היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » קאורט היינט וועגן בית החיים

קאורט היינט וועגן בית החיים

57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2537757
בלאט: 1 2

מארגען » 16/12/2008 19:58

אויף וויפיל אינפארמעישאן כאב באקומען איז אז די זאלונים מאכן היינט בערך די זעלבע שפיל וואס די ארונים האבן געמאכט א צייט צוריק.

אפאר פרייוואטע מענטשן שרייבן אונטער א קלאגע קעגן קהל יטב לב בנוגע די בית החיים, די פונקטליכע דעטאלן פון די קלאגע האב איך דערווייל נישט געהערט.

דער דשאדש איז דעמערעסט.

וער ס'האט מער זאל ביטע מיטטיילן פארן עולם.

בערל550 » 16/12/2008 20:14

פאר ס'קומט עפעס נייעס פון קאורט קען מיר איינער זאגען דא וואס און ווער ס'גייט און פארוואס און וואס ווילען זיי עררייכען,
און וואס דארף געשען אז אונז אדער זיי זאלען קענען קלעימען זיג,
און וואס דארף געשען אז אונז אדער זיי זאלען באקומעו א האלבע זאך (חיי שעה)

קהל_יטב_לב » 16/12/2008 20:24

כ"א וועלן מיר אי"ה דאפעלט טאנצן חסדי ה'!!!
אנשטאט זי ביז יעצטיגע החלטה וואס קהל האט געהאט אז אלע סערטיפעקאטן ביז אמבראזיאס פסק איז גילטיג, איז גקומען די היינטיגע קאורט און געזאגט ניין!! נאר די סערטיפעקאטן ביז די פטירה פון כ"ק רבינו זי"ע בעל ברך משה!!!

בור כרה ויחפרהו עוד הפעם!!!

UTA » 16/12/2008 20:28

מה זה סערטיפיקעט?

קהל_יטב_לב » 16/12/2008 20:29

סערטיפעקאט מיינט געקויפט  א קרקע.

UTA » 16/12/2008 20:31

וואס טוט זיך מיט מעמבערשיפ געלט? קבורה געלט? פארוועם ברויך מען צי באצאלען?

טאטלע » 16/12/2008 20:32

קהל יטב לכ ווי וועט דאס כאפען א נפקא מינה לגבי וואס ?

UTA » 16/12/2008 20:33

קיינער האט נאנישט געשריבען פונקטליך וואס זיי האבן געוואלט פין קאורט אין וואס קאורט האט געזאגט אויף דעם.

אויב איינער ווייסט פרטים ביטע שרייבען!

guar » 16/12/2008 20:38

מפי השמועה
אז די זאליס גייען לויפן צום אפעלעט פראבירן דארט צו באקומען עפעס, לאמיר האפן אז זיי וועלען דארט אויך האבן א מפלה

בערל550 » 16/12/2008 20:42

קען מיר איינער מסביר זיין וואס דא גייט פאר???
ווי לויפען די זאליס???
שאול האט דאך געזאגט אז זיי האבען עס אינגאנצען???!!!

דזשאוקס אין די זייט...
וואס איז היינט געווען? און וואס האט זיך יעצט געטוישט???

שפיטצער06 » 16/12/2008 20:50

פשוט פשט איז. די זאלי'ס זענען געגאנגען אין געריכט - אין נאמען פון פריוואטע משפחות - אז מ'לאזט זיי נישט באגראבן, אדער לייגן א מציבה און דעריבער פארלאנגען זיי א TRO, דאס הייסט אויף דערווייל ווילאנג די קאורט מאכט נישט אפ ווער עס איז בעה"ב זאל מען יעדעם לאזן לייגן און צאלן פאר יעדעם איינעם, (אדער נאר פאר זיי)

די דזשאדזש האט אבער גע'פסק'נט אז דאס איז א רעלעגיעזע אישו און זי קען נישט אריינרעדן דעראון, נאר זי האט געזאגט אז די אלע סערטיפיקעט'ס - ד"ה די אלע וואס האבן געקויפט א קרקע ווילאנג די ברך משה זצ"ל האט געלעבט - מיז מען אנננעמען און נישט בעטן קיין עקסטערע קרקע געלט, דאס מיינט אז די אלע זאלי'ס וואס האבן געקויפט קרקע ביי רז"ל'ס קהל זינט די פטירה פון ברך משה - און פון היינט און ווייטער - ווערט נישט פאררעכענט אלץ א מכירה און ברויכן איבערקויפן זייער קרקע ביי די לעגאלע קהלה.

דאס איז נישט נאר אז מיר האבן זיך געהאלטן און זיי האבן נישט געקריגן קיין TRO, נאר דער קאורט האט נאך שטארקער געמאכט די שטעלונג פון קהל, אז מ'קען נאר קויפן ביי די לעקאלע ערוויילטע קהלה. 

הדא הוא דכתיב: בור כרה ויחפרהו!

העלד » 16/12/2008 20:54

זייער פשוט ביז היינט האבן אלע עלטערע זאליס וואס האבן אין באזיס א סערטיפיקאט
 געהאט א ספק צו באצאלן פאר קהל (אהרונים),
אבער נאך דעם היינטיגן פסק
לאכן זיי יעצט פון ענקער כ''א כסלו דעיט...................




תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 16/12/2008 21:42:55

UTA » 16/12/2008 20:56

פרעג מיך נישט וועלעכע שפראך זיי ניצען (אפשר איז דאס זאלונישע קאוד'ס...) אבער דעס האבען די זאלי'ס "יעצט" ארומגעשיקט אויף אימעיל.

court today

gave tempotaty TRO only on plots that was sold till 4/06
 
rund  khz  taurhp  lshtu
jhkmbu vagb wv rzgc
 
we will keep you posted

יודלע » 16/12/2008 20:57


די זאליס האבן געבעטן אין קאורט אז מען איינדערקענען זיירע מעמערס אלס מעמבער אין ווער עס קויפט א קרקע ביי זיי זאל מען מוזן באגראבן,

אויף דעם האט די שופט געזאגט אז אז זי קען זיך נישט מישען, אין זאגן ווער עס איז בעל הבית יעצט, על כן קען זי נישט זאגן אז מען דארף באגראבן די אלע וואס ווערן יעצט מעמבערס אדער קויפן יעצט א קרקע, אבער דאס איז יעדער מודה אז ביז 06 די פטירה פין רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, איז ער געווען בעל הבית איז ווער עס האט געקויפט א קרקע ביז דעמאלס דארף מען עס איינדערקענען. אבער ער מוז זיך צושטעלן צי אלע תקנות הקהילה אין זי קען נישט זאגן ווער עס איז א מעמבער אין אויב ער האלט שבת וכו'.

האבן די זאליס געטעה'ט אויב אזוי ווער זאל באשליסן אויב די אלע זאכן האט זי געזאגט אזוי ווי מהאט זיך א עצה געגבען ביז יעצט וועט מען זיך ווייטער א עצה געבען.

יודלע » 16/12/2008 21:01


אפילו די וואס האבן געקויפט ביז דעמאלס א קרקע דארף ווייטער באצאלן מעמבערשיפ, אין אויב וועט קהל באשליסן אז ער איז ארויס געווארפן פין קהלה איז ער ארויס געווארפן. אין אויב איינער איז עובר אויף די תקנות הקהלה קען מען אים ארויסווארפן.

ביז היינט איז אויך אזוי געווען ווער עס האט געהאט א קרקע האט מען נאר געבעטן מעמבערשיפ.

תוקן על ידי יודלע ב- 16/12/2008 20:59:30

טאטלע » 16/12/2008 21:03

יא עם מיסטער העלד  יא זאג נאר פאר וועם גייען זיי באצאלען מעמבער שיפ

 זאלען אלע זקינים דערלעבען משיח

יודלע » 16/12/2008 21:12


די הולכי בערכאות זענען,

קיטשי וואלי פריעדמאן

הערש מילעך כהנא

סאפרא שפילמאן

משה פריעדמאן (איידעם פין אברהם וועצבערגער)

יודא הערש לאנדא

אין נאך אפאר וואס איך געדענק נישט יעצט ווער עס ווייסט זאל עס ארויף לייגן

מארגען » 16/12/2008 21:25

זאלונים צום סופרים קאורט???
איז אמת אז די זאלונים ווענדן זיך יעצט צום סופרים קאורט?? איינער ווייסט עפעס?

צודערזאך » 16/12/2008 21:26

איך האב יעצט אראפ געלייגט די טעלעפאון מיט פערלשטיין ער זאגט מיר אז עס פאנגט זיך נישט אן, מען האט גארנישט פארלוירען היינט, קוק איך אים אזוי אן: יא יא גערעכט, האסט עס פארלוירען שוין לאנג צוריק


תוקן על ידי צודערזאך ב- 16/12/2008 21:23:34

אפשר_דאך » 16/12/2008 22:03

אן נעמען א שטעלונג אין די טעמע, די "קאוד ווערטער" וואס איין צד האט ארומגעשיקט און פריער אראפגעברענגט געווארן זענען "ואידך פירושא זיל גמור, בעזר ה' נעשה ונצליח".

UTA » 16/12/2008 22:20

געריכט פאפיר'ן 12/16/08
[בילד – נישט אפגעהיט]

UTA » 16/12/2008 22:20

[בילד – נישט אפגעהיט]

mechel19 » 16/12/2008 22:35

It's a tremendous victory for the Aaronim, Not only did the Judge toss out the TRO request,

But, practically gave the Aaronim the sole authority to decide who can be buried in Kiryas Joel

And who is not entitled to, and the date till the PTIRA of the BEIRACH MOSHE is really not

Relevant at all, by crossing out their address of 150-152 Rodny street, and because any body that does not pay his or her dues is not entitled to their plot,

And it is clear that the announcement with a deadline date of KOF ALEF KISLEV to pay dues

Is certainly valid and any member who is not up do date with the membership dues looses the plot,

 

And as per the TAKUNOS that he who goes to secular court looses his membership, you can tell

VOLLIE FRIEDMAN, HERSH MEILECH KAHAN and the entire group, to go buy a CHELKE at

The BNEI YOEL cemetery, next to their REBBE REB ZALMEN, and close REB LEITNER

And REB YISROEL CHAIM MENASHE,



תוקן על ידי mechel19 ב- 16/12/2008 22:36:07

יודלע » 16/12/2008 22:41


דא איז א פילע ליסט פין די הולכי בערכאות

קיטשי וואלי פריעדמאן

הערש מיילעך כהנא

זיגי בראך

יוסל מאסרי

דער אלטער ראזנער

משה פריעדמאן (איידעם פין אברהם וועצבערגער ז"ל)

אפרים יוסל עפשטיין

יודא הערש לאנדא

סאפרא שפילמאן

UTA » 16/12/2008 23:01

יודלע » 16/12/2008 23:43


אויב ליינט מען גוט זעהט מען, אז זי האט נאך געגעבען אז אויב די 9 מענטשען וואס קלאגן האבן געקויפט א קרקע פאר 04/06 דארף מען דאס אנעמען, (חוץ דעם וואס זי האט קלאר געזאגט אז דאס איז נאר אויב זיי האלטן איין די תקנות הקהלה דאס וועט מען אי"ה זעהן אין די מיניטס), אין זי האט אויסגעמעקט וואס זיי בעטן similarly siuatd דאס מיינט אז נאר די 9 הולכי בערכאותץ

רבי_יונה » 16/12/2008 23:46

ביי די זאליס איז איצט תשעה באב.

אפאר פרטים פונעם tro

1) די ריכטער האט געגבען אן ארדער אז טאמער די 9 זאלי קלעגערס האבן געקויפט חלקה פאר די פטירה פונעם ברך משה און האבן א סערטיפעקיט פון די קהלה זאל מען זיי לאזן באגראבן.

2) די ריכטער האט אויסגעמעקט אז די 9 מענטשן זאל מען לאזן לייגן א מציבה.

3) די ריכטער האט אויך קלאר געזאגט ביי די ארגעמענטס אז אפילו די 9 מענטשן האבן סערטיפעקיט, דארפן זיי אויך נאך קומען די פארלאנגען און שטאטוטען פון קהל און חברה קדישא.

4) זי האט אויסגעמעקט אז טאמער זיי האבן א סערטיפעקיט פון קהל יטב לב 152 ראדני, נאר א סערטיפעקיט פון די עכטע קהל אהרונים איז ווערט.

5) זי האט געזאגט פאר די סטעיט פאליס וואס איז דארט געווען אין קארט, אז זיי זאלן ווייטער טאן אזוי ווי זיי האבן געטאן ביז היינט, אז די אהרונים האבן באגראבען און קעיר גענומען.

6) די ריכטער האט נאר געגעבען די tro נאר פאר די 9 מענטשן וואס קלאגן, און זי האט "אויסגעמעקט" די ווארט אז אלע מענטשן און זאלי מעמבערס האבן די זעלבע רעכטן.

איצט קענען די זאליס אויזאגן די גאנצע קינות לתשעה באב, און נאכמאל דורכליינען לבן פערלשטיין דרשה...

רבי_יונה » 16/12/2008 23:48

די זעלבע ריכטערן פון די Tro איז די ריכטערן אויף די קעיס וואס דעס מסור מענדל שווימער האט אריינגעגבען קעגן מוסדתינו הק' אין בארא פארק.

רבי_יונה » 16/12/2008 23:52

היינט איז געשטארבען א פרוי פון די זאליס מרס ראבי ע"ה פון בארא פארק, די זאליס האבן זיי געזאגט אז זיי זאלן צו ווארטן ביז נאך די קארט, ווייל זיי גייען געווינען אין איר קענען באגראבען, זיי האבן געווארט מיט די לוי', אבער תיכף נאכן קארט האט שלום דייטש זיי געזאגט אז זיי האבן פארלוירען און קעןנען נישט באגראבן, זיי זענען שנעל געקומען צו קהלתינו הק' און באצאלט די פארלאנגטע 10 טויזנט דאלער.

bigsatmar » 16/12/2008 23:54

R' Yona  True, this judge was reversed on appeal 

Not true, the judge crossed out the words "all people similarly situated" and replaced it to "who bought plots prior to '06"
So anyone who bought prior to 06 is safe

 



תוקן על ידי bigsatmar ב- 17/12/2008 0:04:55

רבי_יונה » 17/12/2008 00:00

עס מאכט נישט קיין סענס וואס דו זאגסט, ביגסאטמאר

ליין עס איבער, די צוגעשריבענע, פריער פון אפריל 1, 06', באלאנגט נישט דארט ווי עס איז אויסגעמעקט די ווערטער, נאר צו א שורה אראפציר, עיין שם ודו"ק

רבי_יונה » 17/12/2008 00:07

די ווערטער who bought plots prior to '06 האט זי געשריבן קלאר נאר אויף די 9 מענטשן plaintiffs וואס קלאגען, און זיי האט דייקא אויסגעמעקט די ווערטער all people similarly situatedקלארשטעלן אז זיי נישט.

bigsatmar » 17/12/2008 00:28

You are not right, in class action law suit "plaintiffs" include all people in class

UTA » 17/12/2008 00:29

א זאלי חיזוק אימעיל! פין Talmidai Rabainy <talrabny@gmail.com

a little non expert explaination

as per the details that we got (non confirmed), up till now....
 
this morning a class action regarding the Beis Hachaim and the blackmailing by the Aroinem to Chap another 2/300 from the Mishpoches of the Nifter.  Also the class action asked for an "Emergency TOR" (as we understood there is a TOR that comes after listening to the both sides, and an emergency TOR, which you just need to show cause that its an emergency, and an Emergency TOR that is granted before having all details is usual very limited until the full TOR which is coming weeks later.
 
As you remember after rosenvaser case we asked for an Emergency TOR and we did not get it, as per the court did not see the emergency, but a few weeks later, we got the full TOR...
 
Today in court we asked for an Emergency TOR, as per the removing of a Matzaiva from a Grave.  The Judge granted an Emergency TOR and set a Date in JAN for a perennial injunction.  Many questions were raised on which he answered on all of them (not exact words) "we will deal with it Jan".  For instance the Aroinem asked "how can we verify which certificates were issued before by 4/06"?  to which the Judge replied "we will deal with it Jan". 
 
Total was a good day, the legal team is very happy, saying "we got what we asked and expected, Burech Hashem"
 
בעזר השם נעשה ונצליח
בדרך התורה נלך, לקדש שמים

תוקן על ידי UTA ב- 17/12/2008 0:25:40

יכול » 17/12/2008 00:52

ווי אזוי וועלען די ארונים טאקע וועריפייען ווער איז נאך 4/06 און ווער פאר דעם?

טאטלע » 17/12/2008 00:54

ביגסאטמער

1 ווי קימט דא אריין אז זי איז געווארען ריווערסד ביי קארט אף אפילס

2 אפילו ווער עס האט געקויפט פאר 4 06 מיז נאך אלץ באצאלען מעמבער שיפ
זאג די אליינס פאר וועם

3 איך פארשטיי נישט פין ווי די נעמסט אז דאס איז א קלעס עקשאן קלאגע        

guar » 17/12/2008 00:55

UTA אויף די זאלי אימעל קען מען זאגן איין ווארט

בא לחזק ונמצא חוזק

guar » 17/12/2008 00:58

אין בפרט אויף די ווערטער we got what we asked and expected הא הא הא
אויב אזוי וואס איז דאס וואס די דזשאדזש האט אויסגעמעקט? יענץ איז נישט געווען עספעקטעט???
נאר אזוי ווי איך האב געזאגט
בא לחזק ונמצא חוזק

האקאבו » 17/12/2008 01:07

מען קען יעצט אריין גיין צי גרינ'ס רעסטארנאט אין קיש וואלי בלעסט דעם ברך משה
מיט קללות נמרצות אזש אז ס'גייט א רויך .

bigsatmar » 17/12/2008 01:08

[quote]ביגסאטמער

1 ווי קימט דא אריין אז זי איז געווארען ריווערסד ביי קארט אף אפילס please read the whole line 

2 אפילו ווער עס האט געקויפט פאר 4 06 מיז נאך אלץ באצאלען מעמבער שיפ
זאג די אליינס פאר וועם maybe can you answer the question

3 איך פארשטיי נישט פין ווי די נעמסט אז דאס איז א קלעס עקשאן קלאגע           welcome to the club  

פלעכטעל » 17/12/2008 01:49

וואס זאגט ר' חיים יושע'לע צי די גאנצע זאך.
ער האט דיך זייער שארף געווארנט.

Ziskeit » 17/12/2008 01:52

איך ווייס נישט פארוואס מענטשן לערנען אפ א פלעינער פסק ווי א שטיקל גמרא, ווען אלעס שטייט ארויסגעשריבן שווארץ אויף ווייס. איך בין נישט געווען אין קאורט און דעריבער ווייס איך נישט וואס דער ריכטער (אדער ריכטערין?) האט געזאגט. איך ווייס נאר וואס ער האט געשריבן, און פיר זאכן אינעם היינטיגן (צייטווייליגן) פסק וואס ער האט ארויסגעגבן זענען זייער גוט פאר די אהרונים.

1. דער ריכטער האט גע'פסק'עט אז דווקא די וואס האבן געקויפט חלקות ביז 4/06 דארפן די אהרונים לאזן באגראבן אינעם ביה"ח.
2. און אפילו דאס גייט נאר ארויף אויף די 9 אנקלעגערס אבער נישט זאליס אין אלגעמיין. (דער ריכטער האט אויסגעמעקט די זאלונישע ווערטער אז דאס זאל ארויפגיין אויף אנדערע זאליס אויך)
3. און אפילו דאס גייט נאר ארויף אויפ'ן באגראבן ווערן אבער נישט אויף לייגן מציבות. (דער ריכטער האט אויסגעמעקט די זאלונישע ווערטער אז מען זאל יא מוזן לייגן מצבות)
4. דער ריכטער האט נישט געוואלט פסק'ענען אז קהל יטב לב ד'סאטמאר זענען דווקא די זאליס. (דער ריכטער האט אויסגעמעקט די זאלונישע ווערטער אז קהל יטב לב איז די וואס געפינט זיך אויף ראדני)

די אהרונים זאגן אז דער ריכטער האט געזאגט אז אפילו די 9 אנקלעגער מוזן די אהרונים נישט באגראבן אויב האבן זיי פארלעצט די תקנות. אבער ווי געזאגט בין איך נישט געווען אין קאורט און כ'האב דעריבער נישט געהערט וואס דער ריכטער האט געזאגט, און ביז ווילאנג כ'זע נישט קיין טראנסקריפטס זאג איך גארנישט.

די זאליס זענען גערעכט מיט דעם אז דאס איז נאר א פרעלימינערי פסק און דאס קען זיך נאך טוישן נאך די הירינג, ווי מען האט שוין געזען אין די פארגאנגענהייט.

אין קורצן: די אהרונים האבן אלע רעכטן זיך פרייען אבער די זאליס דארפן נישט זיין צעבראכן, ווייל לאכן לאכט דער לעצטער, און ווער דער לעצטער איז ווייסט מען נאך יעצט נישט.

ע"כ מיין אנאליז.

פלעכטעל » 17/12/2008 01:56

זיסקיט

 פין דעם ריכטער'ס מהלך זעט מי ומי ההולכים אין וואס זיין גאנג איז אז ער מעג זיך נישט מישן.

אין אנדערע ווערטער אז טאמיר מען וויל צוריק דרייען דארף מען זיך מישן.

האקאבו » 17/12/2008 02:17

זיסקייט, אין אנדרע ווערטער אויב די 9 מוסרים שטארבן וועט מען זיי מיזן באגראבען (נאר אויב זיי האבן א סערטיפיקעט פון פאר 06') א קבורת חמור אהן לייגן א מציבה

די עונש פין א מסור...

און פאר די אנדערע זאליס האט די שופט ניטאמאל געוואלט נאכגעבן אז מען זאל זיי דארפן געבן א קבורת חמור

יאך סאו פענפול...

13Hooper » 17/12/2008 02:42

וואס איך האב באמערקט אז ער האט נישט געוואלט געבען א עמערגענסי סטעי נאר אויף באגראבען ווייל דאס קען נישט ווארטען  משא"כ די מצבה קען ווארטען

איך מיין אז עס גייט יא ארויף אויף יעדען וואס האט געהאט א סערטיפיקאט פאר די פטירה נאר דער דזאדש האט אויסגעשטראכען דאס ווארט SIMILARLY SITUATED
ווייל דאס קען מען אויסטייטשען אין אסאך וועגען,  אין ביז JAN 30 וויל ער נישט זיין ביזי דערמיט

די זאלונים קענען לכאורה גיין אין אפיעל אז צי לייגען א מצבה ביז זיבען טעג אדער 30 איז א רעליגיעזע אישא אין ער קען זיך נישט אריינמישען אין דעם

אפשר איז דא א טענה אז לייגען א מצבה מיט א העליקאפטער איז "דרך גגות וקרפיפות"  וואס מען איז פטור פין מעשר (מעמבערשיפ)

דאס פלעגען טיען חסידים הראשונים נישט  חסידים האחרונים

רבי_יונה » 17/12/2008 02:44

יא טאמער איינער פון די 9 מוסרים וועלן שטארן למשל קוטשי וואלי, וועט מען אים באגראבען אויף א ספעציעלע פלאץ לעבן די נפלים, וואס דארט וועט מען מאכן א פלאץ פאר מוסרים און אויסגעשפיגענע צו ליגן, און מען וועט ארויף לייגן א מציבה פה נטמן המסור הידוע לשמצה קוטשי וואלי.

אבער טאמער למשל ר' ישראל חיים מנשה וועט שטארבן וועט מען אים בכלל נישט באגראבען אין בית החיים, מען וועט אים שיקן ליגן נעבן די נפלים פון די בני יואל.

רבי_יונה » 17/12/2008 02:47

די ריכטער האט קלאר אויסגעמעקט די ווערטער SIMILARLY SITUATED, ווייל זי האט פארשטאנען אז מען וועט מאכן איצט פאלטשע סעטיפעקיטס פון פאר 2006, ממילא האט זי אויסגעמעקט די אנדערע מענטשן און געלאזט נאר פאר די 9 מוסרים.

האקאבו » 17/12/2008 02:51

איך הער אז די פאסט אפיס איז היינט געווען געהעריג אפען, מען האט אראפ גענידערט דעם פאן אלץ טרויער פאר ר' מנשה.  

ביז_אהער » 17/12/2008 03:08

איך האב נישט געזען די זאלי פעיפערס און איך בין נישט הונדערט פערצענט אז איך פארשטיי וואס דא גייט פאר. און אזויווי אסאך אירע זענען צומישט וויל איך אראפשרייבן וואס איך האב פארשטאנען און אויב איינער ווייסט אנדערש אדער מיר זאל ער מיך אויסעבסערן.

די זאליס האבן פארלוירן ביי עמבארסיא אז זיי זענען נישט קהל און אז ער קען נישט צוריקדרייען די דיעד טרענספער. אויף דעם גייען זיי יעצט טרייען צו אפיעלן.

היינט זענען זיי אריין מיט א נייע קאורט, אפילו די דיעד באלאנגט טאקע פאר CYL CEMETERY אבער די פארקויפן סערטיפיקעטס באלאנגט ווייטער פאר די ראדני קהל אין וויליאמסבורג (פונקט ווי קרית יואל האט אלעמאל פארקויפט סערטיפיקעטס אפילו די דיעד איז געווען ביי קהל פון וויליאמסבורג זינט תשמ"ח), און זיי קענען לייגען מצבות און באגראבען מענטשן פונקט ווי ביז אהער.

אויף די נייע טענה האט מען זיי אפגעווארפען א עמערזשענסי TRO וואס זיי האבן געוואלט, און סגייט זיין א הירינג JANUARY 30 ביי ריכטער דעמארעסט צי באשליסען אויב די טענה איז בכלל גערעכט.

האב איך עס גוט ארויס?

רבי_יונה » 17/12/2008 04:12

דאס האב איך געשריבען אין "בחדרי חרדים" פאר די זאליס דארט.

הודו לה' כי טוב לעולם חסדו!!!

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!

ויאמר משה למה זה אתם עברים את פי ה' והוא לא תצלח!

אחר שכת הזאולנים הרים יד וייקור שם אלילים באופן נורא ופנה לערכאות של עכו"ם בתביעה נגד קהל יטב לב דסאטמאר, חברה קדישא דקהל יטב לב, משטרה דקרית יואל, משטרה דניו יארק, ראשי הקהלה, אנשים יחידים, בלי לתבוע אותם בהזמנה לדין תורה ובלי שום היתר בי"ד (אפילו הפורים בי"ד שלהם לא היה רוצים לכתוב היתר לערכאות, אלא מחאה וזעקה, אפילו אחר טעראר ולחץ שהטיל אליהם)!

חסדי נזכיר תהלות ד', השופט מרת דעמעראסט נחתם "צו מניעה" זמני כדלהלן:

א. אם אחד מה9 זאלי תובעים יש להם "אישור קניות קרקע" מקהל יטב לב עד פטירת של מרן בעל ברך משה, וכמובן שעכשיו הם מקבלים כל תקנות הקהלה החברא קדישא צריכים לקברם.

ב. בנוגע הקמת המציבה מה לכתוב עליו, וכמה לשלם וכו', אינה רוצה להתערב כלל, והארונים יעשו מה שירצה.

ג. בנוגע שאר חברי הקהלה ר' זלמן אינם צריכים לקברם.

ד. בנוגע מה המשטרה יעשה אמרה: שיעשו כמו שעשו עד עכשיו ולאישור רק הארונים לקבר וכו'.

ה. הושפטת קבעה דיון רגיל ב5 שבועות וידונו בנידון, אם זה שייך לערכאות בכלל, וכו'.

בור כרה ויחפרהו!

עוצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל!

בכת הזאלונים הוא עכשיו תשעה באב, ומתאבלים על העברת פי ה' לא תצלח!

בלאט: 1 2