נאכדעם וואס דער רבי שליט"א האט אנאנסירט די חתונה תקנות פונקט א יאר צוריק. זייענדיג דער ערשטער וואס איז ארויסגעקומען מיט א ווייגעשריי, געוואלד מ'זינקט אין חובות צוליב איין חתונה נאכט, און מ'דארף טאן אלעס אין דער וועלט דאס אפצושטעלן, ווייל דאס רואינירט רח"ל דאס לעבן פון רבבות אידן, טאג טעגליך.
זינט דעמאלט, האבן זיך צוגעשטעלט אלע קהלות קדושות. אלע קהלות, אלע פאראנטווארטליכע פירערס האבן פארשטאנען אז דער סאטמארער רבי איז גערעכט ! עס איז א חובת השעה, און יעדער האט טאקע אנגעהויבן צו טאן דערין.
חוץ איין קהילה... וועלכע האבן זיך אויסגעלאכט...
מיר וועלן אים נישט נאכמאכן, ווייל "עס פאסט דאך נישט"...!
און זייערע מענטשן האבן געשוויצט. געשריגן. און ליידער געכאפט נערווען בראכן!
זייערע מענטשן האבן זיך געבעטן, פארוואס זאל מען ביי אונז גארנישט טאן. פארוואס הייסט מען נישט צוימען בר מצוות? פארוואס הייסט מען נישט צוימען תנאימ'ס, פארוואס לאזט מען אונזער בלוט גיסן, צוליב פארשטיקענע עגא?
אבער דער דל-גאה, דער ביטערער עם הארץ וואס קען נישט ארויסווייזן אז יא, ס'איז טאקע א פראבלעם און מ'מוז עפעס טאן, האט זיך אריינגעגראבן אין דער אדמה טיפער און טיפער און געמאכט "פתח שין"... קיין ווארט נישט גערעדט... טיפיקעל בן פראדעל...
ביז ביז ביז...,
די סטעיט אוו די יוניאן דרשה זיינע, האט ער נעכטן געבראכן די נייעס... אז יא.. די נייעס וואס איז געשטאנען אין דער בלאט אנהייב זימער, אז די זאלן פון "ברכה סימא" ווערן איבערגעבויט פאר עפארדעבל חתונה זאלן, איז אמת...
דאס וואס דער בלאט האט פארציילט מיט בילדער א האלב יאר צוריק, האט ער יעצט בעל כרחו געמוזט אויפגעברענגען... נאר א יאר צו שפעט!
אבער געבראכן!