היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » גרויסע רעבישע ספינקא - פאפא חתונה אלע מודעות

גרויסע רעבישע ספינקא - פאפא חתונה אלע מודעות

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2537005

אגודיסט » 15/12/2008 18:44

ביטע ארויף לייגען אלע מודעות בנוגע די גרויסע שמחה בחצרות ספינקא - פאפא

אגודיסט » 15/12/2008 18:50

כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א ביי אויף נעמען די עסקנים פון דעם באוויסטען בית התבשיל "משביע" לכבוד די שמחה ווי די רבי שליט"א האט זיך משתתף געווען מיט א סכום נכבד און דערביי געווינטשען ווארעמע ברכות פאר די עסקנים

[בילד – נישט אפגעהיט]

אגודיסט » 15/12/2008 18:55

כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א מיט די עסקנים פון משביע, לכבוד די חתונה פונעם זוהן החתן הרב משה שליט"א, עס ווערט געזען הר"ר קלמן פישער הי"ו, פון משביע, דער רבי שליט"א האט געזאגט צו די עסקנים, אז משביע איז א "דבר גדול מאוד" און גאר א חשובע צדקה, ווייל ווען מען געט א איד געלט דארף ער דאס גיין אויף וועקסלען אין מיט דעם קויפן עפעס מה שאין כן ווען מען געט פאר א איד צו עסן דיירעקט איז דאס גאר א חשובע זאך. אויך האבן די עסקנים פארציילט פאר רבי'ן אז מען גייט עפענען א משביע און וויליאמסבורג ווי דער רבי האט שיין אנגעווינטשען און שטארק מחזק געווען די עסקנים 

[בילד – נישט אפגעהיט]

UTA » 15/12/2008 19:00

אךשמח'ס אשכול איז גילטיג דא אויך...

בעדפארד עוו. וועט זיין פארשפארט רוב טאג ארום ככר פאפא.

נאר אויף שמחות!!!

סעדער » 16/12/2008 15:57

קען אפשר איינער מודיע זיין פאר דעם "משביע" אז עס איז שוין צופיל...
יעדעס מאל צו זעהן וואו דער רבי און דער נגיד ווערט באזוכט דורך די געטרייע עסקנים און גוט אוועק די טייערע צייט פאר'ן חתונה מאכן פאר דעם גרויסן דערהויבענעם צוועק.
יעדער וואס האלט מיט א חתונה ביים טאטען שווער אדער ביי זיך ווייסט, אז אין טאג-וואך פון די חתונה קומען אלע וויכטיגע צוועקן פערזענליך באזוכן ביים מחותן און אמאל ביי די חתונה און מען גוט פאר יעדן אביסל און מען גייט צו די חופה בשעטו"מ.
אפשר זאל יעדער זיך אפפיקטשערן - די תהילים זאגער ביים ציון, צו הכנסת אורחים רשב"י, בקיצור YOU GOT MY POINT גענוג מיט די בילדער - שוין צייט אויפצוקומען מיט אין אנדערן געניאלן געדאנק, עפעס ORIGINAL


האקאבו » 23/12/2008 01:57

ווייסט איינער וואס איז געווארן מיט די טשערי פיקער וואס די זאליס האבן גע'גנב'עט פין פאפא
דאנרשטיג ביינאכט ? איינער שלעזינגער האט עס צי גע'גנב'עט ?