צום וויפילטן מאל קומען מיר ארויס מיט די עפנטליכע ווענדונג און בקשה צו די מסרבים לדין ומהלכי יד בתורת משה:
שטעלט אפ דעם שוידערליכן חילול השם! שטעלט אייך צו דין תורה בזבל"א וזבל"א, אדער ביי סיי וועלכן בי"ד כשר!
דער אויפרוף איז נישט דוקא פארבינדן צום פארלוסט וואס איר האט היינט געהאט אין געריכט. עס איז א פשוט'ער וויי געשריי, אפגעזען פון די געריכטליכע קאנסעקווענצן, אז דער שוידערליכער חילול השם, צו וועמענ'ס קאנטע עס קען צוגעשריבן ווערן א גרויסער טייל פונעם זלזול וואס ערליכע אידן שענקען היינט צום יסוד הדת פון גיין צו דין תורה!
נאכן שטארבן ענדיגט זיך נישט אלעס ביים בית החיים! נאכן בית החיים דארף מען זיך שטעלן צו דין תורה פארן בי"ד של מעלה, און דארט קען מען זיך נישט באהאלטן אונטער פאלשע אויסריידן און דריידעלעך! מה תענו ליום הדין?!
אמאל פלעגט איר זיך נאך בארעכטיגן מיטן - פאלשן - אויסרייד אז איר האט 'בלויז' מסרב געווען לדין, 'מיר' זענען די וועלכע זענען אריין בערכאות [געצווינגענערהייט]. יעצט איז דער תירוץ שוין אויסגעלאפן פון בענזין, איר זענט שוין צום דריטן מאל געגאנגען בערכאות של עכו"ם אויף די טעמע, אן קיין היתר בי"ד, און אן פרובירן די מעגליכקייט צו גיין צו דין תורה. און איר האלט נאך אלץ אן מיט אייזערנע קייטן דעם שרעקליכן חילול שם שמים והרמת יד בתורת משה, טראץ די געריכטליכע פארלוסטן.
גורו לכם מיום הדין!