם אויב מ'רעספעקטירט יענעמ'ס רעכט צו האבן זיין מיינונג.

וואס עס שטערט מיר אבער איז אז די זעלבע מענטשן פירן א מערכה כבידה מיט די מתירי העירוב, עד כדי הכאה ועד בכלל, טראץ וואס אויף די זייט פון די מתירים שטייען גרויסע תלמידי חכמים און ערליכע אידן, וועלכע זענען פונקט אזוי חשוב ווי דער וויזשניצער רבי שליט"א.

פארוואס ביי א הלכה וואו רביה"ק זי"ע האט זיך מוסר נפש געווען פארשטייט מען אז מ'דארף רעספעקטירן די וואס קריגן אויף אים, און אויף א זאך וואס איז בלויז דא אן איסור/הוראה מפי השמועה דארף מען פארגיסן בלוט דערויף?!

תוקן על ידי געגאנגען ב- 21/12/2008 23:25:58

געלעכטער » 21/12/2008 23:30

די מאנסיער וויזשניצער מוסדות אין ארץ ישראן נעמען נישט קיין געלט פון די מדינה.

 2) דער אהרונישער שוטה ווייסט אפילו נישט אז דער רבינו תם זמן איז ביים צאת נישט ביים זמן שבת. נישט פייפן ביים זמן שבת ווייל הארט אונטערן פייפער דאווענט דער וויזשניצער רבי שליט"א מנחה, איז קיין עוולה נישט.

 3) און די אהרונים זענען די לעצטע צו רעדן וועגן שבת, ווען זיי מאכן א חוכא וטלולא פון טראגן אום שבת וואס דער רבי זי"ע האט קלאר נישט געוואלט דעם עירוב, ווי דער ברך משה זצוק"ל האט מעיד געווען. משא"כ דער וויזשניצער רבי שליט"א האט אזוי מקבל געווען פון זיין טאטן איבער דעם זמן מוצש"ק.



תוקן על ידי געלעכטער ב- 21/12/2008 23:28:14

געגאנגען » 21/12/2008 23:40

איך האב מורא האסט נישט געליינט מיין תגובה. איך בין אויסדריקליך איינשטימיג מיטן זיך רעכענען בכבודו הרמה פון וויזשניצער רבי'ן שליט"א.

אבער פאר דיין אינפארמאציע, דאס אנהייבן פריער דעם שב"ק איז א חומרא דאתי לידי קולא, און יא, דאס איז קלאר קעגן דעת רביה"ק זי"ע - נאר ווי געזאגט, ווי ביי יעדע מחלוקת בדברי תורה איז אלו ואלו דברי אלקים חיים, און יעדער דארף זיך פירן כדעת רבותיו ואבותיו. דאס נעמט אריין די וועלכע טראגן מיט אן עירוב וואס זייערע רבנים האבן מתיר געווען.

געלעכטער » 21/12/2008 23:50

איך האב גערעדט צו האקאבו אין צו יונעלען

טראק » 22/12/2008 00:21

געלעכטער
די מאנסיער וויזשניצער מוסדות אין ארץ ישראן נעמען נישט קיין געלט פון די מדינה. 
זיי נעמען מיט פולע הענט געלט פון די מדינה הטמאה, זיי זענען היינט צוטאגס אויסגעשלאסן פון קרן הצלה, אזוי אויך זייערע שטחים איז נתנדב געווארן דורך די מדינה הטמאה.

 2) דער אהרונישער שוטה ווייסט אפילו נישט אז דער רבינו תם זמן איז ביים צאת נישט ביים זמן שבת. נישט פייפן ביים זמן שבת ווייל הארט אונטערן פייפער דאווענט דער וויזשניצער רבי שליט"א מנחה, איז קיין עוולה נישט. 
די בהמה שוטה חור וקטן, די עיקר פראבלעם פונעם רבינו תם זמן איז מוצאי שב"ק, וואס דעמאלס גייט אן די עיקר רבינו תם זמן, ערב שב"ק זאל יעדער מקבל זיין שבת מיט 3 שעה פריער כל המוסיף יתברך, די פראבלעם איז מוצאי שב"ק וואס טאמער מען טוט א מלאכה פארן רבינו תם זמן איז מען עובר אויף אן איסור דאוריייתא רח"ל, און ר' מאטעלע צו ווייזן אז סאטמאר איז נישט בעל הבית הייסט ער זיינע חסידים צו טאן מלאכות דאורייתא פארן רבינו תם זמן. 

און די אהרונים זענען די לעצטע צו רעדן וועגן שבת, ווען זיי מאכן א חוכא וטלולא פון טראגן אום שבת וואס דער רבי זי"ע האט קלאר נישט געוואלט דעם עירוב, ווי דער ברך משה זצוק"ל האט מעיד געווען. משא"כ דער וויזשניצער רבי שליט"א האט אזוי מקבל געווען פון זיין טאטן איבער דעם זמן מוצש"ק.
ער האט נישט מקבל געווען פון זיין טאטע גארנישט איבערן רבינו תם זמן, און חוץ דעם איז געווען א מיטונג מיט רבינו הק' זי"ע ווי אלע רבנים האבן אונטערגעשריבן א פסק הלכה אז מען דארף האלטן רבינו תם זמן, ער איז נאך דעמאלס געווען א אינגערמאן.

קומט ער מיט א 40 יאר שפעטער, נאכדעם וואס ער האט זיך צוקריגט מיט סאטמאר, און האלט א דרשה אז דעמאלס האט רבינו הק' זי"ע געצווינגען די רבנים אונטערשרייבען (שמו שמים, חס מלהזכיר), און די גאנצע קול קורא איז פאליטיק (רחמנא ליצלן), און ער האט נאך צוגעגעבען אז איינע פון די רבנים החותמים מיינענדיג כ"ק אדמו"ר ר' שלמה מבאבוב זי"ע איז ביי די מלחמה געגאנגען אן א קאפל.


פאר אזא דרשה און ניעוץ במרן רביה"ק זי"ע, זענען די זאליס גרייט זיך ציצושטעלען פאר פאליטיק.

אז די זאליס קענען גין צום ציוניסטישען בג"ץ רח"ל, איז דאס נאר פון זייערע מצות.

טאטלע » 22/12/2008 00:30

געגאנגען
אין מאנסי האט די רבי ז"ל געהייסען מאכען א פייפער אפילו וויזשניץ האט זיך זייער געבייזערט מילד גערעדט אין ער איז געווען אין מאנסי אסאך פאר סאטמאר איו יא אפילו מען האט עם אריין געבלאזען איעדע וואך אין אויערן  זייט ווען קימט ער פאר אונז ער איז עפעס רב אין וומ"ס סאיז עפעס באתרא דמר רעכענען מיט וואס ????????? אפשר פארקערט

האקאבו » 22/12/2008 02:17

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

איך האב גערעדט צו האקאבו אין צו יונעלען



דיך דארף נישט אנגיין וואס האקאבו צי יונהעלע זאגן
דער עיקר איז אז די ווייסט דער אמת ווי פארדארבן דיין לישקע איז, אין וואספארע קנאי ר' מאטעלע איז  

אין אז ס'רינט זאל שוין רינען אויפן בארד ...

ווען דעם רבי'נס זין הגה"צ ר' חיים הערש האט בר מצוה געהאט איז ר' מאטעלע געווען ביי די בר מצוה
אין די גאנצע צייט ביי די בר מצוה איז ער ארייין אין ארויס, דעם ברך משה איז עס געגענגען אויף די נערווען 
איך בין געשטאנען פארנעט פינעם אויבן אן, אין איך האב באמערקט ווי סאיז כלו כל הקינצען.
אינמיטן  די פשט'על איז ער ארויס, דער ברך משה האט זיך אויסגעדרייט צים סקווער'ער רבי'נס ריכטינג 
איך מיין הגה"צ ר' משה ערנסטער שליט"א איז אויך דארט געווען, בזה"ל
" וואס וויל דער פעשער לויפט אריין אין ארויס" , דער סקווער'ער רבי האט אזא בליק געטאן אויפן רבי'ן ער איז נישט געועון צי געוואינט צי דעם שפראך.
אבער אינז חסידימ'עלך זעמיר יא געווען צי געוואינט צי דעם שפראך האמיר דעם רבי'ן ז"ל דעמאלס אויך פארענטפערט. 


אזהרה:
א פרואוו פאר גילוי שמות אדער ניקס וועט זייער שטרענג גענומען ווערן
די הנהלה



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 22/12/2008 2:41:11

וואלןסח » 22/12/2008 02:33

כבודו פון רבי מאטעלע במקומו מונח
נאר איין שאלה

איז יעדער אין וומסב"ג מחויב זיך צו פירן אזוי ווי דער דברי יואל האט געפסק'נט לגבי דעם עירוב אז נישט רייסט מען אראפ שייטלעך
וואס איז דא אנדערש

נאך א שאלה
ווען רבינו שליט"א האט פאר עטליכע יאר צוריק חוהמ"פ ביי א דרשה בנוגע דעם עירוב מסביר געווען אז פונקט ווי שיטת רבינו תם איז דא שיטות לכאן ושיטות לכאן האבן די זעלבע מענטשן אראפגעריסן דעם רבין, וואס איז יעצט געשען

מחזיר עטרה ליושנה???!!!

האקאבו » 22/12/2008 02:37

וואלן

ווען די וועסט פארשטיין די עירוב פאר די פוילישע גויטעס וועסטו דעס אויך פארשטיין.

טראק » 22/12/2008 03:42

די קול קורא ופסק הלכה פון אלע רבנים הגאונים הצדיקים זי"ע איבערן חיוב צו האלטן די רבינו תם זמן.

אויף די קול קורא האט ר' מאטעלע געזאגט אז רביה"ק זי"ע האט געצווינגען עס אונטער צו שרייבען (חס מלהזכיר)
[בילד – נישט אפגעהיט]

רבי_יונה » 22/12/2008 04:06

וויזניצער רבי האטנ געגעבן כבוד מלכים פאר רז"ל??? ער האט אים נישט געוואלט גיין באזיכען פרייטאג און מוצש"ק! בן פראדעל האט געקאלט וויינען און בעטן אז מ'זאל קומען אבער די שוויצער'ס דארט האבן אים געגעבן א דייל טאון. ביטער פאר אזא כבוד

majyar718 » 22/12/2008 06:21

געגאנגען שליט"א האט געפרעגט א קשיא!
ס'פארדינט א פוליצער פרייז פארן קשיא פון יאר!

געגאנגען:

גראדע דאס מאל בין איך איינשטימיג, איך האלט אויך אז ס'קומט זיך אזויפיל פארן וויזשניצער רבי'ן שליט"א אז מ'זאל אים מכבד זיין גענוג און נישט אריינבלאזן אין קאפ אריין ווען עס שטערט אים, אפילו אויב ער האלט מיט די הלכה אנדערש ווי רביה"ק זי"ע. יעדער איז בארעכטיגט צו האבן זיין מיינונג, און כל זמן עס בארירט נישט קיין יסודות הדת שאדט נישט פאר קיינעם אויב מ'רעספעקטירט יענעמ'ס רעכט צו האבן זיין מיינונג.

וואס עס שטערט מיר אבער איז אז די זעלבע מענטשן פירן א מערכה כבידה מיט די מתירי העירוב, עד כדי הכאה ועד בכלל, טראץ וואס אויף די זייט פון די מתירים שטייען גרויסע תלמידי חכמים און ערליכע אידן, וועלכע זענען פונקט אזוי חשוב ווי דער וויזשניצער רבי שליט"א.

פארוואס ביי א הלכה וואו רביה"ק זי"ע האט זיך מוסר נפש געווען פארשטייט מען אז מ'דארף רעספעקטירן די וואס קריגן אויף אים, און אויף א זאך וואס איז בלויז דא אן איסור/הוראה מפי השמועה דארף מען פארגיסן בלוט דערויף?!


ספוט » 22/12/2008 13:53

אהרונים עס וועט ענק גארנישט העלפין אלע תלמידי וחסידי פינעם רבין זי"ע לויפען נאך דעם וויזניצער רבי"ן אסאך ביים טיש פרייטיג צונאבסט אין זייער אסאך מיט קוויטלעך

אדמיראל » 22/12/2008 15:11

ספוט רעכן מיר אויס צען תלמידים ?

ספוט » 22/12/2008 15:15

איך גיי דיר נישט אויסרעכען קיין איינץ נישט אבער פרעג דיך אליינס נאך

אדמיראל » 22/12/2008 15:27

לאמיך דיר זאגן קיין איין תלמיד פין רבי'ן לויפט אים נישט נאך !!!

אין די קענסט טרעפן תלמידים פין רבי'ן ביים טאשהער רבין אין סקווערער רבין ביי קוויטלעך
אין ביי תולדות אברהם יצחק, אין תולדות אהרן, מינקאטש, ראחמיסטרווקא.

ס'מיינט גארנישט .

טראק » 22/12/2008 18:27

מיכלע שלעזינגער וואס פירט אן די שרעקליכע חילול שם ה' ומייקר שם אלילים, מיטן מבזה זיין רביה"ק זצ"ל, מיטן ריפען די מוסדת קדושים יטב לב דסאטמאר וואס הייסט נאכן נאמען פונעם הייליגען רבי'ן זי"ע, ריפט ער אין טמא'נעם טריפה'נעם בג"ץ.

ער שאקעלט זיך ביי ר' מאטעלע.

וויי וויי אז אזאנע ריפן זיך נאך אן תלמידים פון אונזער הייליגען רבין.

ספוט » 23/12/2008 14:43

ביים רבין זי"ע צייטען איז קיינער נישט געלאפען צו קיין פרעמדע רביס

מבני_בניו » 23/12/2008 14:54

סאו דו מיינסט צו זאגן אז למשל ווען היינטיגע תולדות אהרן רבי האט זיך געווייקט ביים קלויזנבארגער איז ער געווען קיינער, אדער האט ער קיינמאל נישט געהאט די מינסדטע שייכות מיט סאטמאר?

[דעס איז נאר איין משל, ואידך פירושא זיל גמור]

ספוט » 23/12/2008 15:08

איך מיין צוזאגען אז א ערענסטע יוד אין סאטמאר דארף א ישועה ווייסט ער ווי צו גיין

טאטלע » 23/12/2008 18:34

ספוט איך פארשטיי נישט אין א פריערדיגע תגובה האבטו געשריבען אז "אלע" תלמידים פין רבין ז"ל לויפען נאך ר מאטעלען דאס מיינט דאך די אויכעט

יעצט שרייבסטו אז ווען די רבי האט געלעבט איז קיינער נישט געגאנגען צי קיין פרעמדע רביס

מינסט ציזאגען אז ווען די רבי איז נפטר געווארען  האסטו אנגעהויבען צי לויפען צי "פרעמדע" רביס

טראק » 23/12/2008 19:58

א סאטמערע איד, יא ערענסטער, נישט ערענסטער, טרעט נישט אריין צו ר' מאטעלע צו זיכן א ישועה.

די ברויכסט שרייבן א ערענסטע זאלי איד, וואס זיי האבן א טרעין און יעדע פאר חדשים האבן זיי א נייע רבי, עס ווענדט זיך ווער עס קען בעסער שמייסן די אהרונים, איין טאג הייסט ער ר' משה ארי' זצ"ל, ר' אברהם לייטנער, איין טאג הייסט ער טאהש רבי, איין טאג ר' יחזקאל ראטה, איין טאג ר' לייבוש לייזער, איין טאג די הייליגע רעביצען ע"ה, איין טאג רבי מאטעלע, איין טאג שארמאשער, איין טאג ר' ישראל חיים מנשה (וואס אמאל איז ער געווען ביי זיי חזיר טריף ווייל ער האט מתיר געווען סקול דיסטריקט, קארט רעביצען), איצט האבן זיי ר' זלמן לייב וואס מיט אים טאנצען זיי קדוש און עסן זיינע שיירים, און זיכן א ישועה...

הבדלה_מנין » 24/12/2008 09:44

טראק, אזויפיל ערליכע אידן און גרויסע לייט פונעם דור זענען קעגן די אהרוינים און זייער פירער?!!

איין זאך זעה איך דא, סאטמאר האט איין וואך נישט געפיפען און אלע ארוינים דא האבן אנגעהויבן פייפען.

אבער מען קימערט נישט מיט אייערע ביללען, מיר זענען באהיטן פון די תורה. ולכל בני ישראל לא יחרץ.......

ארגינעלער » 24/12/2008 18:24

נישט דא קיין איין ערליכער יוד אויף דער וועלט וואס שטייט מיט די זאליס
נישט דא קיין איין ערליכער יוד אויף דער וועלט וואס קעגן רבינו שליט"א

ר' ישראל חיים מנשה פר"מ איז א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה
אין אזא יוד האט נישט קיין חלק עולם הבא

רעבעצין אין קארט
עירוב פאר די פוילישע גוים
ריפן כ"ץ אין קארט קרימנאל
טמא'נע בג"ץ
בארא פארק אין קארט
סקול דיסטירקט צוריק געצויגן
בני יואל צוריק געצויגן
מקוה אן א הכשר
ממליכה ואליך אויפן בוטשער

אלעס אויף אויפן ראסס דיין אחריות

UTA » 24/12/2008 18:31

ארגינעלער, גוט געזאגט! ער וויל "ממליכה ואליך", ער וועט אלעס טוהן צי באקומען א מלוכה.


(אפשר האסטו געמיינט ממליחה ואילך...)

טראק » 24/12/2008 21:22

די אלע "ערליכע" אידן פון די ליסט אויבן ווי ר' משה ארי', ר' לייבוש, טאהש רבי, האבן גארנישט קעגן די אהרונים, נאר די זאליס רעדן זיך איין, אז זיי וועלן טאנצן מיט זיי וועלן די רבנים טאן און שרייבן וואס זיי ווילן קעגן די אהרונים.

אבער ווען עס פאסירט נישט לויפן זיי טאנצן מיט א צווייטען אזוי פארן זיי ארום אויף א טאטשא טרעין א גאנץ יאר.

די גרעסטע רייע דערצו איז ר' ישראל חיים מנשה וואס אזי ביי די זאליס געווען חזיר טריף ווייל ער האט מתיר געווען די סקול דיסטריקט, מתיר געווען ריפן די רעביצען אין קארט, שוחד יערמיאש פרשה,גע'אסר'ט בני יואל,  וכו וכו', און היינט צוטאגס טאנצען זיי מיט אים קדוש קדוש.

דעקלעראציע » 25/12/2008 00:16

אין וואס טיט זיך מיט דעם עטרת אברהם זאל וואס דאס אויס געלאנסקייט טרעפט מען נישט אין ערגעץ, אויף אויך דיינ'ס חשבון  

יודלע » 26/12/2008 20:15


געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

 2) דער אהרונישער שוטה ווייסט אפילו נישט אז דער רבינו תם זמן איז ביים צאת נישט ביים זמן שבת. נישט פייפן ביים זמן שבת ווייל הארט אונטערן פייפער דאווענט דער וויזשניצער רבי שליט"א מנחה, איז קיין עוולה נישט.



געלכטער: עס איז דא א ווארט פין רביה"ק זי"ע (עיין זמירות דברי יואל) ווי ער טייטש וואס מען זאגט אין כל מקדש, המאחרים לצאת מן השבת וממהרים לבוא, פרעגט די רבי אז עס דארף ווען שטיין פונקט פארקערט קודם ממהר לבוא אין נאך דעם מאחר לצאת, זאגט די רבי, אז עס איז דא אידן וואס זאגן זיי זענען פרום אין זיי זענען מקבל שבת פרי, אבער אויב קומט אדורך דעם ארויס אז אויף מוצאי שבת האלט ער אויך די זמן אין ער גייט ארויס פין שבת פרי דעמאלס מיינט עס נישט אז ער איז ערליך וכו', פאר דעם זאגט ער קודם המאחרים לצאת אויב סויף שבת ווארט ער אין ער איז מאחר לצאת, דעמאלס איז א גוטע זאך דאס ער איז ממהר לבוא, אין אויב נישט איז עס גארנישט ווערט, עכ"ד. אז מען טראכט אריין ווייסט מען וועם די רבי האט געמיינט פירשים זענען איבריג